Advertisement

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

מאנטאג מרץ 19, 2012 2:16 pm

היימישער,
האבן אלע "קאמפיין תשעב" אינוואויסעס נאר די אייטעם?
מאך א ריפארט אויף אקאונטס רעסיוועבל און פילטער ביי אייטעם.

Advertisement

עקספארט/אימפארט

מיטוואך מרץ 21, 2012 1:30 pm

שלום עליכם,
איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין געפרעגט דא די פראגע.
לענין, מיין בעה"ב-פאר סיי וועלכע סיבה- האט א משוגעת אז ער וויל אז א יעדעס יאר זאל מען עפענען א נייע קאמפעני און קוויק-בוקס.
לעצטע יאר האב איך מיך ארומגעמוטשעט און א יעדע ווענדער ווי אויך א יעדע קאמפעני געבראכן קאפ און אריין געלייגט עקסטער,
וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען נעמען אלע ווענדערס און אלע אקאונטס, און עקספארטן -למשל-צו עקסעל, און עס נאכדעם אימפארטן.
איך גלייב אז עס איז דא א וועג.
איז דא איינער וואס ווייסט ווי אזוי?????

עני העלפ איז עפרישיעיטעט.

מיטוואך מרץ 21, 2012 2:02 pm

מאך א קאפי פון די קוויקסוקס פייל. גיי צו פייל/יוטיליטיס/קליען אויף קאמפאני דאטא.
סעעלעקט די ערשטע אפציע אויסצומעקן די אלטע פארמאכטע טראנזאקציעס.

מיטוואך מרץ 21, 2012 2:15 pm

ברוך האט געשריבן:שלום עליכם,
איך ווייס נישט אויב איינער האט שוין געפרעגט דא די פראגע.
לענין, מיין בעה"ב-פאר סיי וועלכע סיבה- האט א משוגעת אז ער וויל אז א יעדעס יאר זאל מען עפענען א נייע קאמפעני און קוויק-בוקס.
לעצטע יאר האב איך מיך ארומגעמוטשעט און א יעדע ווענדער ווי אויך א יעדע קאמפעני געבראכן קאפ און אריין געלייגט עקסטער,
וויל איך וויסן ווי אזוי איך קען נעמען אלע ווענדערס און אלע אקאונטס, און עקספארטן -למשל-צו עקסעל, און עס נאכדעם אימפארטן.
איך גלייב אז עס איז דא א וועג.
איז דא איינער וואס ווייסט ווי אזוי?????

עני העלפ איז עפרישיעיטעט.



גיי צו די מעניו אויבן, דרוק FILE, דאן UTILITIES, און דרוק אויף EXPORT, און טו עקספארטן סיי וועלכע ליסטע (קאסטומערס, ווענדארס), און ביים נייעם פייל טוה אימפארטן דעם פייל.

מיטוואך מרץ 21, 2012 2:48 pm

שמעק; די ריכטיגע וועג איז צו טאן אזויווי איך האב געשריבן. (עס איז שפעציעל דיזיינט פאר דעם שגעון...{איך ניץ עס נישט} אמאל פלעגט מען אזוי ברויכן טאן, זעט אויס זיין באאס איז נאכנישט אפטודעיט).

דאנערשטאג מרץ 22, 2012 12:11 am

ווינקל דו ברויכסט לערנען מיט מיר א"ב
סטעפ ביי סטעפ פליז.

ווי אזוי מאך איך דעם בעקאפ ,און ווי טרעף איך נאכדעם וכו'

ישר כוח

פרייטאג מרץ 30, 2012 8:42 am

ווינקל דו ברויכסט לערנען מיט מיר א"ב
סטעפ ביי סטעפ פליז.

ווי אזוי מאך איך דעם בעקאפ ,און ווי טרעף איך נאכדעם וכו'

ישר כוח

פרייטאג מרץ 30, 2012 10:29 am

דיר געשיקט א אימעיל, האסט טאקע נישט אנטווארטעד.

פרייטאג אפריל 27, 2012 11:26 am

לעצטענס ווען איך מאך א באלאנס שיט רעפארט קומט מיר ארויף אזעלכע עראוס אויף די לינקע זייט וואס העלפט אז מען זאל קענען צוזאמשמעלצן עטליכע סוב אקאונטס און מען זאל נאר קענען זען די טאטעלס. למעשה מאכט מיר דאס נערוועז, וויאזוי קען איך פטור ווערן דערפון?

מאנטאג אפריל 30, 2012 2:18 pm

איך האלט אינמיטן אויפסעטן מיין קוויק בוקס פאר מיין ביזנעס, איך האב ביז איצט עס געפירט אויף א קליינע פארנעם אויף עקסעל, איך האב דעם ליסטע פון אלע קאסטומער'ס אויף א עקסעל שיעט, איך האב עס אימפארטירט צו קוויק בוקס.
ביים אימפארטן האב איך נישט גוט אויסגעוועלט די קאלום צו ווי ער זאל גיין, דעריבער וויל איך אויסמעקן אלע קאסטומער'ס און זיי אימפארטירן פון דאסניי.
איצט איז מיין שאלה ווי פאלגענד: איז דא אן אויפן צו אויסמעקן אלע מיינע קאסטומערס אויפאמאהל ?

מאנטאג אפריל 30, 2012 3:13 pm

אדער קענסטו רי אינסטאלירן א בעקאפ פון בעפארן אריין ברענגען די קאסטומערס (אויב דו האסט געמאכט)

אדער קענסטו קויפן א טירד פארטי פראגראם וואס מען קען מיט דעם אויסמעקן אסאך אויפאמאל אין קוויקבוקס. קאסטומערס, אייטעמס, ווענדערס, אינוואויסעס. וכו. בעיסיקלי אלעס.

זינט קוויקבוקס שטעלט נישט צו דעם אפציע

מאנטאג אפריל 30, 2012 3:15 pm

יישר כח שמיי דריי, איך האב אויך געזעהן ווי זיי שרייבן דאס אויף זייער זייטל.

א בעקאפ האב איך נישט, און עפענען א נייע קאמפאני נעים ווייסעך נישט וויאזוי, דער אקאונטענט האט מיר דאס געמאכט, סך הכל איז געבליבן זיך אראפצוזעצן צו אויסמעקן אלע קאסטומערס מעניולי.

מאנטאג אפריל 30, 2012 3:39 pm

גיי צו נוי קאמפעני און סעט עס אויף (א חוץ אויב דו ווייסט נישט ווי אזוי דער אקאונטענט האט דיר עס געמאכט)

דינסטאג מאי 01, 2012 2:59 pm

האמיר זיך געזעצט דיליטען מעניולי אלע קאסטומער'ס מיטן דריקן קטרל די, אבער דא עקא, אז עס שפריגנט ארויף א גאנצן צייט דעם פראגע, ווילסטו טאקע עס ערענסט דיליטען ? און איך מוז דריקן אקעי מיטן ענטער קנעפל, סוי ביי יעדע קאסטומער ברויך איך דריקן צוויי קנעפלעך סך הכל.

איז דא אן אופן אראפצונעמען אז זיי זאלן מיר נישט איבערפרעגן יעדעס מאהל ?

איך האב שוין געזוכט ביי פרעפערנעצן און גארנישט געפינען.

דינסטאג מאי 01, 2012 3:52 pm

/edit/preferences/general
warn when deleting a transaction

דינסטאג מאי 01, 2012 3:56 pm

ריזן יישר כח ר' נישט קיין פראבלעם

דינסטאג מאי 01, 2012 5:18 pm

איינער האט שוין דא די נייע קוויבבוקס 2012?

איז דא עפעס נייעס פאר אונזער עולם?

געווענליך אדווערטייזן זיי נאר די "גרויסע חידושים" ,ע"פ רוב נישט שייך פאר רוב פון אונז; און די בעסערע קלייניגקייטן זאגן זיי נישט, עס ווערט בטל אין שאטן פון די גרעסערע חידושים.

למשל זאגט מיר איינער, אז אין 2012 איז פאראן א נייע אפציע אויב א טשעק קראכט, קען מען דרוקן א קנעפל, און קוויקבוקס טוט די איבריגע ארבעט, ווי אריינלייגן א פרישע אינוואויס פלוס די טשארדזשעס און נאך ענינים ארום דעם.

דינסטאג מאי 01, 2012 5:22 pm

איך האב 2012, אבער איך האב נישט צופיל געארבעט אויף 2011 סוי ווייס איך נישט די חילוק

דינסטאג מאי 01, 2012 5:25 pm

מ'קען האבן אפן צוויי קאמפעניס אויף איינמאל.

דינסטאג מאי 01, 2012 5:31 pm

איך האב שוין געפרעגט אין אן אנדערע אשכול אבער כהאב נישט באקומען קיין ענטפער פרעג איך עס דא איבער
איז דא וועג ווי זוי אריין צי לייגען א סייז אין קוויקבאקס? למשל איך פארקויף העמדער און איך האב פינעף סטיילס פון יעדער העמעד א יעדער סטייל האט 10 סייזעס .
יעצט לאמיר נעמן סטייל נאמבער 100 און איך וויל עס אריין לייגן אלץ איין אייטים אבער מיט 10 סייזיס נישט אלץ 10 עקסטרע אייטים נאמבערס
אזוי אויך וויל איך מאכן א סירטש וויפול העמדער איך האב אין סייז 5 אן דארפן לייגן די גאנצע אייטים נאם.
איך האף אז כבין גענוג קלאר אויב נישט ביטע איבער פרעגען
איך דארף עס האבען זייער וויכטיג!

דינסטאג מאי 01, 2012 5:35 pm

leiby האט געשריבן:מ'קען האבן אפן צוויי קאמפעניס אויף איינמאל.


איך פראביר, אוואו איז דא אזא אפציע, איך גיי אפען פריוויעס קאמפאניס נעמט אים עס היפש לאנג, און ער עפענט זיך אויף נאר די אנדערע נישט די פריערדיגע

דינסטאג מאי 01, 2012 9:04 pm

leiby האט געשריבן:מ'קען האבן אפן צוויי קאמפעניס אויף איינמאל.


דאס איז שוין געווען אין 2011 אויך,

מאנטריאל, גלייך נאך אפען פריוויעס קאמפעני שטייט אופען סעקאנד קאמפעני.

מיטוואך מאי 02, 2012 8:03 am

דער קוטשער האט געשריבן:
leiby האט געשריבן:מ'קען האבן אפן צוויי קאמפעניס אויף איינמאל.


דאס איז שוין געווען אין 2011 אויך,

מאנטריאל, גלייך נאך אפען פריוויעס קאמפעני שטייט אופען סעקאנד קאמפעני.

איך זעה נישט אזא אפשען
עטעטשמענטס
Capture.JPG
Capture.JPG (14.47 KiB) געזעהן געווארן 431 מאל

מיטוואך מאי 02, 2012 9:42 am

ווענצעך מסתמא וועלכע ווערזשען דו האסט? אקאונטענס אדער רעגולער.

מיטוואך מאי 02, 2012 9:42 am

שמעק_טאביק האט געשריבן:איינער האט שוין דא די נייע קוויבבוקס 2012?

איז דא עפעס נייעס פאר אונזער עולם?

געווענליך אדווערטייזן זיי נאר די "גרויסע חידושים" ,ע"פ רוב נישט שייך פאר רוב פון אונז; און די בעסערע קלייניגקייטן זאגן זיי נישט, עס ווערט בטל אין שאטן פון די גרעסערע חידושים.

למשל זאגט מיר איינער, אז אין 2012 איז פאראן א נייע אפציע אויב א טשעק קראכט, קען מען דרוקן א קנעפל, און קוויקבוקס טוט די איבריגע ארבעט, ווי אריינלייגן א פרישע אינוואויס פלוס די טשארדזשעס און נאך ענינים ארום דעם.


איך האב נאכנישט געטראפן די אפציע, נאך איינער ווייסט דערפון?
שרייב א תגובה

Advertisement