בלאט 7 פון 38

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 8:00 pm
דורך שטרויזאק
צום זאך האט געשריבן:און וואס טוה איך אויב אין די ענד האב איך אויסגעפייט די פי, און די באנק קרעדיט מיר עס צוריק אויפן נעקסטן סטעיטמענט ? ווי לייג איך עס אריין? (וואס הייסט ווי?.. אין טאש!....)

מאך א דיפאזיט און לייג אריין די זעלבע אקאונט וואס דו האסט אריין געלייגט אויף דעם טשעק.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 11:55 am
דורך שמיי_דריי
ווען איך מאך א אינוואויס און איך וויל געבן פאר יענע קאסטומאר א דיסקאונט איז ווען איך לייג אריין 5 אייטעמס און ווען איך מאך דיסקאונט וויל איך עס זאל זיין א דיסקאונט אויף די גאנצע אינוואויס אבער ווען איך לייג אריין ביי די רעיט פון דיסקאונט 5% גיבט ער מיר נאר 5% פראצענט אויף די לעצטע אייטעם פון די אינוואויסץ ווי אזוי קען איך מאכן אז ער זאל מיר געבן די דיסקאונט אויף די גאנצע אינוואויס?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 03, 2009 8:00 pm
דורך שטרויזאק
שמיי דריי:

קוק דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 11:48 am
דורך שמיי_דריי
די וועג האב איך אויך געוויסט. איך האב נאר געוואלט וויסן אויב עס איז נישטא קיין אנדערע וועג.

ייש"כ

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 10:08 pm
דורך KUPSTHICK
how do I set up that a sales person should get paid commission 10%,
and automatically be deducted and going to his account
[*]please answer in yiddish

NYC סעילס טעקס העכערונג

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 04, 2009 11:13 pm
דורך שוועמל
די נייע סעילס טעקס העכערונג
איך ווייס נישט צי דער עולם ווייסט אבער ניו יארק סיטי סעילס טעקס (קאמביינד) איז ארויפגעגאנגען מיט א האלבע פראצענט דעם אוגוסט 1, פון 8.375 צו 8.875 וואס מאכט דאס פאר די העכסטע סעילסט טעקס ראטע איבער גאנצן לאנד! און אלעס אדאנק אונזער פארשטונקענער מעיאר בלומבערג ירד הודו, וואס לויט אים וועט דאס ברענגען א ביליאן דאלער מער א יאר.


יעצט איז מיין שאלה אין קוויקבוקס וויאזוי זאל מען טוישן די רעיט.
אויב טויש איך די בעיס רעיט פונעם Sales Tax item וועט דאס אפעקטירן אלע פריערדיגע אינוואויסעס, ניין?
און וויאזוי וועט די רעפארט אויסקוקן? רח"ל...

דעריבער ברויך מען טון צוויי זאכן כדי די נייע רעיט זאל זיין מכאן ולהבא און ס'זאל נישט אפעקטירן פריערדיגע רעפארטס.

גיי צו ליסט > אייטעמס > רייט קליק און דרוק 'ניו אייטעם' - דארטן מאך א נייע 'סעילס טעקס אייטעם' גיב עס א נאמען למשל NEW Sales Tax, שטעל אן די רעיט זאל זיין 8.875.

גיי צו עדיט > פרעפערענסעס > סעילס טעקס > קאמפאני פרעפערענסעס > ביי Set up Sales Tax item סעלעקט פון די דראפ-דאון די נייע אייטעם וואס דו האסט יעצט געמאכט > דרוק OK.

פון היינט און ווייטער וועלן אלע אינוואויסעס אויטאמאטיש רעכענען דעם נייעם סעילס טעקס ראטע און די פריערדיגע רעפארטס וועלן בלייבן על מקומם.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 05, 2009 6:46 am
דורך שמיי_דריי
שוועמל שכח פארן אויפמערקזאם מאכן ווייל איך האב שוין געטוישן די סעילס טעקס אליינס. אבער מיר וועלן אנרופן די אקאונטענט זיכער צו מאכן אז איר זאגט ריכטיג..

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 09, 2009 12:29 pm
דורך שמיי_דריי
ווען איך גיי צו רעסיעו פעימענטס ווינדאו אז איינער האט מיר געגעבען געלט גיבט אזא קום ארויף אויטאמאטיש ט וועב בראוסער פעיטש.... ווי אזוי גיבט מען זיך א עצה???.... איך וויל עס אראפ נעמען... ביטע מיר העלפן ווי שנעלער ווייל עס פארשווערט מיר זייער די ארבייט און עס גייט זייער שטייט די ארבייט

ולמצוה גדולה יחשב...

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 12, 2009 3:10 am
דורך שוועמל
ביי 'פעי ביללס' איז דא אזא זאך ווי 'סעט דיסקאונט' אויב דער ווענדאר גיבט דיר א דיסקאונט לויט דיינע טיורמס וכו'.

האט זיך געמאכט מיט איין ווענדאר אז ער וויל נישט געבן די דיסקאונט למפרע, למעשה האב איך שוין געפרינט די טשעק מיטן דיסקאונט. וויאזוי נעם איך יעצט אראפ די דיסקאונט כדי ס'זאל ווערן אפען באלאנס?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 12:09 am
דורך שטרויזאק
שוועמל:

מאך אויף די טשעק וואס האט באצאלט די אינוואויס,
עס דארף זיין אונטן א באטטען דיסקאונט קליק דארטן,
וועט ער עפענען די דיסקאונט ווינדאו, דארט וועסטו זען די דיסקאונט אמאונט און די אקאונט,
מאך -0- די דיסקאונט אמאונט.

הצלחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 12:19 am
דורך שמיי_דריי
שמיי_דריי האט געשריבן:עס האט זיך מיר געמאכט א פראבלעם וואס איך מיין אז מען קען עס נישט פאררעכטן אבער פאר איך גיב אויף וויל איך זיכער מאכן אז מען קען טאקע נישט... אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מען מאכט עס

ווי באקאנט נעמט די קרעדיט קארד מעסטער קארד און וויסע ארויס אויף איינמאל א חודש די גאנצע געלט וואס קומט זיי די פראצענט. און מען מאכט אויף א ווענדער מערטשענט סערוויס צו ווי אזוי מען וויל עס רופן און מ'רעקארד דארט יעדע חודש די געלט וואס זיי האבן ארויסגענומען...

למעשה איז מיר אויסגעקומען צו טוהן א טובה פאר איינעם און אים אביסל מסדר זיין זיין קוויקבוקס.. און דא איז עס געזעהן.. איך האב מיך אנגעשטאלפערט.. די מערטשענט סערוויס איז א קאסטומער און גארנישט קיין ווענדער... הערט א מעשה.. פרעגטס מיר אפילו נישט ווי אזוי מען באמערקט נישט אזא גראבע טעות... די רעפארטס שטומען דאך פשוט נישט...

יעצט צו די פוינט.. איז דא א וועג ווי איך קען מאכן די קאסטומער מיט אלע זיינע אינוואויסעס זאלן ווערן א ווענדער און די אינוואויסעס זאלן ווערן בילס???
איך מיין אז נישט בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט אבער אפשר דאך.. שערי קרעטשמע לא ננעלו... איינער ווייסט דא צו מען קען עס מאכן און אויב יא וויאזוי???....

שכח למפרע פארן ענטפערן..


פאר אלע וואס האבן נישט געהאט קיין תירוצים.... איך האב אויסגעטראפן ווי אזוי מען מאכט דאס ווען מען האט איינעם אויף די אדהער ליסט און מען וויל אים מאכן פאר א ווענדער אדער עמפלואי אדער קאסטומער גייט מען אריין צו ליסט אדהער נעים ליסטע און אונטן פון די ליסטע איז דא א אפציע אקטיוויטיס און ווען מען גייט דארט אריין איז דא א אפציע פון טוישן די טייפ פון די אדהער נעים און דארט קענט איר אויסוועלן צו וואס איר ווילט אים טוידן און איר זענט דאן...

יעצט איז אזוי, איך האב פרובירט דאס צו מאכן ביי א ווענדער צו טוישן צו א קאסטומער אבער דארט טרעף איך מער נישט די אפציע.. קען מיר איינער פעסטשטלן צו מען קען עס טאקע נישט מאכן פון א ווענדער/קאסטומער צו א קאסטומער/ווענדער אדער איך האב עס פשוט נישט באמערקט???...

מיט גרויס דאנק פון פארויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 12:20 am
דורך שמיי_דריי
שטרויזאק איך זעה דו דרייסט דיך דא יעצט נו גיב מיר שוין אויך אענטפער און איין וועגס ענטפער מיר פאר מיין קשיא אין מיין פריעדרדיגע תגובה אויך

ייש"כ למפרע
תזכו למצוות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 11:43 am
דורך שטרויזאק
שמיי דריי:

לכאורה קען מען נישט מאכן א קאסטומער/ווענדאר פאר אן אדער, נאר פארקערט.

וועגן די וועב בראוזער:
לאז עס עפענען און קליק נאו טענקס.
גיי צו עדיט> פרעפערענסעס> דזשענעראל> טוירן אף פאפ-אפ מעסעדזשעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 11:49 am
דורך שמיי_דריי
ייש"כ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2009 5:05 pm
דורך פאטאקי08
וויאזוי מאך איך אין די סטעיטמענט אין קוויק בוקס זאל אויך שטיין די דעסקריבשען פונעם אינוואויס?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 7:51 am
דורך AbiYiddish
אויף די רעכטע זייט אין די 'קריעיט סטעיטמענטס' פענסטער איז דא א טשעק באקסל פאר:
“Show invoice item details on statements”.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 9:38 am
דורך פאטאקי08
אבער דארט זעט מען נישט די דעסקריפשען נאר די אייטעם נאמען

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 9:48 am
דורך AbiYiddish
אזאנס איז נישטא.
נאר אויב דו מאכסט סטעיטמענט טשארדזשעס, און איך שטעל מיר פאר אז נישט דאס איז וואס דו זוכסט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 10:00 am
דורך פאטאקי08
די נאוט פון די אינוואויס קען מען יא זען אויפן סטעיטמענט?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 10:17 am
דורך פאטאקי08
וויאזוי שיקט מען אויף אימעיל אלע אינוואויסעס פון א קאסטומער אויף איינמאל?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 10:20 am
דורך פאטאקי08
קעי געטראפען וויאזוי סענד בעטש

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 10:50 am
דורך AbiYiddish
ס'דארף צו הייסן אז די אינוואויס מעמאו איז אפילו נישטא קיין אפשען אז ס'זאל נישט ווייזן אויפן סטעיטמענט.

האסט פרובירט?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 14, 2009 12:21 pm
דורך פאטאקי08
יא ביזט גערעכט
שיינעם דאנק אייך

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 02, 2009 9:22 am
דורך שטרויזאק
מענטש (אין טאלק) האט געשריבן:איך האב א קשיא אין קוויקבוקס... ווען דו קומסט אריין דא און דו זעהסט מיין קשיא ביטע מיר ענטפערן..‬
איך האב קאסטומער לאמיר אים רופן שמעון ער איז מיר געוועהן שולדיג 800 דאללער ער האט מיר איינמאל געגעבען א קרעדיט קארד פון 400 דאללער און א חודש נאכדעם האט ער מיר געגעבען נאך א קרעדיט קארד פון 400 דאללער.
צוויי וואכן שפעטער האט ער זיך דערמאנט אז ער וויל מיר ענדערש באצאלן מיט א טשעק.. האט ער מיר געשיקט אויף מעיל א טשעק און ער האט מיר געזאגט אז איך זאל אים מאכן א ריפאנד אויף זיין קארטל און אזוי האבעך טאקע געטוהן.
אבער דא איז געוועהן גי חורבן.. ווייל איך האב געטשארטשט זיין קארטל אין JUNE און די ריפאנד מיט די טשעק איז געוועהן אין JULY, איז יעצט טאמער גיי איך עוואוידען די קרעדיט קארד אין קוויקבוקס וועט דאך די גאנצע רעקאנסעלעישאן פון JUNE גיין גאגא און איך וועל עס ברויכן איבערמאכן... ווידער אריין לייגן די טשעק קען איך נישט נאר דורך וואוידען די קרעדיט קארד טאשרטש נו וואס טו איך דא???

ביטע מיר ענטפערן ווי שנעלער ווייל איך ווייס נישט ווי אזוי מיך א עצה צו געבן..‬

    גיי אריין צו זיין ק"ק פעימענטס,
    אנעפליי די פעימענטס
    מאך א נייע טשעק פעימענט און עפליי עס צו די ריכטיגע אינוואויס
    גיי אריין צו די ק"ק פעימענט (עס איז אפען)
    אישו א ריפאנד פאר דעם קאסטומער
הצלחה

פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 11, 2009 10:06 am
דורך טשיקאווער
איך האב א קוויק באקס שאלה ?
איך וויל מאכען א ריפארט פון עטליכע אינפארמאציע אויף אמאל
ד.מ. איך וויל האבען אויף איין ריפארט אלע אפענע פארטשעס ארדערס (Open Purches orders) פון יעדע ווענדער
און אלע געקלאזטע (וואס זענען שוין געבילד) און די פעימענטס אויף די ביללס
קוויק באקס לאט מיר מאכען א ריפארט נאר פון יעדע זאך עקסטער
אפענער פארטשעס ארדערס /געקלסטע / וכו'
איך זיך א פראגרעם וואס קען נעמן עטלכע ריפארטס פון קוויק באקס [פארשטייט זיך פאר אן א געלט אדער עכ"פ פאר גאר ביליג נישט צי טייער ] און עס ציזאם שטעלן פאר איין ריפארט. איך קען עס עקספארטען און עקסעל אלע ריפארטס און מאכען איין גרויס שיינע ריפארט אבער איך וויל נאר איינמאל ארבעטון דעראויף און נישט א יעדע מאל וואס איך וויל מאכען א ריפארט זאל איך דארפען אראבעוטן א 2- 3 שעה