בלאט 1 פון 1

קוויק בוקס: ריעד אנלי, פארוואס טוט ער דאס

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 23, 2008 12:46 pm
דורך בן יועזר
איך נוץ שוין קוויק בוקס א לאנגער צייט, יעצט האב איך אפגרעטיט צי 07 הכלל יעדער מאל וואס איך סעוו מיין פייל ווערט עס ווי א ריעד אנלי פייל, וועסטו פרעגן נו וואס איז דער פראבלעם?????? זאג איך דיר ניין!!! (בנידון הידוע) איך וועל בשום אין אופן נישט צולאזן סזאל ווערן א ריעד אנלי, ווייל נאכדעם ווען כ'וויל מאכן א בעקאפ מיטן בריפקעס לאט ער נישט איבערשריבן וואס זענען ריעד אנלי!! נו אויב אזוי דארף מען צירוק גיין צום שורש אין פארשטיין פארוואס ווערט עס ריעד אנלי, כ'האב געטרייט אראפנעמען די טשעק פין ריעד אנלי, אבער נאכן סעוון נאכאמל איזעז חוזר חלילה ע"כ ווער ס'קען עפעס העלפן זאל רחמנות האבן.

ב.ד.וו. האב איך אויסגעפונען לעצטענס אז מ'קען יא מאכן אינוויסעס אויף אידיש - ס'הייסט ביז היינט איז די אידשע אותיות אלץ געווען טיישניז - אבער לעצטנעס זעה איך (כ'ווייס נישט ויאזוי) אז סשייט יא אידיש קלאר ווי סברויך ציזיין

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 1:32 pm
דורך thefact
האסט געקאלט קוויק בוקס?

וועסו וועלן ענטפערן אז האסט געקאלט קוויק בוקס און זיי ווייסן נישט וואס זיי רעדן, ווייל זיי וואוינען אין אינדיע, זאג איך דיר (בנידון הידוע) אז א פראפעשענעל זאל זיי קאלן

פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 10:44 pm
דורך בן יועזר
אבער וואס טוט מען אז זיי וועלן בעטן פאר א סיריעל נומער, אין זיי וועלן זעהן וואס דא גייט פאר, דאן וועלן זיי מיר ענטפערן א גראבן ניין!! (בניגון הידוע) איך געב נישט קיין סערוויס פאר אזלעכע ווי די???????????

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 11:03 am
דורך בשמים
בן יועזר האט געשריבן:ב.ד.וו. האב איך אויסגעפונען לעצטענס אז מ'קען יא מאכן אינוויסעס אויף אידיש - ס'הייסט ביז היינט איז די אידשע אותיות אלץ געווען טיישניז - אבער לעצטנעס זעה איך (כ'ווייס נישט ויאזוי) אז סשייט יא אידיש קלאר ווי סברויך ציזיין

איך האב אויך לעצטענס געזעהן א אינוואויס געשריבן אויף אידיש, עמעצער ווייסט וויאזוי מען מאכט דאס?

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:10 pm
דורך קאלטס און ווארעמס
אמאל פלעגט עס גיין אין וואס אימער פאנט די ווילסט אויף יודיש, היינט דארפסטו טשוזן עפעס א פאנט וואס סאפארט אידיש אזוי ווי אריאל א.ד.ג.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 22, 2011 12:18 pm
דורך בשמים
וועל מיר עס פרובירן, און מעלדן דא די רעזולטאטן, הארציגן דאנק.