בלאט 6 פון 38

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 19, 2009 2:43 pm
דורך שטרויזאק
ווען דו מאכסט די טשעק, לייג אריין ביי אקאונט <אקאונטס פעיעבל>
און ביי קאסטומער, לייג אריין די נאמען פון דעם ווענדאר
און ווען דו באקומסט די בילל, קענסטו עפלייען די טשעק צו דעם בילל ביי
פעי ביללס>סעט קרעדיטס

הצלחה!

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 22, 2009 8:43 pm
דורך שוועמל
יישר כח שטרויזאק פאר דאס מאל און אויך פאר פאריגעס מאל ביים מאכן א ווענדאר ריפאנד.


נאך א שאלה.
ס'יז דא ווענדארס וואס געבן טיורמס ווי למשל Net 30 2% 10 וכדומה. דאס מיינט אז אויב צאלט מען דעם בילל אין די ערשטע צען טאג באקומט מען נאך א דיסקאונט פון צוויי פערצענט.

די פראבלעם איז אבער אז די דיסקאונט ווערט עפלייד צום גאנצן בילל אריינגערעכענט שיפפינג, א זאך וואס טייל ווענדארס זאגן 'העי, איך גיב דיר טאקע נאך 2 פערצענט אבער פאר די אייטעמס און נישט פאר שיפפינג טשארזש וואס קאסט מיר אזויפיל, און איך קען דיר נישט אראפרעכענען דערפאר'.

וויאזוי מאך איך אז די שיפפינג זאל ווערן עקסלודעד פון די טיורמס 2% 10 ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2009 2:23 pm
דורך פאטאקי08
איך האב א באנק אקאונט
איך וויל א רעפארט ביי וואך
יעדע וואך וויפיל סאיז אריין און ארויס

קען נישט טרעפן וויאזוי ממאכט דאס

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2009 3:09 pm
דורך שטרויזאק
גיי צו דיין באנק אקאונט (אין די טשארט אף אקאונטס)
קליק-רייט און מאך א קוויק-ריפארט

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 23, 2009 3:37 pm
דורך פאטאקי08
שכח שטרויזאק פאר דיין הילף פאר יעדן און מיר בפרט
אבער דיין ענטפער איז נישט אויף וואס כאב געפרעגט
איך וויל קאלוםס פאר יעדע וואך די טאטעל אריין און ארויס
איך מיין אז קוויק בוקס מאכט דאס נאר אויף די ברייט

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 24, 2009 6:16 pm
דורך פאטאקי08
שכוח שטרויזאק

דאס האט ער מיר גענטפערט אין אישי

שיינעם דאנק אייך

costum transaction detail

modify report

enter the appropiate date
filter the bank account

total by: week

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 9:20 am
דורך שמיי_דריי
איינער קען מען דאס ענטפערן???

שטרויזאק ווי ביזטו???

מיין בעה''ב פרעגט מיר שוין היינט צום וויפילטען מאל ווען דאס גייט ווערן מסודר..

שמיי_דריי האט געשריבן:עס האט זיך מיר געמאכט א פראבלעם וואס איך מיין אז מען קען עס נישט פאררעכטן אבער פאר איך גיב אויף וויל איך זיכער מאכן אז מען קען טאקע נישט... אפשר ווייסט איינער ווי אזוי מען מאכט עס

ווי באקאנט נעמט די קרעדיט קארד מעסטער קארד און וויסע ארויס אויף איינמאל א חודש די גאנצע געלט וואס קומט זיי די פראצענט. און מען מאכט אויף א ווענדער מערטשענט סערוויס צו ווי אזוי מען וויל עס רופן און מ'רעקארד דארט יעדע חודש די געלט וואס זיי האבן ארויסגענומען...

למעשה איז מיר אויסגעקומען צו טוהן א טובה פאר איינעם און אים אביסל מסדר זיין זיין קוויקבוקס.. און דא איז עס געזעהן.. איך האב מיך אנגעשטאלפערט.. די מערטשענט סערוויס איז א קאסטומער און גארנישט קיין ווענדער... הערט א מעשה.. פרעגטס מיר אפילו נישט ווי אזוי מען באמערקט נישט אזא גראבע טעות... די רעפארטס שטומען דאך פשוט נישט...

יעצט צו די פוינט.. איז דא א וועג ווי איך קען מאכן די קאסטומער מיט אלע זיינע אינוואויסעס זאלן ווערן א ווענדער און די אינוואויסעס זאלן ווערן בילס???
איך מיין אז נישט בעסער געזאגט איך ווייס אז נישט אבער אפשר דאך.. שערי קרעטשמע לא ננעלו... איינער ווייסט דא צו מען קען עס מאכן און אויב יא וויאזוי???....

שכח למפרע פארן ענטפערן..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 25, 2009 1:19 pm
דורך שטרויזאק
לכאורה איז נישט דא קיין וועג אויף דעם.
אבער איך האב נישט גענטפערט ווייל לא ראינו אינו ראי', קען איך נאר זאגן אז איך ווייס נישט אבער אפשר ווייסן אנדערע יא.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 26, 2009 9:23 am
דורך לחיים ולברכה
איך ווייס אויך נישט (אויך נישט קיין ראי', ווייל ס'איז דא אסאך זאכן וואס כ'קען נישט).

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 1:45 pm
דורך סאכדעס
כ'מיין אז עס שוין געווען אמאל די שאלה, אבער איך קען עס נישט טרעפן.

ווען א ווענדאר שיקט מיר א קרעדיט, קען איך דאך גיין ביי פעי בילס, און סעטן קרעדיטס. איא? איז וויאזוי קען איך עס אוועקנעמען אויב האב איך געמאכט א טעות. און וויאזוי ריקארד איך עס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 29, 2009 3:26 pm
דורך שוועמל
שמיי דריי

איך מיין אז אינטואיט אליינס קען דיר העלפן, זיי קענען אריינגיין אין די סאורס קאוד און טוישן דעם נאמען צו א ווענדאר און אלע טרענזעקשאנס.
רוף זיי אן און פרעג.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 3:54 pm
דורך למדן
איך האב אזא שאלה:

מאכט זיך אמאל אז א קאסטומער באשטעלט עפעס ביי מיר, און איך האב עס נישט אין סטאק, סאו, איך באשטעל עס ביי צווייטן [פון דא אין ווייטער איז ער: מיין ווענדאר] און יענער דעליווערט עס צו מיין קאסטומער און ער פיקט אפילו אויף ס'געלט [סי-או-די] פאר מיר.

יעצט איז אזוי: דער ווענדאר פארקויפט מיר דעם פראדוקט פאר 200 דאלאר, און איך בעט פון מיין קאסטומער 300 דאלאר, סאו ווען מיין ווענדאר פיקט אויף ס'געלט פון מיין קאסטומער, נוצט ער $200 דערפון צו אפצאלן מיין ביל, און די איבעריגע $100 לייגט ער מיר אלס א קרעדיט, און אויב וויל איך, קען ער מיר אויך שיקן א טשעק פון דעם הונדערטער.

דער קאסטומער איז מיר שוין גארנישט שולדיג ווייל ער האט באצאלט $300 פאר מיין ווענדאר; איך בין גארנישט שולדיג פאר מיין ווענדאר ווייל מיין קאסטומער האט דאך אים באצאלט [און נאכדערצו מיט אן עודף]; נאר מיין ווענדאר איז מיר שולדיג געלט אדער א קרעדיט פון $100;

איצטערט איז מיין שאלה דרייפאכיג: וויאזוי רעקארד איך דאס אלעס אין קוויק-בוקס?

1) וויאזוי לייג איך ארייין אז מיין קאסטומער איז מיר שוין נישט שולדיג קיין געלט? איך קען נישט אריינלייגן אז ער האט "באצאלט" $300 ווייל פאקטיש האב איך דאך נישט באקומען דאס געלט, און איך קען עס נישט דעפאזיטען אין איינע פון מיינע באנק אקאונטס; איך דארף נאר אויף א וועג אריינשרייבן אז ער איז מיר שוין גארנישט שולדיג, טא, וויאזוי טוה איך דאס?

2) וויאזוי לייג איך אריין אז איך בין שוין גארנישט שולדיג פאר מיין ווענדאר? פאקטיש האב איך נישט אויסגעשטעלט א טשעק פאר אים, נאר מיין קאסטומער האט אים דירעקט באצאלט, סאו, וואס לייג איך אריין אין קוויק בוקס? "וויאזוי" איז דער ביל באצאלט געווארן? פון וואספארא אקאונט?

3) וויאזוי לייג איך אריין דעם קרעדיט וואס איך האב יעצט ביים ווענדאר? דאס איז אייגנטליך פארבינדען מיט פראגע נומבער 2, ווייל איינמאל איך וועל וויסן וויאזוי אריינצולייגן דעם פעימענט פאר'ן ווענדאר, וועל איך דאך דעמאלט אריינלייגן א גרעסערן סומע און ס'איבעריגע וועט זיין קרעדיט, [און אויב שיקט ער מיר א טשעק פון די איבעריגע, וואס טוה איך דעמאלט?]

קען זיין אז דאס איז גאנץ א פשוטע זאך, אבער דאס איז שוין נישט די ערשטע מאל וואס האט זיך מיר געמאכט אזא טראנזאקציע, און איך האב עס קיינמאל ביז היינט נישט אריינגעלייגט ווי עס באדארף צו זיין, סאו, אפשר העלפט מיר איינער ארויס?

[אויב האט מען שוין דא אמאל גערעדט פון עפעס ענליכס, ביטע דירעקטירט מיך אהין]

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 7:51 pm
דורך שטרויזאק
סאכדעס:
אויב איך פארשטיי גוט דיין שאלה, האסטו געמאכט און עפלייעט א קרעדיט און דו ווילסט עס יעצט אנדערש עפלייען, איא?
אויב יא איז די עייצה אזוי:

    גיי אריין צו די קרעדיט
    טויש די נאמען פונעם ווענדאר צו עני אנדערע נאמען
    סעיוו ענד קלאוז (יעצט ווערט די קרעדיט אנעפלייט)
    --
    גיי נאכאמאל אריין צו די קרעדיט
    טויש צוריק די נאמען פונעם ווענדאר צו די ארגיניעלע נאמען
    סעיוו ענד קלאוז
    יעצט קענסטו עפלייען די קרעדיט וויאזוי דו ווילסט.
הצלחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 16, 2009 8:21 pm
דורך שטרויזאק
למדן:

מאך אויף א באנק אקאונט רוף עס עממ... עממ... לאמיך טראכטן 3rd party supplier אדער וואטעווער דו ווילסט.
    רעסיוו פעימענט פון דעם קאסטומער און דעפאזיט עס אין דעם אקאונט
    פעי ביללס פאר דעם ווענדאר אויך פון דעם זעלבן אקאונט
אויב דער קאסטומער געט מער ווי דו קומסט פאר דעם סופלייער:
    ווען דו מאכסט פעי ביללס, לייג אריין ביי>אמאונט טו פעי, די אמאונט וואס דער קאסטומער האט באצאלט
    אזוי וועט אויסקומען אז דו האסט א קרעדיט ביי דעם סופלייער
ווען דו באקומסט די ריפאנד טשעק:
    מעיק דיפאזיט
    ביי >רעסיווד פראם, לייג אריין די נאמען פון דעם סופלייער
    ביי > פראם אקאונט, לייג אריין אקאונטס פעיעבל
הצלחה

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 12:33 pm
דורך למדן
שטרויזאק האט געשריבן:למדן:

ווען דו באקומסט די ריפאנד טשעק:
    מעיק דיפאזיט
    ביי >רעסיווד פראם, לייג אריין די נאמען פון דעם סופלייער
    ביי > פראם אקאונט, לייג אריין אקאונטס פעיעבל
הצלחה


באמת א גרויסן יישר כח הרב שטרויזאק, [דער שטרויזאק זאל דיר אנגעפילט ווערן גאלדענע רענדלעך...]

אפשר ביזטו מיר מסביר איין קלייניגקייט: ווען איך דיפאזיט דעם ריפאנד טשעק, פארוואס קומט טאקע צו לייגן ביי "פראם אקאונט" --- 'אקאונטס פעיעבל' ?

ס'קען זיין אז דער קאפ ארבייט מיר נישט יעצט אויף די מינוט פרייטאג נאכמיטאג, אבער איך ברעך זיך קאפ שוין א שטיק צייט צו 'פארשטיין' די זאך, צום סוף וועל איך סייווי מקבל זיין וואס דו זאגסט...

אבער אויבנאויף קוקט מיר אויס אזוי: דער הונדערטער ריפאנד וואס מיין ווענדאר האט מיר יעצט געשיקט, קומט דאך אריגינעל פון מיין קאסטומער פאר עפעס וואס איך האב אים פארקויפט, און דאס איז אייגנטליך מיין פראפיט אויף יענעם סעיל, סאו, פארוואס קומט נישט דער טשעק ביי פראם אקאונטס רעסיוועבעל?

----
הוספה: איין מינוט, איך מיין אז איך כאפ...

באמת האב איך דאך שוין איינמאל 'באקומען' דעם הונדערטער אין "אקאונטס רעסיוועבעל", דהיינו דעמאלס ווען איך האב אריינגעלייגט די גאנצע דריי הונדערט דאלאר פון דעם קאסטומער אין דעם א.ג. "דריטע פארטיי אקאונט", דערנאך האב איך נאר גענוצט יענץ געלט צו 'באצאלן' פאר'ן ווענדאר -- נאר איך האב איבערגעצאלט מיט א הונדערטער --- איז איצטערט ווען ער געבט מיר דעם ריפאנד איז עס דאך שוין נישט פון אקאונטס רעסיוועבל!

[עס איז מיר פאני געווען אז איך 'באקום' געלט "פון" אקאונטס 'פעיעבל'... אבער אז ס'איז א ריפאנד איז דאך דאס טאקע'ן נ'אזוי]

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 1:59 pm
דורך שטרויזאק
למדן האט געשריבן:הוספה: איין מינוט, איך מיין אז איך כאפ...

יא!
וואו חכמה דארט תורה!

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 17, 2009 2:44 pm
דורך שוועמל
ממש א גאון שטרויזאק!!!

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 8:42 am
דורך פאטאקי08
אויב די בעקאפ איז געווען אפ טו דעיט צי וואס דארפסטו די אריגינעלע פייל?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 9:04 am
דורך שוועמל
צו וועמען רעטסטו פאטאקי?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 19, 2009 10:32 am
דורך צום זאך
ס'מאכט זיך אפט אז ביים רעקענסיילן די בענק סטעטמענט דערזעהט מען זיך מיט א דיפרענס פון די באנקס ענדונג באלאנס און די ק"ב באלאנס (וואס אפילו ס'זאל נאר זיין א דיפרענס פון 1 צענט.. מוז מען עס אויסגראדן, וק"ל)
יעצט, רוב מאל איז די סיבה פון די דיפרענס די באנק דיסקרעפנסיס, ד"ה אז די באנק האט געמאכט טעותים אויפן סטעטמענט, ווצב"ש; זיי האבן בטעות געקלערד א טשעק אויף מער ווי ס'איז באמת ווערד געווען, זיי האבן withdrawald די זעלבע טשעק צוויי מאל (א מין חוצפה..), אדער קען זיך מאכן אז זיי טשארדזן א פי פאר א באונסט טשעק וכדו'
איז מיין שאלה, צו ס'איז דא א פלאץ ווי איך קען רעקארדן די סארט דיסקרעפנסיס אין ק"ב אז איך זאל עס זעהן אויפן רעג'יסטער?
איך וויל דאך אז די סטעטמענט זאל שטימען מיט די ק"ב רעג'יסטער.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 20, 2009 2:04 pm
דורך למדן
שטרויזאק האט געשריבן:
למדן האט געשריבן:הוספה: איין מינוט, איך מיין אז איך כאפ...

יא!
וואו חכמה דארט תורה!


העי, מאך נישט חוזק!

כ'על דיר זאגן דעם אמת, איך וואלט דאך לעולם געקענט אויסמעקן און פאררעכטן מיין אריגינאלע תגובה, אזוי אז ד'רוילעם וואלט נישט געוואוסט אז איך כאפ אביסל שווערליך...

נאר פארוואזשע דען האב איך דארט געלאזט מיין אריגענעלע קלאץ קשיא, און צוגעלייט מיין הוספה אז איך כאפ שוין... ???

פשוט, ווייל איך האב געהאלטן אז אפשר וועט דער גאנצער שקלא וטריא עפעס העלפן פאר איינעם פון די חברים דא צו בעסער ארויסהאבן וויאזוי אקאונטינג/קוו"ב ארבייט. און אויסערדעם האב איך געהאלטן אז איך האב זייער שיין צעלייגט די זאך...

סאו, פליז. ס'איז גענוג ביטער אזוי אויך, מאך נישט חוזק!!!

אקעי?...

[נ"ב, דזשאסט קידינג... יו אר סטיל די בעסט!]

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 1:01 pm
דורך שוועמל
איז דא וועג צו קענען ארויפברענגען בלויז די PENDING אינוואויסעס?

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 2:31 pm
דורך שטרויזאק
Reports>Sales>Pending Sales

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 3:37 pm
דורך שטרויזאק
צום זאך האט געשריבן:ס'מאכט זיך אפט אז ביים רעקענסיילן די בענק סטעטמענט דערזעהט מען זיך מיט א דיפרענס פון די באנקס ענדונג באלאנס און די ק"ב באלאנס (וואס אפילו ס'זאל נאר זיין א דיפרענס פון 1 צענט.. מוז מען עס אויסגראדן, וק"ל)
יעצט, רוב מאל איז די סיבה פון די דיפרענס די באנק דיסקרעפנסיס, ד"ה אז די באנק האט געמאכט טעותים אויפן סטעטמענט, ווצב"ש; זיי האבן בטעות געקלערד א טשעק אויף מער ווי ס'איז באמת ווערד געווען, זיי האבן withdrawald די זעלבע טשעק צוויי מאל (א מין חוצפה..), אדער קען זיך מאכן אז זיי טשארדזן א פי פאר א באונסט טשעק וכדו'
איז מיין שאלה, צו ס'איז דא א פלאץ ווי איך קען רעקארדן די סארט דיסקרעפנסיס אין ק"ב אז איך זאל עס זעהן אויפן רעג'יסטער?
איך וויל דאך אז די סטעטמענט זאל שטימען מיט די ק"ב רעג'יסטער.

לכאורה איז דאס איינגעטיילט אין 2 אזוי ווי דו האסט געזאגט:

1) א טעות פון באנק וואס גייט (האפענטליך) ווערן קאררעקטעט אין דעם נעקסטן סטעיטמענט.
מאך אויף אן עקספענס אקאונט וואס הייסט Bank Errors, און שרייב א טשעק פאר די באנק אויף די אמאונט פון דעם טעות. לייג אריין די Bank Errors אקאונט. יעצט וועט די סטעיטמענט שטימען.
ווען די באנק קרעדיט דיר צוריק דעם טעות, מאך א דיפאזיט און לייג אריין די זעלבע Bank Errors אקאונט.
יעצט שטימען ביידע סטעיטמענטס, און די Bank Errors אקאונט דארף זיין 0.
(אויב עס פאסירט אפט דארפסטו אפשר זוכן א צווייטע באנק)

2) א פי וואס די באנק רעכנט וואס דו דארפסט באצאלן.
דארפסטו שרייבן א טשעק פאר Bank Service Charges אקאונט.

נ.ב. די בעסטע וועג איז צו מאכן די אקאונטס NSF Fees און Bank Errors און Monthly Service Charges, פאר Subaccounts אונטער Bank Service Charges.

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 22, 2009 7:32 pm
דורך צום זאך
א שיינעם דאנק ר' שטרויזאק פארן עס אויסקלארן!
איך האב עס גראדע געהאט געפרעגט פון א קוויק-בוקס פראפעשענאל (ער פלעגט ארבעטן פאר ק"ב "העלפ ענד סופארט"..) און ער האט מיר נישט געגבען עפעס א צופרידענשטעלענדער תשובה.. ער זאגט מיר אז די בעסטע וואס איך קען טוהן, אז כ'זאל מאכן מעמא'ס איבער די באנק טעותים.. פיין, איך וויל דאך עס אבער קענען זעהן אינעם רעג'יסטער!
וואס מיט דיין עצה איז עס געסאלווד בעז"ה. (קענסט אפשר גיין ארבעטן פאר ק"ב סופארט..)

שטרויזאק האט געשריבן:2) א פי וואס די באנק רעכנט וואס דו דארפסט באצאלן.
דארפסטו שרייבן א טשעק פאר Bank Service Charges אקאונט.


און וואס טוה איך אויב אין די ענד האב איך אויסגעפייט די פי, און די באנק קרעדיט מיר עס צוריק אויפן נעקסטן סטעיטמענט ? ווי לייג איך עס אריין? (וואס הייסט ווי?.. אין טאש!....)