בלאט 1 פון 1
אויפהאלטן א טרעילער
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:28 am
דורך בסייעתא דשמיא
מיין ביזנעס האט זיך ב"ה פארברייטערט, ביז יעצט פלעג איך נוצן קאמפאניס צו דערלוויערן מיינע סחורה. היינט צוטאגס קען איך שוין אויפהאלטן א טרעילער א גאנצן טאג, איז די שאלה ווייסט איינער וויפיל עס קאסט היינט צוטאגס א נייע/גענוצטע טרעילער? וויפיל קאסט אינשורנס אויף א טרעילער? וויפיל צאלט מען פאר טרעילער דרייווער? אזלעכע ענדליכע קשיות, איך וויל וויסן און וואס איך לאז מיך אריין.
פארוואס איך טראכט אז עס לוינט זיך, ווייל יעצט מאכט געלט סיי דער בראקער און סיי דער דרייווער און אויך די טראקינג קאמפאני. אויב איך וועל קויפן, וועל איך אי"ה מאכן די געלט.
שכח פון פאראויס פאר'ן ענטפערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 12:46 pm
דורך קאר אינשורענס
וויפיל ס'קאסט ווייסעך נישט אבער אינשורענס ווייסעך יא אין ס'ווענד זיך וואסארא ביזנעס אין קאווערעדש
כ'וועל דיר מסביר זיין אויפן שפיץ גאפל (קיבארד בלעז)
קודם לייעביליטי פאר די טרעקטער
פיזיקעל דעמעדש
קאווערעדש פאר דיינע קארגא
קאווערעדש פאר דיין קלייענטס קארגא
אויב דעליווערסטו מער ווי אין איין סטעיט איז דא א מינומום וואס איז ריקווייערט ביי לאו פאר די קארגא
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 4:07 pm
דורך בסייעתא דשמיא
וויפיל קאסט עס? איך רעד פון דערליווערן אל אווער די יונטיינד סטעיטס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 5:31 pm
דורך farshlufen
הרב ר' שמעי', אויב איר דעליווערט אלל אווער די יו עס דאן דארפט איר נעמען אין באטראכט אז עמיצער דארף באצאלן פארן צוריק קומען, צוליעב דעם ברויך מען צוקומען צו בראקערס, זיי פארשאפן א לאוד פארן וועג צוריק, און אויב איז עס א איזאלירטע סטעיט וואס מ'ברענגט נישט גארנישט פון דארט קאסט שיפינג טייערער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 9:42 pm
דורך farshlufen
אויסערדעם אויב מ'דעליווערט אינטערסטעיט דארף מען קאנסידירירן אויב און ווען מ'דארף צאלן שטייער אין יענע סטעיט.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:06 pm
דורך שוועמל
פרעג ר' יעקב שלמה ברייער, אדער ר' ? ווייס דער קאשויער.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:26 pm
דורך קרעמער
משה ווייס
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 04, 2008 12:17 pm
דורך בסייעתא דשמיא
א גרויסן דאנק פאר'ן פראבירן צו ענטפערן. איך וועל אייך מסביר זיין אפאר פרטים, איר זאלט זיין אביסל באהאוואנט אין די טראקינג אינדסדריע.
ווען איך דעליווער, איז עס אלץ ראונד טריפ, ווייל מען דארף מיך צוריקברענגן די קאנטעינערס אין וואס איך האלט מיין סחורה.
געווענדליך פאר איך נאר צו איין סטעיט, אבער אינמיטן די וועג שניידט מען דורך אסאך סטעיטס.
ביי טרעילערס איז דא א טשארדש, פאר די לופט וואס מען נוצט. יעדעס יאר דארף מען אריינשיקן וויפיל מייל מען איז געפארן, און יעדע סטעיט האט אן אנדערע פרייז פער מייל. עס לויפט צווישן 5 סענט און א דאלער.
יעקב שלמה ברייער האט נישט קיין אייגענע טרעילער, ער טוט עס נישט סטעדי, באקומט ער אנדערש באצאלט.
ר' משה ווייס האט א קאנטעינער קאמפאני. ער טוט נישט רעג. טראקינג, נאר פון די פארטס (ברעג) צו לאקאל פלעצער, איז דאס נישט וואס איך זוך.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 12:54 pm
דורך איך_הער
כ'בין נישט זיכער, אבער דאכצעמער אז אין וומ"ס איז דא איינער מענדל ראזענפעלד, וואס אמאל פלעגטער טון אין טראקינג, היינט ווייסעך נישט.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 05, 2008 1:01 pm
דורך farshlufen
הרב ר' שמעי', יו דיד נאט געט מי רייט, אויסער די אלע ראוד פיס און שטייערן, דארף מען זיך רעגיסטרירן און צאלן שטייער אין יענע סטעיט.
פארעפענטליכט: פרייטאג ספטמבר 19, 2008 9:23 am
דורך שוועמל
איך האב גערעדט צו יעקב שלמה ברייער האט ער מיר געזאגט קלאר אז עס לוינט זיך ממש נישט צו מעינטענען אליינס א טרעילער, די הוצאות זענען מוראדיג. מוזט האבן לייסענס צו קענען ארבעטן און אלע סטעיטס, האטעלן פארן דרייווער, געוואלדיגע אינשורענס קאסטן, DOT פערמיטס וואס איז שווערע פראסעס.
און לאגיש דארפסטו אויסרעכענען נישט צו פארן ליידיג, נאר שטענדיג זיין פארבינדן מיט א בראוקער אדער מיט עטליכע וואס קענען דיר שאפן לאודס פון סטעיט צו סטעיט ווען דו פארסט דורך.
און נישט פארגעסן די געוואלדיג הויכע דיזל פרייזן.
(בקיצור, קיין חידושים אלעס שטייט שוין אויבן)
אויב דו ווילסט דאך עפענען א טרעילער, לאז מיך וויסן, איך האב סקידס צו שיקן אן אקקעישאן.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 21, 2008 12:57 pm
דורך בסייעתא דשמיא
צו זאגן אז עס לוינט נישט איז נישט גערעכט, ווייל ווען עס לוינט נישט וואלסטו נישט געזען אזויפיל אנער אפערעיטערס אויפ'ן ראוד.
מען דארף נישט צאלן קיין האטעלן, די וואס פארן לאנג דיסטענט, לייגן זיך שלאפן אין זייער אייגענע שטיבל וואס מען האט אין בעק פונעם זיץ, עס איז היינט צוטאג זייער באקוועם אהער געשטעלט.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 30, 2008 5:36 am
דורך שוועמל
האלא בסייעתא דשמיא.
וואס איז געווארן מיט דיין טרעילאר, האט זיך עס אויסגעארבעט?
איך טו שיפן סקיטס אינטערסטעיט גאנץ אפט, האלטסט איך קען דיך נוצן?
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 04, 2009 9:25 am
דורך יוסעלע_גולם
ביי אונז אין פראג האט מען נישט געהאלטן פון אייגענע טרעילארס, בסייעתא; ארבייט שווערער צו מאכן געלט פון דיין ביזנעס וואס די קענסט און לאז דעם טראקער טון זיין ארבייט וואס ער פארשטייט, אז די שיקסט אסאך סחורה מאך א דיעל דירעקלי מיטן טראקער פאר ביליג.