בלאט 1 פון 1

אינשורענס פאליסי'ס!!

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2008 4:02 pm
דורך וויכטיג מאכער
חיים ברוך, כ'האף אז אין דעים ביסטע אויך גוט באקאנט,

כ'האב דא געהאט א עידזשענט ביי מיר, ער האט מיר זייער גוט מסביר געווען וויזוי ס'ארבעט געוויסע אינוועסמענט'ס סעיווינג'ס וכדו', כ'קענעס שוין כמעט איבערזאגן,

און כ'וויל הערן פון נאכאיינעם וואס פארשטייט דערצו,

וואס לוינצעך יא צו קויפן? ווי לוינצעך צו לייגן געלט? א.א.וו.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2008 5:21 pm
דורך thefact
וויכי קודם פארצייל אביסל פארן עולם פון וואס דער עידזשענט האט דיר מסביר געווען אזוי וועט דער עולם קענען געבן עדווייס צו סע'לוינצעך, איך מיין אז דו קענסט שוין כמעט איבערזאגן האלט דיך נישט צוריק, איך בין זעכער אז דער עידזשענט וועט דיר לאזן

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2008 5:48 pm
דורך וויכטיג מאכער
וואס מיינסטע האט ער געוואלט? ער איז מסביר אז ס'לוינצעך צו קויפן א האלל לייף פאליסי, ווי איידער א טוירם לייף, גראדע האטער גערעדט זייער צו די זאך, ער האט געמאכט גוטע חשבונות, ס'שטימט אויף פען און פעפער, אבער מ'דארף נאכאלץ האבן געלט דערצו,

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 20, 2008 11:34 pm
דורך salads
אהא געלט?!

דאס איז מיין פראבלעם אויך!

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 12:20 pm
דורך שוועמל
די עיקר פון א אינשורענס פאליסי איז אז ס'זאל זיין גוט קאנסטראקטעד.
עס איז דא אומצאליגע וועגן וויאזוי צו דעזיינען א פאליסי ס'זאל אלס זיין לטובת דעם קאסטומער די בעסטע וואס מעגליך. אבער מיט דעם אלעם אויב ווילסטו חתונה מאכן דיינע קינדער פון דעם געלט, מוזטו אריינלייגן אסך אסך געלט כדי צו קענען ארויסנעמען עטליכע מאל און ס'זאל נאך בלייבן לאחר מו"ע. איך גלויב אז ער רעדט פון ארום 15 אלפים א יאר אריינלייגן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 12:52 pm
דורך שמערי בערי
האסט שוין דאס פארגעסן???? האסט אים אריין געלאזט?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 1:24 pm
דורך וויכטיג מאכער
נו וואס זאלעך טוהן? ס'גראדע א צווייטער עידזשענט.

שוועמל, זייט ווען איז א אינשורענס פאליסי אזוי טייער?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 1:35 pm
דורך שמערי בערי
וויכטיג מאכער האט געשריבן:ס'גראדע א צווייטער עידזשענט.

דאס האב איך גלייך פארשטאנען, ווייל ער'טעך צוגעזאגט אז ער וועט דיר שוין נישט רופן......

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 1:50 pm
דורך שוועמל
אוודאי איז דא פאר ביליגער אבער ס'וועט דיר נישט דינען דעם ציל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 3:05 pm
דורך וויכטיג מאכער
שוועמל, דו ביסט באקאנט אין די ענינים?

אפשר געסטע א שיעור?!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 5:25 pm
דורך וויכטיג מאכער
נעכטן איזער געווען נאכאמאל ביי מיר, דאס מאל מיט א נייע תורה, דיסעבילעטי אינשורענס! וואס האלט דער עולם ס'איז א אינטערעסאנטע פראדוקט? איינער קען זיך אויס מיט דעי זאכן?