בלאט 8 פון 38
פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 19, 2009 10:26 pm
דורך שוועמל
בנוגע אריינלייגן א דעפאזיט פאר א ווענדאר:
שטרויזאק האט געשריבן:ווען דו מאכסט די טשעק, לייג אריין ביי אקאונט <אקאונטס רעסיוועבל>
און ביי קאסטומער, לייג אריין די נאמען פון דעם ווענדאר
און ווען דו באקומסט די בילל, קענסטו עפלייען די טשעק צו דעם בילל ביי
פעי ביללס>סעט קרעדיטס
הצלחה!
ביי קאסטומער, קען איך נישט אריינלייגן דעם ווענדאר ווייל ער איז נישט קיין קאסטומער. דעם ווענדאר קען איך בלויז אריינלייגן ביי פעי טו דע ארדער אף____.
און וואס איז די איידיע אריינצולייגן דעם ווענדאר אלס קאסטומער, איך וויל דאך ענדערש אריינלייגן דעם פאקטישן קאסטומער כדי ס'זאל ראנען אין די PL רעפארטס, ריכטיג?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 10:35 am
דורך שמיי_דריי
שטרויזאק האט געשריבן:ווען דו מאכסט די טשעק, לייג אריין ביי אקאונט "<אקאונטס רעסיוועבל>"
און ביי קאסטומער, לייג אריין די נאמען פון דעם ווענדאר
און ווען דו באקומסט די בילל, קענסטו עפלייען די טשעק צו דעם בילל ביי
פעי ביללס>סעט קרעדיטס
הצלחה!
שטרויזאק, איך האב דיר פונקט דעי וואך געפרעגט און האסט מיר געענטפערט אז מען דארף אריין לייגן
"accounts payable" און דאס האט געארבייט א מחי'. אזוי ווי איך האב דא יעצט אריין געבלאנטשעט און איך האב עס געזעהן האט איך דאס פרובירט און עס האט נישט געארבייט. עס איז זיכער א טעות.
(קרעדיט: שטרויזאק)
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 11:06 am
דורך שטרויזאק
גערעכט, איך האב עס שוין פאראכטן
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 11:08 am
דורך שמיי_דריי
פאטאקי08 האט געשריבן:שכוח שטרויזאק
דאס האט ער מיר גענטפערט אין אישי
שיינעם דאנק אייך
costum transaction detail
modify report
enter the appropiate date
filter the bank account
total by: week
ווי מאכט מען דאס enter the appropiate date?
ווי אזוי מאכט מען total by week?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:12 pm
דורך שמיי_דריי
שוועמל האט געשריבן:ביים ענטערן א קרעדיט פון א ווענדאר, גייט אלס דער קרעדיט עגעינסט A/P און דער קרעדיט ווערט אויסגענוצט בלויז ביים באצאלן די קומענדיגע בילל, דורך אראפרעכענען אויטאמאטיש דעם קרעדיט באלאנס.
וואס טוט זיך אבער ווען דער ווענדאר גיבט מיר בפועל צוריק געלט למשל אין פארם פון א טשעק אדער א ריפאנד צום קרעדיט-קארד, וויאזוי רעקארדיר איך עס אין ק"ב אז עס זאל מער נישט זיין קיין קרעדיט עגענסט די קומענדיגע בילס וויבאלד איך האב דאך שוין באקומען דאס געלט צוריק אין A/R ?
איינער האט א ענטפער אויף די שאלה?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:26 pm
דורך שמיי_דריי
שוועמל האט געשריבן:יישר כח שטרויזאק פאר דאס מאל און אויך פאר פאריגעס מאל ביים מאכן א ווענדאר ריפאנד.
נאך א שאלה.
ס'יז דא ווענדארס וואס געבן טיורמס ווי למשל Net 30 2% 10 וכדומה. דאס מיינט אז אויב צאלט מען דעם בילל אין די ערשטע צען טאג באקומט מען נאך א דיסקאונט פון צוויי פערצענט.
די פראבלעם איז אבער אז די דיסקאונט ווערט עפלייד צום גאנצן בילל אריינגערעכענט שיפפינג, א זאך וואס טייל ווענדארס זאגן 'העי, איך גיב דיר טאקע נאך 2 פערצענט אבער פאר די אייטעמס און נישט פאר שיפפינג טשארזש וואס קאסט מיר אזויפיל, און איך קען דיר נישט אראפרעכענען דערפאר'.
וויאזוי מאך איך אז די שיפפינג זאל ווערן עקסלודעד פון די טיורמס 2% 10 ?
אזוי ווי איך זעה אז קיינער האט דיר נישט געענטפערט דערויף וועל איך דיר ענטפערן. איך ווייס נישט צו עס איז נאף נוגע פאר דיר אסער שאטן קען עס זיכער נישט.
די שאלה קען זיך אויך מאכן ווען מען ארדערט -לאמיר זאגן- 100 בענקלעך אויף א 2% 10 טוירעמס, און יעדע בענקל קאסט 10 דאללער, קומט אויס אז דו דארפסט צאלן 1000 דאללער, אבער דו קריגסט א קרעדיט פאר 20 דאללער וועגן די 2%, ממילא דארפסטו צאלן 980. שטימט?
יעצט, טאמער איז 10 בענקלעך געדעמעטשט, און דו גיבסט אים צוריק די 10 בענקלעך, ענטערסטע א קרעדיט פון 100 דאללער וואס האסט באקומען פון דעם ווענדער.
ווען עס קומט צו באצאלן די בילל, און ביסט נאך אין די 10 טעג פון די בילל דעיט, ברויכסטו דאך קריגן 2 פראצענט דיסקאונט, און אויך עפלייען די קרעדיט פון 100 דאללער. אבער אזוי ווי די קרעדיט איז נישט דירעקט געענטערט קעגן דעם 1000 דאללערדיגע אינוואויס, ממילא גיבט קוויקבוקס א דיסקאונט פון 2 פראצענט אויף 1000 דאללער (20 דאללער)און נישט אויף 900 דאללער (18 דאללער) וויפיל דו דארפסט באמת צאלן. (האלטסט נאך מיט?) נות דארף מען דאך צו וויסן טוהן פאר קוויקבוקס אז מען וויל נישט די קרעדיט אויף די גאנצע אינוואויס.
די עצה דערצו איז זייער פשוט, מען גייט אריין אונטן צו סעט קרעדיטס און דארט עדטשאסטע די עמאונט (די עמאונט דארף מען אליין אויסרעכענען...) וק"ל.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:38 pm
דורך שטרויזאק
שוועמל האט געשריבן:בנוגע אריינלייגן א דעפאזיט פאר א ווענדאר:
שטרויזאק האט געשריבן:ווען דו מאכסט די טשעק, לייג אריין ביי אקאונט <אקאונטס פעיעבל>
און ביי קאסטומער, לייג אריין די נאמען פון דעם ווענדאר
און ווען דו באקומסט די בילל, קענסטו עפלייען די טשעק צו דעם בילל ביי
פעי ביללס>סעט קרעדיטס
הצלחה!
ביי קאסטומער, קען איך נישט אריינלייגן דעם ווענדאר ווייל ער איז נישט קיין קאסטומער. דעם ווענדאר קען איך בלויז אריינלייגן ביי פעי טו דע ארדער אף____.
און וואס איז די איידיע אריינצולייגן דעם ווענדאר אלס קאסטומער, איך וויל דאך ענדערש אריינלייגן דעם פאקטישן קאסטומער כדי ס'זאל ראנען אין די PL רעפארטס, ריכטיג?
אויב די אקאונט איז
אקאונטס פעיעבל דעמאלטס גייט ביי די
קאסטומער די נאמען פון דעם ווענדאר.
אין די
בילל וועסטו שוין לייגן די נאמען פון דעם פאקטישן קאסטומער כדי ס'זאל ראנען אין די PL רעפארטס, עס מוז נישט שטיין אויף די טשעק אזוי ווי עס שטייט נישט אויף די
בילל-פעימענט טשעק.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:46 pm
דורך שטרויזאק
שמיי_דריי האט געשריבן:פאטאקי08 האט געשריבן:שכוח שטרויזאק
דאס האט ער מיר גענטפערט אין אישי
שיינעם דאנק אייך
costum transaction detail
modify report
enter the appropiate date
filter the bank account
total by: week
ווי מאכט מען דאס enter the appropiate date?
ווי אזוי מאכט מען total by week?
enter the appropiate date מיינט: לייג אריין די דעיט אויף ווען דו ווילסט די ריפארט זאל לויפן, צב"ש די וואך, חודש, קוואטער.
די total by: מאכט מען ביי מאדיפיי ריפארט>דיספלעי>טאטעל ביי.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:49 pm
דורך שטרויזאק
שמיי_דריי האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:ביים ענטערן א קרעדיט פון א ווענדאר, גייט אלס דער קרעדיט עגעינסט A/P און דער קרעדיט ווערט אויסגענוצט בלויז ביים באצאלן די קומענדיגע בילל, דורך אראפרעכענען אויטאמאטיש דעם קרעדיט באלאנס.
וואס טוט זיך אבער ווען דער ווענדאר גיבט מיר בפועל צוריק געלט למשל אין פארם פון א טשעק אדער א ריפאנד צום קרעדיט-קארד, וויאזוי רעקארדיר איך עס אין ק"ב אז עס זאל מער נישט זיין קיין קרעדיט עגענסט די קומענדיגע בילס וויבאלד איך האב דאך שוין באקומען דאס געלט צוריק אין A/R ?
איינער האט א ענטפער אויף די שאלה?
קרעדיט ביי דעפינישען מיינט עגענסט A/P, אויב ווילסטו נישט עס זאל גיין עגענסט A/P דאן מאך א דעפאזיט גלייך אין באנק אדער א קרעדיט קארד ריפאנד.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:53 pm
דורך שמיי_דריי
שטרויזאק האט געשריבן:שמיי_דריי האט געשריבן:שוועמל האט געשריבן:ביים ענטערן א קרעדיט פון א ווענדאר, גייט אלס דער קרעדיט עגעינסט A/P און דער קרעדיט ווערט אויסגענוצט בלויז ביים באצאלן די קומענדיגע בילל, דורך אראפרעכענען אויטאמאטיש דעם קרעדיט באלאנס.
וואס טוט זיך אבער ווען דער ווענדאר גיבט מיר בפועל צוריק געלט למשל אין פארם פון א טשעק אדער א ריפאנד צום קרעדיט-קארד, וויאזוי רעקארדיר איך עס אין ק"ב אז עס זאל מער נישט זיין קיין קרעדיט עגענסט די קומענדיגע בילס וויבאלד איך האב דאך שוין באקומען דאס געלט צוריק אין A/R ?
איינער האט א ענטפער אויף די שאלה?
קרעדיט ביי דעפינישען מיינט עגענסט A/P, אויב ווילסטו נישט עס זאל גיין עגענסט A/P דאן
מאך א דעפאזיט גלייך אין באנק אדער א קרעדיט קארד ריפאנד.
איך מאך א דעפאזיט אין באנק. איך האב געוואלט וויסן אויס ווען איך מאך א "קרעדיט" צו מען קען עס מאכן אז עס זאל גיין גלייך אין באנק און נישט עפלייען צו א בילל. יעצט זעה איך שוין אז נישט...
א גרויסן ייש"כ
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:54 pm
דורך שמיי_דריי
איך זעה נישט אזא אפציע ווי Total By ביי מיר קומט ארויף סארט ביי
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 02, 2009 12:57 pm
דורך שטרויזאק
מאך א טרענזעקשען ריפארט
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 10:46 am
דורך שוועמל
כמה שאלות:
1) ביים אריינשטעלן קאסטומער אינפארמעשאן, איז נישטא קיין פיעלד אריינצולייגן די '3 דיגיט סעקיוריטי קאוד' פונעם קרעדיט קארטל, פארוואס?
2) ביים באצאלן בילס מיט קרעדיט, קומט עס נישט ארויף אויפן פעי סטאב, דאס איז גורם א צעמישעניש פארן ווענדאר ווייל ער ווייסט נישט פונקטליך וואו צו עפלייען די קרעדיטס. וויזוי קען מען מאכן ביים באצאלן אסאך בילס אויף איינמאל אז סיי קרעדיטס און סיי בילס זאלן זיין אויפן סטאב?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 11:15 am
דורך שוועמל
שאלה ב;
זוכענדיג אויפן נעט האב איך געפונען אין ק"ב פארומס רעדן דערוועגן, טאקע נישטא קיין עצה, אבער איינער שרייבט:
A. Intuit dioes not consider this a "bug." however, they do recognize that this "undocumented feature" causes users problems and offer the following solutions:
1. Do the process shown here to print out an addendum to the Bill Payment Stub:
http://support.quickbooks.intit.com/sup ... le/1003363OR
2. Always apply at least 1 cent less than the full amount of the invoice from the credit. The point is to avoid clearing an invoice in full with a credit.
זייער א ארימע עצה. הגם די צווייטע עצה געפעלט מיר בעסער ווייל אזוי בלייבט עס אויפן סטאב כאטשיק.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 12:16 pm
דורך דארפסמאן
שוועמל וועגן נאמבער 1 האב איך שוין געטיען דערוועגן אבער איך ווייס אויך נישט סא לייג איך עס אריין און די NOTE
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 12:24 pm
דורך פריילאך
ביים קריעיטען פעיראלל. קומט אלץ אויס פאראויסדיגע דעיטס.
עני וועי צו סעטן זאל אויסקומען די ריכטיגע דעיט ווי מען האלט טאקע?
ביטע
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 1:29 pm
דורך קבל את האמת
וואס איז מיט א פעמינט רעסיט ווען קונים באצאלן מיט קרעדיט קארד
עפעס מער ווי אן אינוויס מיט פעיד זיגעל דערויף איז דא עפעס ?
יעצט פרינט איך די ריסיוו פעמענט ווינדא פאר א פי די עף, און אימעל עס צום קונה
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 5:36 pm
דורך שמיי_דריי
על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון.
שוועמל, אויף דיין ערשטע פראגע וועגן האלטן אין קוויקבוקס די דריי נומערען פון די בעק פון די קרעדיט קארד. מען קען עס נישט סעיווען וועגן סעקיורעטי ריזענס. (קרעדיט: קוויקבוקס) א שטיקל חסידישע הערמה וואס עס איז מיר בייגעפאלן שוין לאנג צוריק איז, אויף יענע פעיטש איז אויך דא די אפציע פון account numbet און דארט קען מען אריין לייגן די דריי דיגיטס. וכן נוהגים.
שוועמל, אויף דיין צווייטע שאלה איז נישטא קיין וועג (דערווייל) עס איז צו האפן אז אין די קוויקבוקס יארע 2011 וועט דאס שוין זיין גוט. (מיט נאך אפאר זאכן וואס איך האב פארלאנגט...)
פריילאך, עס קומט ארויף אייביג די דעיט וואס דו האסט גענוצט ביי עני פריערדיגע טראנזאקציע. קוויקבוקס ארבייט אס ער גיבט דיר אייביג די דעיט וואס דו האסט גענוצט לעצט (נישט דוקא ביי יענע זאך גופא). מען קען עס טוישן ביי די פרעפרענג אז עס זאל דיר אייביג געבן די דעיט פונעם טאג.
קיבל את האמת, ערקלער אביסל מער דיין פראבלעם. וואס עפעס דוקא ווען איינער צאלט מיט א קרעדיט קארד ברויכסטע מער? ווען איינער צאלט מיט קעש/טשעק דארפסטו נישט מער? וואס בכלל איז נישט גענוג קלאר מיט די ווארט פעיד?
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 29, 2009 11:20 pm
דורך שטרויזאק
שוועמל:
אז עס איז נישט קיין
בילל פעימענט איז נישט דא קיין בילל פעמענט סטאב.
איז טאקע די עייצה אזוי ווי דו האסט געשריבן,
פרינטן די היסטארי פון די קרעדיט
ווען א חלק פון די בילל ווערט באצאלט מיט א טשעק, קומט ארויף אויף די וואוטשער (סטאב) פונעם טשעק אויך די קרעדיט וואס איז געווארן עפפלייט צו דעם בילל.
פריילאך:
דו דארפסט עדיטן די פעיראלל סקעדזשועל איינמאל פאר אלעמאל.
קבל את האמת:
דו ווילסט פרינטן א פעימענט רעסיט, איא?
(שמיי דריי: ווען איינער געט א טשעק/קעש דארף מען אפשר נישט אלעמאל אזוי וויכטיג די רעסיט, ווייל ער ווייסט דאך וואס ער האט געגעבן. אבער ווען מען טשארדזשט יענעמס קארטל, דארף מען אים פארמעל איינמעלדן אז די קארטל איז געווארן געטשארדזשט.)
איך ווייס נישט פארוואס די חכמי אינטואיט האבן פארזען אזא פשוטע זאך, אבער אין 2010 איז שוין דא די אפציע צו פרינטן א רעסיט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 8:45 am
דורך פריילאך
מר. שמיי דריי,
ישר כח אבער איך דארף נישט דעם היינטיגען דאטום, איך וויל עס זאל מיר געבן ווי איך האלט.
למשל איך האב נישט געדריקט פעיראלל די לעצטע חודש.
הער שטרויזאק, ווי אזוי פירט מען אויס דיין עצה?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 9:31 am
דורך פאטאקי08
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 31, 2009 11:09 pm
דורך שטרויזאק
פריילאך האט געשריבן:מר. שמיי דריי,
ישר כח אבער איך דארף נישט דעם היינטיגען דאטום, איך וויל עס זאל מיר געבן ווי איך האלט.
למשל איך האב נישט געדריקט פעיראלל די לעצטע חודש.
הער שטרויזאק, ווי אזוי פירט מען אויס דיין עצה?
עמפלויאיס>עדד אר עדיט פעיראלל סקעדזשועל.
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 01, 2010 9:12 am
דורך פריילאך
הער שטרויזאק,
עקסעלענט!!! יו מעיד מיי דעי
פארעפענטליכט: פרייטאג ינואר 01, 2010 10:10 am
דורך וואדקע
מיינע memorized transactions ווערט נאר גיענטערד טאמער איך מאך צו און עפען אויף נאכאמאל דו קאמפעני פייל טאמער אבער בלייבט עס אפען משבוע לשבוע ומחודש לחודש גייט עס נישט אריין
עני סעלאושען?
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 04, 2010 3:53 pm
דורך שיבער
איז דא א וועג ווען מען מאדיפייען א ריפורט אז עס זאל אלעמאל זיין די לעצטא וואך אדער צוויי וואכן אדג?