א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

איך פארמאג ב”ה מיין אייגענע ביזנעס וואס איך האב אויפגעשטעלט מיט בלוט און שווייס שוין אביסל מער ווי א יאר צוריק, קוויקבוקס טענה’ט אז איך מאך שיין געלט אבער אין פאקט בין איך אונטער אבנארמאלע דרוק פאר קעש, און איך וועל שוין מסביר זיין פארוואס.

אין די אינדוסטריע וואס איך בין עוסק איז נארמאל אז מ’באצאלט מיט אפאר וואכן שפעט, יעדע אינוואויס קען איך רעכענען צו באקומען דאס געלט צווישן צוויי און אכט וואכן שפעטער געוואנדן לויט די קאסטומער.

וואך 1, ב”ה געמאכט א גוט געשעפט, באקומען א צעהן טויזענט דאלערדיגן דיעל. פראפיט מארדזשין שטייט ביי 20% ד”ה צוויי אלפים, די ארבעט דארף געדויערן 4 וואכן ד”ה קאסט מיר $2000 א וואך. אויפן פלאץ באקום איך א דיפאזיט פון דריי טויזענט דאלער.
$800 גייט אראפ פאר מיין וועידזש
$2000 נוץ איך צו קויפן מאטריאל
טאטעל בלייב איך איבער מיט $200

וואך 2, געשלאסן דיעל נומ 2, דאס מאל שוין א גרעסערע מקח פון $15,000. פראפיט שטייט ווייטער ביי 20% ד”ה $3000, דזשאב ברויך געדויערן 5 וואכן ד”ה קאסט מיר $2400 א וואך. דיפאזיט איז $4500, אין טאטעל האב איך $4700 קעש, צוויי מאות פון פאריגע וואך פלאס די נייע דיפאזיט.
$800 - וועידזש
$2000 פאר די דשאב פון וואך 1
$2400 פאר די דזשאב פון וואך 2
טאטעל בין איך שוין אין א מיינוס פון $500

וואך 3, איך ריקוועסט פרישע 50% פון דזשאב 1, ד”ה נאך $5000. און איך שלוס נאך א דיעל, דאס מאל אין די ווערט פון $25,000. פראפיט איז 20% ד”ה $5000, דשאב דארף געדויערן 8 וואכן, ד”ה $2500 א וואך. דיפאזיט איז $7500. אין טאטעל האב איך נאר $7000 קעש ווייל איך בין נאך אין א מיינוס פון פאריגע וואך.
$800 ‐ וועידש
$2000 - דזשאב 1
$2400 - דזשאב 2
$2500 - דזשאב 3
טאטעל בין איך שוין אין א מיינוס פון $700

וואך 4, איך ריקוועסט פרישע 50% פאר דזשאב 2 ד”ה נאך $7500, און דעי וואך שלוס איך שוין ב”ה צוויי דיעלס, ביידע זענען ווערט $15,000, פראפיט איז 20% ד”ה $6000 פאר ביידע צואמען, דזשאבס דארף געדויערן 5 וואכן, ד”ה $4800 א וואך. דיפאזיט איז $9000. אין טאטעל האב איך צו די האנט $8300.
$800 - וועידזש
$2000 - דזשאב1
$2400 - דזשאב 2
$2500 - דזשאב 3
$4800 - דזשאב 4 5
טאטעל בין איך שוין אין א מיינוס פון $4200

אויב בין איך לאקי, באקום איך שוין אין וואך 4 די צווייטע פעימענט פאר דשאב 1, ממילא וואלא איך געווען אין א מיינוס פון נאר $2200, אבער ווי געשריבן אין מיין אינדוסטריע געבט מען נישט קיין דעקל צו באצאלן פאר צוויי וואכן זיכער.

מיין שאלה איז וויאזוי קריכט מען ארויס פון די לאך?

איך האב די ברירה אפצושטעלן פרישע אריינקומענדע דזשאבס, אבער דאס איז זעלבסטמארד ווייל א בינעס דארף האלטן אין איין וואקסן, סאו מוז איך בארגן געלט, און ווי שפעטער אין די געים אלס גרעסערע דזשאבס וועל איך דארפן גרעסערע הלוואות.

ווען און וויאוי קען איך אנהייבן און וואקסן מיט מיין אייגענע קעש פלאו?
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

זאל ער קומען האט געשריבן:
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
פאטעיטא מען
שר חמישים
תגובות: 81
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 25, 2020 9:22 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטעיטא מען »

גוט געפרעגט, בינעך אויך נייגעריג.
דיין שאלה איז נוגע פאר אסאך ביזנעסער
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

די שאלה קודם כל איז ווילאנג דארפסטו האלטן דאס געלט אלץ אוטסטענדינג בעלענס, די בערך'דיגע טיים פרעים.
נאכדעם, אין אמת'ן אריין דארפסטו ווען אנהייבן דאס ביזנעס מיט א גרויסע סכום אייגענע געלט בכדי אליינס צו קענען אויסהאלטן די ריזן סכום פון בעלענסעס, אבער סיי וויאזוי בכדי צו וואקסן וועסטו כסדר דארפן לכאורה מער און מער געלט.

יעצט לאמיר רעדן רעאליסטיש גערעדט, רובם ככולם פון די דאזיגע ביזנעסער דרייען מיט הלוואות און אהובי ידידי סאיז גארנישט, סאיז נישטא נאך אזא קאנקרעטע זאך אויף וואס צו בארגן ווי א ביזנעס וועלכע פראדוצירט "ווערד" און כמעט יעדעס דאללער אין הלוואה האט דעקונג נאר מיט א דילעי..
מיינס א קרוב האט אפגעקויפט א סקול סופליי ביזנעס און האט מיר דערציילט וואס ער האט געטון און סאיז מיר געווען זייער אינטערעסאנט הגם כקען עס נישט ממש נאכמאכן אין מיין פעלד פון סערוויס

קודם פשוט, עפן קרעדיט קארדס מיט 0 APR
צווייטנס, נעם נישט קיין הלוואות אויף דיין ביזנעס נאר עפן א ליין אוו קרעדיט. בדרך כלל וועט יעדע באנק דיך גיבן א ליין אוו קרעדיט 10-20 פראצענט פון דיין גראוס אינקאם. דיין קארפארעישאן מוז זיין אלט צוויי יאר און דארפסט נישט מער ווי ווייזן צוויי באנק סטעיטמענטס. די מעלה דערפון, דו האסט נישט קיין ליען אויף דיין ביזנעס ווי א מארטגעדזש נאר דו קענסט טעארעטיש עפענען אנלימיטעט ליינס אוו קרעדיט ביי וויפיל בענק סגייט, פארשטייט זיך ניץ א פראפעשענאל דיך צו ברענגען די ליין אוו קרעדיט און באצאל דאס געלט, סאיז ווערד.

עכ"פ דארפסטו האבן שטארקע סעלף קאנטראל נישט צו פאטשקענען דאס געלט וועלכע קומט מיט ריזן ריבית און איז נישט געמאכט צו לאזן לענגער ווי א חודש צוויי אומבאצאלט. כהאף כהאב דיך געגעבן עפעס ווערדפול
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מסתמא האט געשריבן:

קודם כל א ריזיגן ייש”כ פארן נעמען די פעדער אין די האנט.

איך האב געפרעגט אמאל פון איינער וואס טוט אין מיין פעלד וויאזוי זעהט מען זיך ארויס דערפון, און ער האט מיר געזאגט בערך דאס וואס דו זאגסט, אז מ’דרייט און מ’בארגט ביז זאכן סעטלען זיך. אבער למעשה האב איך נישט געהאט קיין מנוחה ווייל קיין עכטע ענטפער האט ער אויך נישט געהאט, איך האב זיך נאר געקענט טרייסטן אז ער אליין האט מיר געזאגט אז ביי נאו נאכן זיין 5 - 6 יאר אין בינעס פארמאגט ער שוין אליין גענוג קעפיטאל. און דאס אלעס אויב ער דערציילט מיר דעם אמת.

אבער אויף למעשה האב איך קיין קלארע תשובה נישט באקומען, און איך ציטער, ווייל אפי’ דו האסט א שטארקע פוינט אז למעשה בארג איך געלט אויף פאקטישע רווחים פון מיין ביזנעס און נישט אויף קיין חלומות און חזיונות אבער למעשה ווען און וויאזוי גיי איך זיי קענען באצאלן אויב דארף איך אייביג בארגן?

די זעלבע שאלה איז נוגע לגבי א ליין אוו קרעדיט און א הלוואה, ווען און וויאזוי גייט מען דאס באצאלן.

און אן א קאנקרעטע פלאן האב איך פשוט מורא זיך אריינצולאזן אין דעי זאכן, איך בין יונג מיט היבש ווייניג עקספיריענס אין די ביזנעס וועלט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אה''ו האט געשריבן:

כפארשטיי דיין זייט, כהאב אויכעט געעפנט א ביזנעס, הגם מער א סערוויס ביזנעס וואו סאיז נישט דא די אווערהעד, מיין יסוד איז אז "כמוז" נישט ארויסנעמען א וועידזש
איי אפשר פארדין איך ווייניגער ווי א טעקסי דרייווער? מאכט נישט אויס, א ביזנעס איז א פאנדאמענט פון וואס דו וועסט בעזה"ש קענען מעלקן אסאך געלט אין די עתיד, יעצט איז נישט די תכלית ארויסצינעמען א סעט וועידזש נאר וויפיל סאיז א מוז אויף צו סורווייוון.
זאגסט אז ביסט יונג, ני אפשר לייגסטו דיין 800 דאללער וועידזש אין א אפגעטיילטע אקאונט (איך טראכט פון א האולל לייף פאליסי אבער סאיז לאו דוקא) פון וואו דו זאלסט קענען ארויסבארגן בכדי צו קענען דרייען אין די עתיד?
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מסתמא האט געשריבן:

מיין ביזנעס איז אויך א סערוויס ביזנעס, אין די קאנסטראקשען פעלד.

מיין וועידזש איז $500 א וואך, נאר איך האב א שותף און ער נעמט אויך ארויס $500 א וואך, און אונז ביידע מוזן האבן דאס געלט צו לעבן.

בנוגע אווערהעד האב איך גאר א קליינע אווערהעד, וואס קאסט מיר איז בעיקר צאלן מיינע גוים.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אה''ו האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:

מיין ביזנעס איז אויך א סערוויס ביזנעס, אין די קאנסטראקשען פעלד.

מיין וועידזש איז $500 א וואך, נאר איך האב א שותף און ער נעמט אויך ארויס $500 א וואך, און אונז ביידע מוזן האבן דאס געלט צו לעבן.

בנוגע אווערהעד האב איך גאר א קליינע אווערהעד, וואס קאסט מיר איז בעיקר צאלן מיינע גוים.

דעמאלטס לכאורה האסטו נישט די ברירה לע"ע נאר צו דרייען מיט נארמאלע הלוואות און זיך פירן אחריות'דיג דערמיט, איינער וואס האט נישט די מאגן דערצו קען ארבעטן פאר א 1500 דאללערדיגע וועידזש און ביים חתונה מאכן די קינדער גיין געבראכן (דער אויבערשטער זאל אפהיטן)
די פוינט איז אז יעדע זאך האט זיך אירע שווערעקייטן און מדארף אקצעפטירן דאס מציאות, סאיז גארנישט און סבלייבט נישט אויף אייביג אזוי.
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

איך האב די גרייטקייט און כוחות דערצו, אבער וואס איך דארף איז א קלארערע מאפע, ווייל ווען איך האב פרובירט צו זעהן וויאזוי גיי איך זיך ארויסזעהן איז די לאך נאר געווארן טיפער.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אה''ו האט געשריבן:איך האב די גרייטקייט און כוחות דערצו, אבער וואס איך דארף איז א קלארערע מאפע, ווייל ווען איך האב פרובירט צו זעהן וויאזוי גיי איך זיך ארויסזעהן איז די לאך נאר געווארן טיפער.

דעמאלטס דארפסטו אן אקאונטענט/ביזנעס יועץ אדער בוקקיפער/ביזנעס יועץ (לאפוקי פון א מארקעטער/ביזנעס יועץ) וועלכער איז אויסגעקאכט אין נאמבערס וועלכער זאל זיכערמאכן אז די ביזנעס איז קאנקרעט און טראגט דיך נישט אריין אין חובות
אויב איז דאס א קאנקרעטע ביזנעס דארף יענער דיך קענען העלפן אויסשטעלן א ביזנעס פלאן, וואס דו דארפסט צו קענען עקאמפלישאן אין וועלכע טיימפרעים און דיך גיבן א בערך'דיגע איידיע ווילאנג סוועט נעמען ביזן זיך ארויסזעהן פון הלוואות, הגם כגלייב אז לע"ע איז עס ממש נאכנישט שייך צו וויסן

אגב, איך ניץ פאר דעם אונזער חבר @בעל מדריגה און כבין זייער זייער צופרידן מיט אים
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

אויב דו גייסט מיט דעם גאנג, קענסטו לכאורה ביז א יאר שוין האבן איינגעזאמעלט גענוג געלט אין די זייט, פון אלע וואס האבן שוין אויסגעצאלט ביז דאן, און דעמאלס זיך אריינלאזן אין דזשאבס פון $10000-$15000, און אזוי פארדינען מער. עס איז נישט דוקא א יאר, נאר לויט וויאזוי דו זעסט דיך ארום.

אדער אויב עס איז אנגענומען אין דיין אינדוסטריע אזא זאך, אפפער א 2-3% דיסקאונט פאר פריפעיד דזשאבס, אזוי וועסטו זיין רואיגער נישט צו דארפן בארגען אזוי סאך. וועסט טאקע פארדינען ווייניגער, אבער וועסט האבן די רואיגקייט פון האבן די קעש פלאוי.
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4256
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
אוועטאר
latter
שר האלפיים
תגובות: 2277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 17, 2022 12:00 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך latter »

nops it's not sure that after a few years will all be okay a was work in a Business in this line they was in business over 10 years it's means after the struggle and they had around 10/25% of costumers that was bankrupt and my boss was thight with payroll.

I would not be in this line,
תשפד גייט מען אין קאנטרי כ"א סיון מקומט אהיים כ"ח אב
דארנשטיג שלח - זונטאג שופטים
June 27 - Sep 1
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

מסתמא האט געשריבן:
אה''ו האט געשריבן:איך האב די גרייטקייט און כוחות דערצו, אבער וואס איך דארף איז א קלארערע מאפע, ווייל ווען איך האב פרובירט צו זעהן וויאזוי גיי איך זיך ארויסזעהן איז די לאך נאר געווארן טיפער.

דעמאלטס דארפסטו אן אקאונטענט/ביזנעס יועץ אדער בוקקיפער/ביזנעס יועץ (לאפוקי פון א מארקעטער/ביזנעס יועץ) וועלכער איז אויסגעקאכט אין נאמבערס וועלכער זאל זיכערמאכן אז די ביזנעס איז קאנקרעט און טראגט דיך נישט אריין אין חובות
אויב איז דאס א קאנקרעטע ביזנעס דארף יענער דיך קענען העלפן אויסשטעלן א ביזנעס פלאן, וואס דו דארפסט צו קענען עקאמפלישאן אין וועלכע טיימפרעים און דיך גיבן א בערך'דיגע איידיע ווילאנג סוועט נעמען ביזן זיך ארויסזעהן פון הלוואות, הגם כגלייב אז לע"ע איז עס ממש נאכנישט שייך צו וויסן

אגב, איך ניץ פאר דעם אונזער חבר @בעל מדריגה און כבין זייער זייער צופרידן מיט אים

ייש”כ, וועל איך מיך ארומקוקן ווער מיינע אפשענס זענען.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
ראש לימבא
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:48 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש לימבא »

עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

#דעיוו-רעמזי אלערט

עפעס אנדערש האט געשריבן:אדער אויב עס איז אנגענומען אין דיין אינדוסטריע אזא זאך, אפפער א 2-3% דיסקאונט פאר פריפעיד דזשאבס, אזוי וועסטו זיין רואיגער נישט צו דארפן בארגען אזוי סאך. וועסט טאקע פארדינען ווייניגער, אבער וועסט האבן די רואיגקייט פון האבן די קעש פלאוי.

מאך זיכער מיט א דיין וועגן ריבית
סך הכל תגובות: 999
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

אויב דו גייסט מיט דעם גאנג, קענסטו לכאורה ביז א יאר שוין האבן איינגעזאמעלט גענוג געלט אין די זייט, פון אלע וואס האבן שוין אויסגעצאלט ביז דאן, און דעמאלס זיך אריינלאזן אין דזשאבס פון $10000-$15000, און אזוי פארדינען מער. עס איז נישט דוקא א יאר, נאר לויט וויאזוי דו זעסט דיך ארום.

פאר א שטיק צייט האב איך געסטאפט צו נענען קליינע דזשאבס ווייל איך האב ממש נישט געקענט נאכיאגן, אבער למעשה האב איך געכאפט אז א ריזן טייל פון מיין קעש פלאו איז פון קליינע דזשאבס אונטער $10,000 וואס זענען בדרך כלל ענד יוזערס אדער קליינע קאנטראקטערס און זיי צאלן גלייך, ממילא האב איך צוריק אנגעהויבן נעמען קליינע דשאבס.

אבער ווען ס’קומט צו גרעסערע דזשאבס ווערט חתונה, איך דארף באצאלן מיין גוי צענדליגער טויזענטער דאלערס אבער די געלט איז נאר דא אויף פאפיר ווייל די קאנטראקטאר שלעפט ארום.

בלייב געזונט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן

גערעכט, און וועגן דעם האב איך נישט מורא צו נעמען גרויסע דזשאבס, אבער מ’ברויך ווערן באצאלט אין צייט.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:אדער אויב עס איז אנגענומען אין דיין אינדוסטריע אזא זאך, אפפער א 2-3% דיסקאונט פאר פריפעיד דזשאבס, אזוי וועסטו זיין רואיגער נישט צו דארפן בארגען אזוי סאך. וועסט טאקע פארדינען ווייניגער, אבער וועסט האבן די רואיגקייט פון האבן די קעש פלאוי.

זאגסט עפעס, ווייל פאר א סעילסמען וואלט איך אויך באצאלט דעי אמאונט, און אפילו פאר איינער וואס וואלט מיר געברענגט די געלט אין צייט פאר א אפצאל פון 2% וואלט איך לכאו’ איינגעגאנגען דערויף.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

בלייב געזונט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן

ס'איז יתכן, אבער מען האלט דאך נאכנישט ביים וואקסן, מען האלט נאך ביים סורווייווען, און אויף צו סורווייוון איז דאס לכאורה די בעסטע מהלך אויב וויל מען נישט בארגן.

בעסיידס די פוינט אז נישט וועלן בארגן איז אויך א רעסעפי נישט צו וואקסן.
אויב אלעס שטימט אויפן פאפיר, און די הלוואות האט א געהעריגע חשבון וויאזוי מען קען עס באצאלן, דארף נישט זיין קיין אפהאלט צו בארגן, אויף ווילאנג די ביזנעס קען נאכנישט פראדוצירן קיין קעש פלאו.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

ראש לימבא האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אדער אויב עס איז אנגענומען אין דיין אינדוסטריע אזא זאך, אפפער א 2-3% דיסקאונט פאר פריפעיד דזשאבס, אזוי וועסטו זיין רואיגער נישט צו דארפן בארגען אזוי סאך. וועסט טאקע פארדינען ווייניגער, אבער וועסט האבן די רואיגקייט פון האבן די קעש פלאוי.

מאך זיכער מיט א דיין וועגן ריבית

איך גלייב אז אויב איך לייג עס אריין מעיקרא אין די פראפאזעל דארף עס נישט זיין קיין פראבלעם, באט איך וועל פרעגן, א דאנק פארן אויפמערקן.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן

ס'איז יתכן, אבער מען האלט דאך נאכנישט ביים וואקסן, מען האלט נאך ביים סורווייווען, און אויף צו סורווייוון איז דאס לכאורה די בעסטע מהלך אויב וויל מען נישט בארגן.

בעסיידס די פוינט אז נישט וועלן בארגן איז אויך א רעסעפי נישט צו וואקסן.
אויב אלעס שטימט אויפן פאפיר, און די הלוואות האט א געהעריגע חשבון וויאזוי מען קען עס באצאלן, דארף נישט זיין קיין אפהאלט צו בארגן, אויף ווילאנג די ביזנעס קען נאכנישט פראדוצירן קיין קעש פלאו.

דאס איז מיין פראבלעם, אויף פאפיר שטימט עס נישט און וועגן דעם האב איך מורא צו בארגן. ווען עס שטימט ווען וואלט איך נישט געפענט די אשכול.
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן

ס'איז יתכן, אבער מען האלט דאך נאכנישט ביים וואקסן, מען האלט נאך ביים סורווייווען, און אויף צו סורווייוון איז דאס לכאורה די בעסטע מהלך אויב וויל מען נישט בארגן.

בעסיידס די פוינט אז נישט וועלן בארגן איז אויך א רעסעפי נישט צו וואקסן.
אויב אלעס שטימט אויפן פאפיר, און די הלוואות האט א געהעריגע חשבון וויאזוי מען קען עס באצאלן, דארף נישט זיין קיין אפהאלט צו בארגן, אויף ווילאנג די ביזנעס קען נאכנישט פראדוצירן קיין קעש פלאו.

דאס איז מיין פראבלעם, אויף פאפיר שטימט עס נישט און וועגן דעם האב איך מורא צו בארגן. ווען עס שטימט ווען וואלט איך נישט געפענט די אשכול.

ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.
אוועטאר
אה''ו
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2022 1:29 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אה''ו »

עפעס אנדערש האט געשריבן:ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.

קוק די ערשטע תגובה אינעם אשכול
קהילות אה"ו

אלטונא, האמבורג, וואנדסבערג.
אוועטאר
עפעס אנדערש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3919
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2020 5:06 pm

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפעס אנדערש »

אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:ברענג אהער דיין עקסעל שיעט, און לאמיר זען פארוואס עס שטימט נישט.

קוק די ערשטע תגובה אינעם אשכול

האסט נישט געשריבן דארט וויפיל די מאטריאל קאסט דיך, וויפיל די גוים קאסט דיך, טולס, טראקס, געז וכדומה.
מען דארף זען צו די 20% פראפיט מארדזשען איז ריכטיג.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אה''ו האט געשריבן:
מסתמא האט געשריבן:

קודם כל א ריזיגן ייש”כ פארן נעמען די פעדער אין די האנט.

איך האב געפרעגט אמאל פון איינער וואס טוט אין מיין פעלד וויאזוי זעהט מען זיך ארויס דערפון, און ער האט מיר געזאגט בערך דאס וואס דו זאגסט, אז מ’דרייט און מ’בארגט ביז זאכן סעטלען זיך. אבער למעשה האב איך נישט געהאט קיין מנוחה ווייל קיין עכטע ענטפער האט ער אויך נישט געהאט, איך האב זיך נאר געקענט טרייסטן אז ער אליין האט מיר געזאגט אז ביי נאו נאכן זיין 5 - 6 יאר אין בינעס פארמאגט ער שוין אליין גענוג קעפיטאל. און דאס אלעס אויב ער דערציילט מיר דעם אמת.

אבער אויף למעשה האב איך קיין קלארע תשובה נישט באקומען, און איך ציטער, ווייל אפי’ דו האסט א שטארקע פוינט אז למעשה בארג איך געלט אויף פאקטישע רווחים פון מיין ביזנעס און נישט אויף קיין חלומות און חזיונות אבער למעשה ווען און וויאזוי גיי איך זיי קענען באצאלן אויב דארף איך אייביג בארגן?

די זעלבע שאלה איז נוגע לגבי א ליין אוו קרעדיט און א הלוואה, ווען און וויאזוי גייט מען דאס באצאלן.

און אן א קאנקרעטע פלאן האב איך פשוט מורא זיך אריינצולאזן אין דעי זאכן, איך בין יונג מיט היבש ווייניג עקספיריענס אין די ביזנעס וועלט.

א ביזנעס מוז האבן א קעש פלאו, דו מוזט דרייען, שאפן א הלוואה, א ליין אוו קרעדיט וכד'...

די עכטע פראבלעם ביי געוויסע איז אז נאכן באקומען א ליין אוו קרעדיט איזער שוין א מיליאונער און ספענדט אין די וועלט אריין מיט חשבון אז ער גייט פארדינען... ס' טייטש זיין אינקאם וואס גייט קומען די נעקסטע 5 יאר איז שוין געספענדט בשעת סיז פארמארטגידזש'ד פאר די ליין אוו קרעדיט... אויב אבער גייסטו בלייבן פאוקעסד, אז יעדע דאללער וואס דו פארדינסט דארף בלייבן אין די ביזנעס פאר די לאנג ראן, העסטעך שנעלער ארויסזעהן דערפון...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מסתמא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5517
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 09, 2021 6:59 am

Re: א ביזנעס בארגט געלט, ווען ענדיגט זיך עס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מסתמא »

אה''ו האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:
בלייב געזונט האט געשריבן:
עפעס אנדערש האט געשריבן:אויב דו האסט אזוי מורא פון הלוואות, אפשר נעם דערווייל נישט אן קיין גרעסערע דזשאבס, אז די אויטסטענדיג זאל נישט זיין אזוי גרויס.
ענדערש גיי מיט בעבי סטעפס, יעדע וואך נאר די קליינע $5000-$10000 דזשאבס און נישט מער, אזוי אז דו זאלסט נישט דארפן אויסלייגן ריזיגע געלטער.

דאס איז לכאורה א פערפעקט רעסעפי נישט צו וואקסן

ס'איז יתכן, אבער מען האלט דאך נאכנישט ביים וואקסן, מען האלט נאך ביים סורווייווען, און אויף צו סורווייוון איז דאס לכאורה די בעסטע מהלך אויב וויל מען נישט בארגן.

בעסיידס די פוינט אז נישט וועלן בארגן איז אויך א רעסעפי נישט צו וואקסן.
אויב אלעס שטימט אויפן פאפיר, און די הלוואות האט א געהעריגע חשבון וויאזוי מען קען עס באצאלן, דארף נישט זיין קיין אפהאלט צו בארגן, אויף ווילאנג די ביזנעס קען נאכנישט פראדוצירן קיין קעש פלאו.

דאס איז מיין פראבלעם, אויף פאפיר שטימט עס נישט און וועגן דעם האב איך מורא צו בארגן. ווען עס שטימט ווען וואלט איך נישט געפענט די אשכול.

דעמאלטס איז לענ"ד קריטיש וויכטיג זיך אראפציזעצן מיט א מבין אין נאמבערס צו איבערגיין דעם ביזנעס פון אלף
דו "מוזט" וויסן וויפיל דיין אווערהעד "מעג" בכלל זיין. סהאט נישט קיין שום זינן זיך אריינצילייגן אין קראנקע חובות סתם אזוי.
לאמיר זאגן דו טרעפסט זיך יערליך אין א ריזן מיינוס איז אויכעט נישט געפערליך. טראכט וואו דו קענסט שניידן די קאסטן,
לדוגמה, די מאטריאל: אפשר קענסטו טרעפן א ביליגערע ווענדער? אפשר קענסטו קויפן אסאך אויף באלק? אפשר קענסטו קויפן אין עדווענס פאר א דיסקאונט?
די ארבעטערס: אפשר קענסטו אויסרעכענען "וויפיל" ארבעט פער גוי, פער טאג, סדארף ווערן געמאכט בכדי סזאל זיך דיר לוינען צו אויפהאלטן די גוים? למשל א פעיווינג ביזנעס, וויפיל סקווער פיס פון פעיווינג דארף דיין קרו פון גוים צו קענען מאכן אין איין טאג? אויב טרעפסטו אז זיי ארבעטן פויל, אפשר דארפסטו ריפלעיסן דיין קרו מיט פלינקערע ארבעטער? די פוינט איז אז דו באצאלסט זיי פאר צייט און סדארף זיך דיר לוינען די "צייט", פוילע ארבעטער בלוטיגן אויס א ביזנעס און מאכן עס פון אן עסעט צו א לייעביליטי
איין טאג אויף אמאל. איין טעסק אויף אמאל.
שטאטס מבין האט געשריבן: פרייטאג פעברואר 16, 2024 1:59 am
איך וואלט זיך געוואלט יאגן, איך האב נאר נישט קיין צייט... (בשם החת"ס)
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”