בלאט 1 פון 1
הילף אין קוויק בוקס - וויאזוי צו וואוידען א דעפאזיט/טשעק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 17, 2008 3:08 pm
דורך פוילישער
די מעשה גייט אזוי
איינער האט מיר געגעבן א טשעק פון $3000 און איך האב עס אריינגעלייגט אין קוויק בוקס.
ליידער האט די טשעק געקראכט, און איך וויל מאכן VOID די טשעק.
איך וויל עס נישט דעליטן, איך וויל עס זאל בלייבן אין מיין רעקאדר.
ווי אזוי מאך איך VOID אויף א דעפזיט
שכח אר'ן ענטפערן.
פארעפענטליכט: שבת יולי 19, 2008 10:33 pm
דורך איש חסיד
איך מיין די וועג עס צי טון איז,
שרייבן א טשעק
ביי from account לייגן אקאונטס רעסיוויבל
און ביי קאסטומער דזאב אין די write check ווינדאו סעלעקט די קאסטומער וואס זיין טשעק האט געקראכט, דאס וועט אים בילן פאר דעם,
אויב סשטימט נישט זאג!
פארעפענטליכט: שבת יולי 19, 2008 11:52 pm
דורך לחיים ולברכה
אקעי, די זאך איז אזוי:
דא דארף געטוהן ווערן צוויי זאכן, 1) מאכן צונישט די טשעק וואס איז אריין אין באנק. 2) אויסמעקן די פעימענט וואס איז רעקארדירט געווארן צום קאסטומער.
קוויקבוקס קען אבער נישט טוהן די 2 פעולות מיט איין קנעפל, מ'דארף גיין צוביסלעכווייז.
די ערשטע חלק איז פשוט; גיי צו בענקינג/רעדזשעסטער, סעלעקט די באנק וואו דער טשעק איז ארגינעל געווארן דעפאזיט, סעלעקט די טשעק וואס האט געקראכט, גיי צו עדיט (אויפ'ן מעין קוויקבוקס ווינדאו), און קליק "וואויד טשעק". --- דער דעפאזיט איז געווארן צונישט.
ווידעראום די צווייטע חלק, צו אויסמעקן די פעימענט, קען געטוהן ווערן דורך 2 אופנים. אדער צו פשוט עפענען די פעימענט און אויסמעקן, ולא יזכר שם פעימענט עוד.
אבער די ריכטיגע וועג איז כדלהלן:
1) מאך א נייע אייטעם וואס הייסט "Returned Check", מאך אן אינוואויס פאר דעם קאסטומער, און רעכן די אמאונט פונעם פעימענט.
2) אויב דו רעכענסט געלט פאר'ן געקראכטן טשעק, מאך נאך אן אייטעם מיט'ן נאמען "Returned Check Fee", און לייג צו א שורה אינעם נייעם אינוואויס מיט'ן סכום וואס דו ווילסט רעכענען.
3) ווען ער באצאלט די ביל, רעקארד די פעימענט אויפ'ן נייעם אינוואויס.
די ריוח פונעם צווייטן וועג איז; אז דו וועסט קיינמאל נישט פארגעסן אז זיין טשעק האט געקראכט...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:29 pm
דורך פוילישער
א גרויסן ישר כח פאר'ן ענטפערן.
עס קומט אבער נישט ארויס קיין אפשען פון" וואויד טשעק" ווען איך גיי צו עדיט. וואס זאל איך טון?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:38 pm
דורך צייטליך
לחיים, די האסט געגעבן די ריכטיגע תשובה, דאס איז דער בעסטער וועג דערפאר.
איך האב זיך געפלאגט מיט פוילישער אויפן פאון איבער דעם, אנדערש ווי מיר וואס איך ארבייט נאר מיט ווענדער'ס ארבייט ער נאר מיט קאסטעמער'ס און די צוויי זענען באזינדערע מסכתות.
פוילישער; אדער שטייט עס ביי עדיט - ווי לחיים האט געזאגט - , אדער מאך א רייט קליק און גיי צו VOID BILL PAYMENT
לחיים, איך בין גערעכט?
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 2:44 pm
דורך פוילישער
נו, גילו...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 3:02 pm
דורך צייטליך
וואס ווילסטע? וויזוי זאל איך שרייבן דיין נאמען אויב נישט פוילישער?...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 21, 2008 6:42 pm
דורך לחיים ולברכה
לכאורה ביזטו גערעכט, כ'וועל אפשר באלד נאכקוקן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 19, 2009 2:37 pm
דורך שטרויזאק
לחיים ולברכה האט געשריבן:אקעי, די זאך איז אזוי:
דא דארף געטוהן ווערן צוויי זאכן, 1) מאכן צונישט די טשעק וואס איז אריין אין באנק. 2) אויסמעקן די פעימענט וואס איז רעקארדירט געווארן צום קאסטומער.
קוויקבוקס קען אבער נישט טוהן די 2 פעולות מיט איין קנעפל, מ'דארף גיין צוביסלעכווייז.
די ערשטע חלק איז פשוט; גיי צו בענקינג/רעדזשעסטער, סעלעקט די באנק וואו דער טשעק איז ארגינעל געווארן דעפאזיט, סעלעקט די טשעק וואס האט געקראכט, גיי צו עדיט (אויפ'ן מעין קוויקבוקס ווינדאו), און קליק "וואויד טשעק". --- דער דעפאזיט איז געווארן צונישט.
ווידעראום די צווייטע חלק, צו אויסמעקן די פעימענט, קען געטוהן ווערן דורך 2 אופנים. אדער צו פשוט עפענען די פעימענט און אויסמעקן, ולא יזכר שם פעימענט עוד.
אבער די ריכטיגע וועג איז כדלהלן:
1) מאך א נייע אייטעם וואס הייסט "Returned Check", מאך אן אינוואויס פאר דעם קאסטומער, און רעכן די אמאונט פונעם פעימענט.
2) אויב דו רעכענסט געלט פאר'ן געקראכטן טשעק, מאך נאך אן אייטעם מיט'ן נאמען "Returned Check Fee", און לייג צו א שורה אינעם נייעם אינוואויס מיט'ן סכום וואס דו ווילסט רעכענען.
3) ווען ער באצאלט די ביל, רעקארד די פעימענט אויפ'ן נייעם אינוואויס.
די ריוח פונעם צווייטן וועג איז; אז דו וועסט קיינמאל נישט פארגעסן אז זיין טשעק האט געקראכט...
ווען דו מאכסט די נייע אייטעם "Returned Check", לייג אריין ביי <אקאונט> דיין באנק אקאונט (נישט אזוי ווי געווענדליך אן אינקאם אקאונט).
אזוי ווען דו בילסט דעם קאסטומער פאר די Returned Check וועט קוויקבוקס אויטאמאטיש ארויסנעמען די געלט פון באנק. און ביידע זאכן ווערן געטון אויפאמאל. דאס איז דער ריוח פון דעם וועג.
והכל על מקומו יבא בשלום