זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אנליין סעלער
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנליין סעלער »

איך האב 'געהאט' א ארבעטער שוין כמעט צען יאר, ער איז נישט שלעכט געווען ער האט געטראגן א אחריות פאר וואס ער האט געדארפט טוהן, געהאט ups and downs, אבער בדרך כלל איז ער גוט געווען, ער האט בעסיקלי אנגעפירט איין דעפארטמענט/חלק פונעם ביזנעס

איך פלעג אים צאלן נישקשה אבער נישט גאר אסאך, ער האט געלעבט, באקומען רעיזעס יעדעס יאר, טיפס ימים טובים אד"ג ער האט אויסגעזעהן צופרידן

ער האט געבעטן א רעיז פאראיאר און איך האב אים נישט געגעבן ווייל סעילס האבן געטראסקעט לאור המצב, למעשה איז אביסל בעסער געווארן שפעטער אבער ער האט נישט געבעטן דעמאלטס נאכאמאל ממילא האט ער נישט באקומען, פלאס איך האב געוויסט אז ער האט געמאכט געלט אין די זייט ואכמ"ל

יעצט א חודש צוריק האט ער געבעטן אסאך א גרעסערע רעיז מיט א טענה אז די לעבן קאסט אים יעצט אסאך מער, האב איך נישט געגעבן די גאנצע ווייל למעשה יעצט פאר ווער ס'איז אין ביזנעס ווייסט אז ס'איז היבש שווערער ווי פאריאר און פאר צוויי צו דריי יאר, אריינברענגען סחורה קאסט מער אדווערטייזינג קאסט מער און קאסטומערס קוקן אויף זייער טאש, האב איך אויך געקוקט אויף מיין טאש ווי א נער און געטראכט אז ער וועט זיך א עצה געבן און ער וועט מיך נישט איבערלאזן נאכן ארבעטן אזוי לאנג ביי מיר

למעשה דריי וואכן צוריק קומט ער מיט א מעלדונג אז ער גייט! ער האט געטראפן א פרישע דזשאב פאר דאפלט באצאלט און ער טרעינט מיר איינעם יעצט שוין פאר צוויי וואכן און ער וויל שוין גיין אין א וואך און עס קוקט אויס ווי אלעס גייט פארן אויף רעדער, מען קען נישט עמיצן אויסלערנען אין צוויי וואכן ארבעט וואס מען טוט שוין פאר צען יאר

דער פרישער ארבעטער קאסט מיר כמעט וויפיל איך פלעג צאלן דעם ערשטן פלאס קאפ ווייטאג, דער ערשטער וויל מער נישט הערן אפילו איך האב אים געאפערט היבש א גרויסע רעיז והוא באחת ער וויל מיך נישט טראסטן ווייל איך האב אים נישט געגעבן לכתחילה און ער ווייסט אז עכט וויל איך נישט, איך בין אובד עצות

ממילא טוט נישט מיין מיסטעיק אויב א גוטע ארבעטער בעט א גרויסע רעיז נעמט אין באטראכט אז ער קען איבערלאזן פון איין מינוט אויפן צווייטן און גורם זיין שברי לב
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2340
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע: ביי די ארבעט

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

יא יא. איך האב שוין אמאל געזען געשריבן וועגן דעם. אז איינער האט געאייבעט ביי איינעם אסאך יאר אין אנמאל האט ער געבעט א גרויסע ריעז אין די באס האט נישט געוואלט איז ער געגאנגען. אין נאך דעם ווען די אלטע באס האט געאפפערט מער האט עם עס גארנישט געהאלפן
אזוי זאג איך מיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
יאנקל
שר האלף
תגובות: 1356
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 18, 2015 11:25 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקל »

בערך פון וויפיל געלט וועדשעס רעדט מען?
אוועטאר
קאנספיראציע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 09, 2021 12:46 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאנספיראציע »

כ'מיין ס'לוינט זיך יעצט צו נעמען א זשאב ביי @אנליין סעלער,
ער וועט שוין נישט מאכן נאכאמאל די מיסטעיק............
באנאנא
שר האלפיים
תגובות: 2849
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 26, 2020 11:49 am
לאקאציע: אין די אידישע וועלט

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באנאנא »

כ'ווייס פונדערנאנט איינער וואס האט עס געטון, נישט געבעטן קיין סאך מער אבער זיין בעל הבית האט געקרימט מיט די נאז.
אויפן פלאץ זאגט אים די ארבעטער סארי כ'האב נאך איינער וואס צאלט מיר אסאך מער, קענסט עס מעטשען? ער האט ממש נישט געקענט ארויסזען פון טאש אזא סכום, און יענער האט אים פארלאזט נאך עטליכע וואכן, טראץ וואס זיין בעל הבית האט אים געבעטן מיט אלע כוחות צו בלייבן און אפילו שוין נאכגעגעבן די 'גרויסע' סכום.

און די אלטע בעל הבית זיכט נאכאלץ איינעם פאר באבקעס מיט זיבן בדיקת חמץ לעכט...
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

איך האב יעצט מיטגעהאלטן אזא מעשה אין א ארבעט פלאטץ. א נייע דזשאב הייבט מען שוין אן מיט מער ווי פון די אלטע
אוועטאר
נישטאמת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3946
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע: איך האף צו וויסן בקרוב

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

ווער שיקט דע תגובה צו מיין באסס?!
דברים אלו
שר האלף
תגובות: 1961
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 16, 2015 2:30 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דברים אלו »

יאנקל האט געשריבן:בערך פון וויפיל געלט וועדשעס רעדט מען?

?
איד_איד
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 16, 2014 2:05 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד_איד »

אויך איז ריכטיג און גאר וויכטיג פאר בעלי בתים צו קענען זייערע אייגענע פיינענשעלס גאר גוט און נישט צוזאגען מער געלט פאר ארבייטארער אויף די חשבון פון די אייגענע וועידזש אדער מער קאפ וויי פון דרייען און בארגען אלעס ווייל די מארקעט גייט יעצט ניסלעך און רעקרוטערס ריקען ארבייטארערס ווי די מאווינג טראק ריקט פוירניטשער.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אויך וויכטיג נישט צי עסן פלייש נאך א גלעזעל מילך.

וואס האט עס דא אהער?
הײמישער זײגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3289
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2020 11:46 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הײמישער זײגער »

די זעלבע מיט טיטשערס.
אוועטאר
א.ב.ג
שר חמש מאות
תגובות: 543
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:13 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א.ב.ג »

shimon7323 האט געשריבן:אויך וויכטיג נישט צי עסן פלייש נאך א גלעזעל מילך.

וואס האט עס דא אהער?

:lol: :lol: :lol:
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש המערכה »

מ’קען דן זיין צו דער בעלעבאס דארף זיך ממש לאזן פירן ביי נאז ווען א ארבעטער סטראשעט מיטן גיין, נישט יעדע אזא מעשה הייסט א מיסטעיק.
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
אוועטאר
געמבלער
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 02, 2020 12:02 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געמבלער »

אנליין סעלער האט געשריבן:איך האב 'געהאט' א ארבעטער שוין כמעט צען יאר, ער איז נישט שלעכט געווען ער האט געטראגן א אחריות פאר וואס ער האט געדארפט טוהן, געהאט ups and downs, אבער בדרך כלל איז ער גוט געווען, ער האט בעסיקלי אנגעפירט איין דעפארטמענט/חלק פונעם ביזנעס

איך פלעג אים צאלן נישקשה אבער נישט גאר אסאך, ער האט געלעבט, באקומען רעיזעס יעדעס יאר, טיפס ימים טובים אד"ג ער האט אויסגעזעהן צופרידן

ער האט געבעטן א רעיז פאראיאר און איך האב אים נישט געגעבן ווייל סעילס האבן געטראסקעט לאור המצב, למעשה איז אביסל בעסער געווארן שפעטער אבער ער האט נישט געבעטן דעמאלטס נאכאמאל ממילא האט ער נישט באקומען, פלאס איך האב געוויסט אז ער האט געמאכט געלט אין די זייט ואכמ"ל

יעצט א חודש צוריק האט ער געבעטן אסאך א גרעסערע רעיז מיט א טענה אז די לעבן קאסט אים יעצט אסאך מער, האב איך נישט געגעבן די גאנצע ווייל למעשה יעצט פאר ווער ס'איז אין ביזנעס ווייסט אז ס'איז היבש שווערער ווי פאריאר און פאר צוויי צו דריי יאר, אריינברענגען סחורה קאסט מער אדווערטייזינג קאסט מער און קאסטומערס קוקן אויף זייער טאש, האב איך אויך געקוקט אויף מיין טאש ווי א נער און געטראכט אז ער וועט זיך א עצה געבן און ער וועט מיך נישט איבערלאזן נאכן ארבעטן אזוי לאנג ביי מיר

למעשה דריי וואכן צוריק קומט ער מיט א מעלדונג אז ער גייט! ער האט געטראפן א פרישע דזשאב פאר דאפלט באצאלט און ער טרעינט מיר איינעם יעצט שוין פאר צוויי וואכן און ער וויל שוין גיין אין א וואך און עס קוקט אויס ווי אלעס גייט פארן אויף רעדער, מען קען נישט עמיצן אויסלערנען אין צוויי וואכן ארבעט וואס מען טוט שוין פאר צען יאר

דער פרישער ארבעטער קאסט מיר כמעט וויפיל איך פלעג צאלן דעם ערשטן פלאס קאפ ווייטאג, דער ערשטער וויל מער נישט הערן אפילו איך האב אים געאפערט היבש א גרויסע רעיז והוא באחת ער וויל מיך נישט טראסטן ווייל איך האב אים נישט געגעבן לכתחילה און ער ווייסט אז עכט וויל איך נישט, איך בין אובד עצות

ממילא טוט נישט מיין מיסטעיק אויב א גוטע ארבעטער בעט א גרויסע רעיז נעמט אין באטראכט אז ער קען איבערלאזן פון איין מינוט אויפן צווייטן און גורם זיין שברי לב

שיק עהם א מעסעדזש אזא וואך אריין אין די נייע דזשאב אז די ביסט מסכים צו זיין בקשה, גענוג ארבעטער וואס האבן געמיינט אז זיי וועלן טרעפן גאלד און זילבער ביים נייעם בעה"ב שטארבן צוריקצוגיין צו זייער ארגינעלע דזשאב
טאטע העלף
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 29, 2016 10:01 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאטע העלף »

אין איך האב פערזענדליך מיטגעהאלטן ווי א גרויסע קאמפענו ווי די מעין מעניטשער האט געגעבן נאטיס אז ער גייט ביז פיר וואכן (איך ווייס נישט אויב הער האט געבעטען א רעיס אדער געוואלט גיין אליינס) אין די בעלי בתים אין אלע ארימיגע האבען געמיינט אין זיך געראכטען אז די ביזנעס גייט זיין אפ סייד דאwן פאר מינימם א חודש ער האט געהאט א ריזיגע קאסטעמער באזע וואס ער האט פערזענדליך זיך אפגעגעבן מיט, געווען אן טאפ פין יעדע טשעק וואס איז אריין אין ארויס, יעדע דעפארטמענט אין די קאמפעני האט ער ארויסגעהאט אין סייד אוט בקצור א רוח וואס מהאט געמיינט אז סאיז אינו מצו.
למעשה האב איך מיטגעהאלטען במצאות אז די קאמפענו האט געהאט א 15% וואקס נאך וואס ער איז ארויס, אין פליצלינג האבען פראלעמען וואס ווארטען שוין חדשים צי געסאלווט ווערן זענען מסידר געווארן,
אין די הסבר איז פשט
לאמיר געבען א משל
א איד עפענט א קאמפענו ער וויל פארקויפן זייגערס זייער פשט ער קויפט איין אין לייגט ארויפ א % אין ער פארקויפט עס ער דעליווערט עס אליינס מיט זיין קאר אין מער ווייניגר טיט ער אלעס
מיט די צייט בה די ביזנעס ציוואקסט זיך אין ער הייבט אן באקימען סטעדי קאסטעמערס אין ער ווערט ביזי נעמט ער שוין אויפ א ארבעטער וואס זאל מאכען דעליוועריס
אבער דא ווער א פראבלעם אז ער האט א ארבעטער ווער עס א געהריגע ביזנעס מיז ער האבן ליגעל בוקס, אויפסעטן פעיראל, אינשארענס, ווארקעס קאם, א אפיס/ווערהאס, פרפעשענל פאון סיסטעם, אויפסעטן א רוט פארן דרייווער, מאנו קעלעקשען, וכו וכו, אין ער וואס פארשטייט טאקע גיט צי זייגערס אבער דא פין איין מניט אויפן צווייטען ווערט ער ביזי ווי א פליג אין קען פשט נישט נאכקימען צי אריין לייגען קאפ אין מח צי קויפן זייגערס נא וואס טיט מען? זייער פשט מנעמט אויף א אפיס ארבעטער/מעניטשער אין ער וועט טיהן אלעס אז די בעל בית זאל קען טיהן זיין אמנות אין וואס ער איז גיט אין
סא דער ינגערמען די ארבעטער איז א געלונגען קינד מיט גיטע סקילס ארבעט אריין אין טיט גיט זיין טשאב אבער די ביזנעס ווער גרעסער אין גרעסרער נעמט מען אויף נאך א דרייווער אין נאך א טראק אין א ווער האז מעניטשער אא״וו אין אלעס גייט אינטער דעם מעין מעניטשער אין…. דא קימט עס, טאקע נאר וויפיל ער קען דערהייבען
דאס הייסט אז ער איז איוואלפט אין יעדע זאך איז נישט דא קיין פלאץ פאר נייע קאסטעמערס ווען ער ווערט אונגעצויגען קען מען שניידען די ליפט בקיצר איך ענק הייבען אן צי פארשטיין אז די ביזנעס קען נאר וואקסען לויט זיינע כח׳ס
פין די אנדערע זייט א קאפענו וואס איז שוין אזוי גרויס קען נישט ווערן געפירט אזוי דאס הייסט אז יעדע ארבעטער מיז וויסען וואס ער האט צי טיהן אין נאר ער זאל האבן אחרית אויף די פזישען אין אויף די ארבעט
סאיז נישט דא קיין איין גרויסע קאמפענו וואס רילייט אויף איין ארבעטער יעדע פזישען איז אפגעשריבן אויף פען אין פעפער די קאפענו געט ארויס רולס צי וואס יעדער דארף זיך האלטען אז יעדער זאל גיין אין איין דערעקשען בקיצר סווערט אויפגעסעט
סא וואס איז געשען איז אז יעדער ארבייטער האט גענימען אליינס אחריות אויף זיין זאך די סעלס דעפארטמענט האט אנגעהובן צי האבן מער צייט פאר נייע קאסטעמערס זאכן האבן אנגעהויבן צי ווערן אפגעשריבן די ווארהאס האט אנגעהויבן צי שטיפן מער סחרה ווייל יעדע מענטש האט אנגעהויבן צי טיהן זיין זאך גוט אין נישט אלעס איז געליגן אויף איינעם

בקיצר אסאך מאל קימט ארויס א טובה אז א קי ארבייטער גייט סאיז א גיטע צייט צי אפסעטן די זאך אויף א פערפעשנאל וועג
אוועטאר
פוילער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3645
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 29, 2020 1:19 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פוילער »

יעדער איז ריפלעסעבעל.
אידן ווארפטס אריין עפעס! גייטס און חיים בער׳ס דרכים!!!!
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt

אִם־ה' לֹא־יִשְׁמָר־עִיר שָׁוְא שָׁקַד שׁוֹמֵר
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

@טאטע העלף, יעדע ביזנעס דארף / האט א CEO, ביי קלענערע ביזנעסער איז עס דער אייגנטומער אבער אויב זעהט ער אז ער קען נישט הייערט ער איינעם.

יעצט פארשטייט זיך אז איין מענטש אליין קען נישט פארפיגן אויף יעדן אספעקט פון א גרויסע און כ"ש א ריזיגע פירמע, און טאקע דערפאר דארף מען האבן א גוטן סי אי או צו קענען ריכטיג איינטיילן די ביזנעס אין אפטיילונגען און אויפנעמען די ריכטיגע מענטשן צו פירן יעדן אפטיילונג באזונדער. ביי א גאר גרויסע קאמפאני איז דא א שיינע פאר אזאלכע לעיערס פון מענעזשערס וואס פארוואלטן אויף זייער -באגרעניצטער - אפטיילונג פון די ביזנעס אונטער זיך, אפט מאל וועט די זעלבע אפטיילונג זיין איינגעטיילט אונטער צענדליגער אדער גאר הונדערטער סופערווייזאר'ס און מענעזשערס, און העכער זיי איז דא ושלישים על כולו. דער סיסטעם איז דאך שוין בעצם מפורש אין די תורה מיט די שרי מאות שרי אלפים און שרי עשרות, און איז געקומען טאקע צוליב יתרו'ס טענה פון נבול תבול.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
הויעך
שר האלפיים
תגובות: 2854
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: ביי די F5 קנעפל, ביי די געזעהן..... מאל אשכול

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הויעך »

פוילער האט געשריבן:יעדער איז ריפלעסעבעל.

אוודאי
אבער פאר וועלעכע פרייז?
צאל דיין גוטע ארבעטער שיין וועסטו אים נישט דארפן ריפלעיסן מיט איינעם פאר טייערער אדער גאר פאר 2.
וויכטיג מאכער האט געשריבן:
פזמון...

שכח הכל הבל פאר דיינע מעכטיגע רעפארטאזשן...
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12231
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

הויעך האט געשריבן:
פוילער האט געשריבן:יעדער איז ריפלעסעבעל.

אוודאי
אבער פאר וועלעכע פרייז?
צאל דיין גוטע ארבעטער שיין וועסטו אים נישט דארפן ריפלעיסן מיט איינעם פאר טייערער אדער גאר פאר 2.

און ווי לאנג נעמט עס?
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1130
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

"אנליין סעלער" איז גאר גערעכט אין אסאך פעלער, ספעציעל דארט וואו דער בעה"ב קען זיך נישט אזוי אויס אין אלע אספעקטן פון די ביזנעס, אדער יענער ארבעטער האט גאר שטארקע ידיעות, טאלאנט אדער דערהייבונגס קראפט, אמאל איז דא אן ארבעטער וואס אויב ער גייט אוועק קען נעמען חדשים אדער יארן צוריק צו גיין אין פלאץ, אדער קיינמאל, אבער..

אמאל איז דא אן ארבעטער וואס איז זייער גרינג ריפלעיסעבל, עס איז פשוט שווער אריין צו לערנען א צווייטן אזוי שנעל, אדער עס איז פשוט "גרינגער" אז עס לויפט שוין, און דער קען שוין אלעס וכדומה. אבער אזא ארבעטער איז גאנץ גרינג ערזעצבאר, עס קאסט טאקע אביסל כח און צייט, און עס קען זיין שכר יותר מן ההפסד..

ווען איך בין אריין אין דעם ביזנעס וואו איך בין שוין ב"ה א שיינע פאר יאר, די ביזנעס איז נאך געווען גאנץ קליין, מען האט מיך גענומען אלס מענעדזשער, אונטער מיר זענען געווען בלויז עטליכע ארבייטער, אויף איין ארבעטער האט מען מיך געווארנט "אך את נפשו שמור", ער איז די נשמה פון די ביזנעס, און באמת, ער האט געהאט שטארקע פעאיגקייטן, און געטראגן אסאך עול, און איך האב גוט אכטונג געגעבן, או אים באהאנדלט מיט סאמעטענע הענטשוך, איך האב באמערקט נאך א שטיק צייט אז ער ווייסט זיך צו שעצן, און בעט רעיזעס יעדע שני וחמישי, חוץ די איין מאל א יאר, אויך ווען ער האט געמופט, און ווען ער האט געמאכט א שמחה וכדומה, ווי לאנג איך האב נאך געדארפט רשות פון "די העכערע" פאר זיינע רעיזעס האב איך אים נאכגעגעבן מיט די "העכערע" באשטעטיגונג, ער האט אויך געבעטן דא און דארט אנדערע פריווילעגיעס אדער זאכן צו טוישן אין די ביזנעס לויט זיין פארשטאנד, פארשטייט זיך איך האב פרובירט צו פארהאנדלען, אבער ער האט מער ווייניגער באקומען כמעט אלעס וואס ער האט געוואלט, ווייל ער איז דאך "די נשמה פון די ביזנעס", ביז ווען איך בין צוביסלעך געווארן א אייגענע דעה זאגער, נישט דארפן פרעגן קיינעם גארנישט, האט דער "גאר גוטער ארבעטער" שוין פארדינט די געהאלט מער פון טאפלט פון די אנדערע..

איין טאג האט ער פארלאנגט אן ערנסטן מיטינג, איך האב אים עס געגעבן, נערוועזערהייט וואס ער גייט שוין בעטן מיט אן אפיציעלן מיטינג, אזוי האבן מיר זיך געזעצט צום טיש, ער האט מיר געגעבן א גאנצע ליסטע פון פארלאנגען, און צום סוף האט ער מיר מסביר געווען אז כדי עס זאל זיך אים לוינען צו בלייבן דא מוז ער באקומען "אן ערנסטן רעיז", ווייל אויב ניט האט ער אסאך גוטע אפפערס, ער האט קיינמאל נישט אויסגעהערט די וואס לויפן אים נאך, אבער יעצט האט ער אזוינע קנאקעדיגע הצעות אז עס מוז זיך אים לוינען צו בלייבן..

דעם אנדערן אינדערפרי האב איך געהאט נא א מיטינג מיט די "העכערע", און איך האב מסביר געווען אז ער איז גאר וויכטיג פאר די ביזנעס, אבער איך מיין אז ער איז אריבער די ליניע פון "אביוז", און מיר דארפן ווייזן א שטייפע האנט, אזוי איז טאקע געבליבן, אז עטליכע זאכן גייען מיר נאכגעבן, און עטליכע נישט, און די רעיז גייט ער באקומען פונקט ווי ביז יעצט, נישט די הויכע נומערן וואס ער האט געבעטן..

איך האב אים איבערגעגעבן די החלטה אין אן אימעיל, און יענעם נאכמיטאג האט ער געשריבן אן אנטווארט אז ער זאגט זיך אפ פון זיין אמט, און ביי צוויי ואכן ארום איז ער נישט דא מער!..

איך מוז זאגן אז די ווערטער האבן מיך געכאפט ווי א בליץ אינמיטן א פארנעפלטן טאג, און טראץ מיין שטארקן כאראקטער האט עס מיך נישט געלאזט שלאפן ביינאכט, אפשר האבן מיר זיך צו שטארק צוגעאיילט, אבער אינדערפרי האב איך גענומען די אומץ, און מיט א תפילה צום אויבערשטן אנגעהויבן עוסק זיין צו טרעפן א ממלא מקום, נישט לייכט צו טרעפן נאך "א נשמה", אבער בעזה"ש האט זיך אנגעטראגן איינער סאך אינגער פון אים, און מיט נישט אזויפיל עקספיריענס, אבער מיט שטארקע פעאיגקייטן, פארשטענדליך פארווייניגער ווי האלב פון דעם פריערדיגן, ער האט אנגעהויבן טרעינירונג, עס האט מיר געקאסט אסאך כח און געדולד, אבער ביז פיר וואכן איז ער שוין געווען דא ווי א געבוירענער, און די נייע נשמה האט שוין אנגעפאנגען צו אטעמען פון זיך, ער האט נאך יעדע דא און דארט מיך געדארפט פארמישן אין א קאל, א מיינונג, סתם א שאלה, אבער ביז אפאר חדשים איז געווען לא נודע אז עפעס האט זיך געטוישט, פארקערט, דער נייער האט געהאט הכנעה, הכרת הטוב, עפרישיעישאן, און נישט געקרומט אויף יעדע זאך וואס קומט צו, ער איז שוין דא מיט מזל און ברכה אפאר יאר, און די ביזנעס איז זיך גאר צעוואקסן אונטער אים, מיט זיין חן טאלאנטן און זיין געטריישאפט, און איך דאנק דעם אויבערשטן פאר דעם טויש..

נאך איין זאך וואס איך בין געווארן ווען דער "נשמה" וואס איז נישט ריפלעיסעבל איז אוועק געגאנגען, אז איך געמיינט ביז דעמאלס אז איך האב א גוטן ארבעטער, בין איך געוואויר געווארן אז איך האב געהאט ביז יעצט א גוטן בעה"ב אויף מיר, וואס האט פיין געטרעטן אויף מיר ווי אויף די אנדערע בעלי בתים..

דעריבער דארף מען שוקל זיין בעפאר'ן טון אזא שריט צו איז עס די ערשטע פאל אדער די צווייטע..
איך יאג מיר
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 10, 2022 7:09 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך יאג מיר »

געהאט בעפאר פסח אז אן ארבעטער איז געקימען בעטן א רעיס און איך האב געוויסט אז ער איז א גיטע ארבעטער און סקימט זיך אים באט איך האב אויכט געוויסט אז איך קען עס נישט עפארדן יעצט.
סא איך האב אים געזאגט אז קיק אהער איך פארשטיי דיר הינדערט פראצענט אז די לעבן קאסט דיר מער און די דארפסט א רעיס. באט קיק אהער עס דארף שטימען מיט די חשבונות סא לאמיר רעדן נעקסטע וואך.
סא קודם האב איך אים געגעבן די פילינג אז איך פארשטיי אים. סא יעצט האט ער גרינג עקסעפטעט אז איך בין באס סא איך דארף זען צי עס שטימט צי געבן די רעיס.
א וואך דערויף נאכן דוירך גיין אלע חשבונות האב איך אים געריפן און איך האב אים געזאגט קיק אהער איך וואלט דיר באמת געוואלט געבן וויפיל די בעטסט איך האלט באמת די טיסט זייער א גיטע זשאב. באט יעצט אויף די מינוט איז מיר נישט מעגליך צי געבן פינקטלוך וויפיל די האסט געבעטן איך קען דיר געבן בערך זיבעציג פראצענט דערפון באט איך זאג דיר קים מיר בעטן נאכאמל און אפאר חדשים און אויב איך וועל דעמאלטס קענען וועל איך דיר עס דעמאלדס געבן הארצן גערן. און ברוך השם מיר האבן זיך גיט פארשטאנען. און אלעס פארט רואיג
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

אני הקטן בין געווען די אנדערע זייט מטבע פאר א שיינע פאר יאר געארבייט אין א קליינע ביזנעס מיט בערעך 10 ארבעטער פאר א שיינע פאר יאר עס פלעגט מיר זיין זייער זייער שווער צי בעטען א רעיז אבער וויסענדיג מיין וועליא פלעג איך מרמז זיין ווען מיין בעה"ב פלעגט מיר רעיזן איינמאל א יאר אויב בין איך נישט געווען ציפרידען אז איך דארף מער... אין ער פלעגט עס מיר געבן וויסענדיג ווי איך ציפליק מיר פאר די ביזנעס טאג אין נאכט ווי משוגע ( יא "משוגע")
איך האב געוויסט איך מאך מער ווי געווענטליכע ארבעטער דארט ( איך בין דארט געווען פאר אפשר 5 יאר אין געמאכט מער פין יודן וואס זענען דארט געווען 15-20 יאר )
איך האב געוויסט איך מאך מער ווי אן עווריטש יונגערמאן די יארען
מיין בעה"ב האט געוויסט מיין וועליא צי די ביזנעס - עכ"פ אזוי פלעגט ער זאגען
איך פלעג ציריק הערן פין אנדערע ארבעטער ווי ער פלעגט זיי זאגען ווי גיט איך בין אין ווי סאך געלט איך מאך
"אבער" איך האב געהאלטן אז וויפיל וועליא איך ברענג צי די ביזנעס קימט זיך מיר מער... איינמאל האב איך עים קאנפראנטעט איך געב אים א פרעג די קענסט מיין וועליא? זאגט ער יא סוי? פרעג איך אים, נא?! הייבט ער מיר אן זאגען די דארפסט פארשטיין אז דאס אין יענץ קאסט מיר מער בלא בלא.... זאג איך אים קיק אהער איך האב נישט געוואלט אריינגיין אין די route וויפיל מיין לעבן קאסט אבער אז די ווילסט, די וויסט וויפיל מיין לעבן קאסט מיר?! אז איך ארבעט ווי א פערט פאר דיר מעג איך עכ"פ זיך ערלויבען דאס אין יענץ... זאגט ער מיר וויפיל צאלסטו שכ"ל? אזוי סאך פארוואס?? לאז מיר רעדן צי די מוסדות! האב איך מיר אויפגעהויבן אין געזאגט " איך ארבעט ווי א דאגי זיך צי משפיל זיין אין בעטען דיסקאונטס? נאוי וועי איך וויל פארדינען אין עס קענען באצאלען"
איך פרעג אים וויפיל נאטעס דארפסטו ? 2 וואכען ? האט ער אנגעהויבען וויינען to make a long story short איך בין ארויס נאך 6 וואכען איך האב זייער גיט גענדיגט מיט אים וויסענדיג אלע זיינע מעלות, למעשה גיי איך נאך אריין אים העלפן בערך 2 מאל א יאר ווען מען ריפט מיר בחנם!!! יא איך האב אן הכרות הטוב פאר אים אפאר וואכען צירוק בין איך אריין אין א מוצאי שבת אבער ער האט מיר דערלייגט איך ווייס מען פילט נאך מיינע פיס טריט דארט. ( עס איז שוין א שיינע פאר יאר זייט איך בין ארויס) אין יא איך בין היינט די אנדערע זייט מטבע אין איך האב קיין חרטה ב"ה
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4514
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

יעדע ארבייטער טאקע איז ריפלעסעבעל און א בעל בית טאר זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון אן ארבייטער וואס האט זיך אנגעשמעקט א רעיז, אבער! דא א קומט א גרויסע אבער, אויב דער ארבייטער לייגט אריין זיין הארץ און געפיל אינעם קאמפעני, נישט ער טשעקט אריין ניינע און פונקטליך פינעווע איז ער ארויס, נאר ער לעבט מיט מיטן קאמפעני אפילו נישט אין די ארבייט שעות, אזא ארבייטער טרעפט מען נישט אזוי שנעל און יעדער בעל בית זאל זיך מאכן א גוטן חשבון הנפש

בכלל דארף א קאמפעני האבן א מהלך וויאזוי צו האלטן רוב פון זייערע ארבייטערס אויף א לענגערע צייט, א קאמפעני וואס איז משמרת נכנס ומשמרת יוצא (מאכט זיך אפט ביי היימישע פירמעס אפילו גאר גרויסע) קען אזא קאמפעני נישט וואקסען געהעריג ווייל יעדער שפירט זיך דיספאזעבעל און די בעלי בתים זענען פארנומען הייערן און פייערן, און טרענירן פרישע ארבייטערס

אלזא יעדע מצב איז אנדערש און ברויך גוט אנאליזירט ווערן
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
אוועטאר
בלייב געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4264
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 10:16 am

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלייב געזונט »

ראש המערכה האט געשריבן:מ’קען דן זיין צו דער בעלעבאס דארף זיך ממש לאזן פירן ביי נאז ווען א ארבעטער סטראשעט מיטן גיין, נישט יעדע אזא מעשה הייסט א מיסטעיק.

אלעס ווענדט זיך אין די סיטואציע, עס איז נישט דא קיין כללים אין דעם.

אמאל קען א ארבעטער סתם סטראשן ווען ער איז נישט ווערד די רעיז און אמאל קומט זיך אים די רעיז און ביי א צווייטען קען ער מאכן די זעלבע אדער נאך מער ווען ער קומט מיט אזעלכע עקספיריענס.

און יא, יעדע ארבעטער איז ריפלעיסעבל, אפי' אסאך מאל מיינט מען אז נישט.

איך ווייס פאר מיר אז איך בין ריפלעיסבל, אפי' מיין בעה''ב ווייסט נישט...
אוודאי לוינט אים נישט, ווייל פאר א צווייטן גייט ער דארפן צאלן די זעלבע ועוד ועוד
אבער אויב אביוזד מען די פאוער מער ווי די לימיט? הונדערט פראצענט אז מען דארף פייערן אזא ארבעטער
הַחֹדֶשׁ אֲשֶׁר נֶהְפַּךְ לָהֶם מִיָּגוֹן לְשִׂמְחָה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: זייט נישט קיין צועק לשעבר - העכערט אייער ארבעטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

פארשטייט זיך אויב דער ענדגילטיגער ציל פון אונען א ביזנעס איז די פאוער דערפון, איז אוודאי אז מען זאל זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון א ארבעטער וואס האלט דיר ביים קארג

אויב אבער דער ענד ציל איז צו מאכן ווי מער געלט מיט ווי ווייניגער עקספענס פון ריסארסעס, מיינט דאס אז דער בעה"ב איז טאקע אין די אומבא'טעמ'טע פאזיציע פון א קונה אדון לעצמו, אבער זיין ביזנעס פארט. וואס מיינסטו אז א ארבעטער האט יא ליב צו זיין אנגעוואנדן אין די חסדים פונעם בעה"ב? ער איז אבער דא וויבאלד נאכן מאכן זיינע קאלקולאציעס, אין זיינע ספעציפישע אומשטענדן, איז דאס פאר אים די מערסט פארגעצויגענע וועג צו לייגן ברויט אויפן טיש און דערפאר איז ער גרייט זיך צו פארשקלאפן און ארבעטן פאר עמיצן.

איך פארשטיי גראדע אז איינער וואס איז נישט ממש געשטיקט זאל באשליסן ענדערש אויסצוגעבן מער - אדער סאך מער - געלט, מי און צייט אבי נישט צו ווערן אביוזט, און דאס איז דאך טאקע וואס האט יעצט פאסירט מיט די גרעיט רעזיגנעישאן, און ביי א בעה"ב וואס האט ב"ה פרנסה איז א גאנץ יאר קאוויד מיט עמפלוימענט - ד.ה. ער קען זיך ב"ה עפארדן דאס צו טאן. פארט לאזט זיך זאגן אז פאר די הצלחה פון די ביזנעס, די באטטאם ליין, איז דאס לאו דוקא די ריכטיגע מהלך.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”