מאנטאג יולי 09, 2007 11:26 pm
ווען גוגעל רעדט, גיסן זיך סודות
פרישע רעוועלוציע: גרענד סענטראל
אזוי ווי אונזער ידיד יואל גרוזאמער האט געכאפט א שטיקל שמיעס מיט הרב סערגעי ברין, ביי לאנדא'ס רעסטוראנט פאריגע וואך
האט זיך מיר אויך פארגליסט צו פרעגן הרב גוגעל, היתכן: אין בית המדרש בלא חידוש? ווי קומט מען דאס אריין קיין ירושלים דאמעריקע מיט ליידיגע הענט.
יא, ער האט טאקע גערעדט איבער GOOGEL און נאך אנזערע שאר ירקות, אבער וואס טוט זיך מיט'ן בשר?
האט מיר ר' סערגעי דערציילט, א מורא'דיגע געשיכטע, וואס ווען איך האב עס געהערט פון אים, האט זיך מיר געדוכט אז מאמע בעל, מיט ר' סענדער גרעהם בעל, וועלן ביידע אויפשטיין פון קבר, און נישט גלייבן וואס די גוגעלעך האבן געמאכט מיט דעם אלטמאדישן טעלעפאן אפאראט.
הערט און שטוינט:
ביזט היינט האט יעדער פון אונז עטליכע טעלעפאן נומער:
א היים נומער
א סעלפאן נומער
א אפיס נומער
פון היינט און ווייטער וועט נאר זיין א גרענד סענטראל נומער.
דער נומער וועט קענען קלינגען צי וויל איך וועל וועלן.
אויב רופט מיר א נודניק, וועל איך אים שיקן צום וואויסמעיל
אויב איז דער רופער איינער וועמען איך בין שולדיג געלט... וועט ער באקומען א BUSY סיגנאל
אויב איז עס מיין פאטער, וועט עס שיקן דעם טעלעפאן צו מיין סעלפאן, מיין ביפער, מיין היים מיין אפיס ביז איך וועל אויפהייבן.
אויב איך בין אין יאפאן, וועל איך נאך אלץ קענען מאכן אז וועמען איך וועל רופען וועט מיינען אז איך בין אינדערהיים, און איך וועל אים קענען צוריקרופן און מיין היים נומער וועט ארויפקומען אויפן יענעמ'ס איי די.
דאס איז איינס פון א טויזענט אנדערע מאדענע זאכן וואס ר' סערגעי האט זיך מיר ערלויבט צו זאגן.
אדרבה, גלייבט מיר נישט און איבערצייגט זיך אליין
http://WWW.GRANDCENTRAL.COM" onclick="window.open(this.href);return false;
געטוישט די קעפל פון גוגעל: פרישע רעוועלוציע: גרענד סענטראל
צו גוגעל וואויס רעוועלוציע (מלפנים גרענד סענטראל)
אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2009
הק' משה אהרן, די פאקט
Advertisement
דינסטאג יולי 10, 2007 12:11 am
שיינע באשרייבונג, ר' אלץ-ווייסער, יישר כח.
דינסטאג יולי 10, 2007 9:35 am
זייער שיין אלץ-ווייסער
דינסטאג יולי 10, 2007 9:51 am
שכוח אלץ-ווייסער.
שכוח גוגעל.
שכוח הייליגער באשעפער שחלק מחכמתו לבשר ודם.
דינסטאג יולי 10, 2007 11:26 am
איך האב שוין אויפגעסיינט, און איך קען געבן צען אינוויטעישאנס. ווער ס'דארף אן אינוויטעישאן, זאל מיר שיקן זיין אימעיל אדרעס.
מיטוואך יולי 11, 2007 1:47 pm
כ'קריך נישט ארויס פונקטליך וויאזוי עס ארבייט, אבער קוידען האבעך אויפגעסיינט,.
פארוואס דארף מען אינוויטאציע מאשקע?
מיטוואך יולי 11, 2007 1:54 pm
מאשקע זיך מיר א אדרעסס פליז צו נאטירלוך עט דזשימעיל דאט קאם
טענקיא
מיטוואך יולי 11, 2007 2:07 pm
נאטורליך;
זייער גערן. שיק מיר אין אישית וויאזוי דו שרייבסט נאטורליך אויף ענגליש. כ'קען קוקן אין די ביזנעס דירעקטארי, אבער ס'מיר בעסער אז דו זאגסט מיר...
מיטוואך יולי 11, 2007 2:19 pm
סאכדעס;
מ'דארף האבן אן אינוויטאציע, ווייל אזוי פירט זיך גוגעל. געדענקסט נאך ווען גוגעל האט געעפנט "דזשימעיל"?
מיטוואך יולי 11, 2007 2:42 pm
איז וויאזוי האסטו געפענט אן אקאונט?
מיטוואך יולי 11, 2007 2:56 pm
איך האב געטראפן א פארום וואו מ'קען עס פארלאנגען. איך דארף עס אויפזוכן צו קענען פאוסטען דא.
מיטוואך יולי 11, 2007 6:59 pm
מאשקע מאך זיך נישט אזוי נאיוו
דא האסטו
natirlich@gmail.com
מיטוואך יולי 11, 2007 9:47 pm
עפעס טויג נישט מיט זיי.
מ'קען בלויז רעזערווירן. פארוואס לאזן זיי נישט אויפסיינען?
דאס פאסט נישט פאר די גוגיס
מיטוואך יולי 11, 2007 10:10 pm
עיין לעיל.
אז דו וועסט מיר שיקן דיין אימעיל אדרעס וועסטו באקומען אי"ה אן אקאונט. איך האב שוין ב"ה זיך אויפגעסיינט און באקומען קאלס און וואויסמעילס.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 8:51 am
איך מאך מיך נאאיוו?
natirlich, natirlech, natirlach, nateerlech
דאס זענען בלויז טייל פון די מעגליכקייטן אויסצושרייבן דיין נאמען.
אבער עניוועי, כ'האב דיר געשיקט אן הזמנה צום אנגעגעבענעם אדרעסע.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:15 am
מאשקע, דאס איז די מעסדעזש וואס איך באקום נאכען ארויף סיינען.
Sorry, this invitation code is either invalid or has already been used. Please click below to reserve a number.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:21 am
נאכ'ן ארויפסיינען, אדער נאכ'ן דרוקן די ערשטע מאל אויפ'ן לינק?
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:29 am
נאכען ארויפסיינען
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:31 am
נו אוודאי, אז דו האסט דיך שוין ארויפגעסיינט קענסטו שוין נישט נוצן דעם לינק. יעצט דארפסטו אנהייבן אויפצוסעטן דעם אקאונט לויט די אנווייזונגען.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:38 am
איך האב דאס געטון און זיי זאגען מיר אז איך האב עס נישט געקטיוועיטעט, אבער זיי האבען נישט געשיקט א אימעיל צו עקטיוועיטען ווייל די קאוד איז עקספייערט. זאגען זיי
דאנערשטאג יולי 12, 2007 9:40 am
קענסט קומען אויף גוגעל טאלק?
דאנערשטאג יולי 12, 2007 2:27 pm
מאשקע, אן עפנטליכן דאנק פאר דיין האספיטאליזאציע, און גענעראציע...
דאנערשטאג יולי 12, 2007 3:05 pm
יישר.
און אויך יישר פאר נאטורליך וואס וועט מעגליך באלד קומען זאגן א שכוח.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 3:14 pm
איך האב עס שוי, עס איז מעכטיג,
און מעכטיגער פון מעכטיג איז אז איך האב שוין באקומען א פאון קאל פון מאשקע, און מיט דעם אלעם ווייסט ער נישט מיין נאמבער.
דאנערשטאג יולי 12, 2007 3:21 pm
העי, ליגענט...