ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:03 am

איך האב דריי שאלות בנוגע ווייערן געלט צו א צווייטנס באנק אקאונט.

א) היינט מיטוואך צוויי אזייגער צייט האב איך געסקעדזשולט א טרענספער אנליין ביי טשעיס, איך האב טאקע באקומען דערנאך אן אימעיל אז דער ווייער הייבט זיך אן פראסעסן, אבער יעצט צוויי אזייגער ביינאכט זע איך אז דערווייל איז דאס געלט נאכנישט ארויס.

ארום דריי שעה צוריק, 11 אזייגער PM האב איך גערעדט צו א רעפרעזענטעטיוו, ער האט מיר אויסגעפרעגט אפאר זיכערהייט שאלות, איך האב אים געענטפערט און ער האט מיר געזאגט "אקעי, יעצט וועט דער ווייער ארבעטן און אלעס איז מסודר".

למעשה, זע איך נאך דעם סכום ביי מיר אין אקאונט און עס איז דערווייל בכלל נאכנישט ארויס.

וואס קען דאס מיינען? זיי האבן דאך געשריבן צו מיר אן אימעיל אז דער ווייער פראסעסט זיך שוין? און דערווייל גארנישט. [געווענליך, אויב מאכט דעם ווייער פאר 5 PM וועט דער ווייער אנקומען אינעם זעלבן טאג].
לעצט פאראכטן דורך קוגל מיט פיקל אום דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:17 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:12 am

נאך א פראגע,

ביים מאכן א ווייער אנליין, בעט דער טשעיס וועבסייט, אז מען זאל אריינלייגן:
- דעם באנק ראוטינג נומער
- אדרעס פונעם באנק
- זיפ קאוד
- אקאונט נומער

איז מיין שאלה, אויב דער אדרעס פונעם באנק איז א צווייטע לאקאציע פון דער באנק צו וואו מען וויל דער ווייער זאל אנקומען, אבער מען האט אריינגעלייגט די ריכטיגע ראוטינג און אקאונט נומערן, וועט דער ווייער אנקומען אפילו דער אדרעס פונעם באנק איז נישט אקוראט?

למשל, עס איז דא א TD באנק אויף דרייצן ביי 46 אין בארא פארק, און עס איז דא נאך א TD באנק אויף 65ST אויף דרייצנטע עוועניו, און יענעמס אקאונט איז אינעם TD באנק אויף 13 און 46, און מ'האט בטעות אריינגעלייגט אינעם וועבסייט די אינפארמאציע פונעם TD באנק אויף 65ST. וועט דער ווייער אנקומען?

אין קורצן איז מיין שאלה, די אקאונט און ראוטינג נומערן איז דער עיקר און דער אקוראטער אדרעס פונעם באנק איז נישט לעיכובא, אדער עס מוז זיין דער גענויער אדרעס פונעם באנק און אז נישט, דעמאלט אפילו די אקאונט און ראוטינג נומערן זענען ריכטיג, וועט אבער דאס געלט נישט אנקומען צום ריכטיגן דעסטינאציע, וויבאלד מען האט נישט אריינגעלייגט דעם ריכטיגן אדרעס פונעם באנק?

לויט ווי עס קוקט אויס האבן אלע בענק אין ניו דזשערסי למשל די זעלבע ראוטינג נומערן, אפילו אויב איין באנק איז אין טרענטאן און דער אנדערע באנק אין בערלין-ניו דזשערסי. אינטערעסאנט. לכאורה האט עס מיט'ן באנק נאמען און נישט מיט'ן לאקאציע.

אוועטאר
קוגל מיט פיקל
שר מאה
תגובות: 127
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 29, 2018 11:37 am

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך קוגל מיט פיקל » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:14 am

נאך א פראגע,

אויב מאכט מען א טעות אין די אקאונט און ראוטינג נומערן, קען מען טאקע נישט צוריקציען דעם ווייער אזוי ווי טשעיס שרייבט אינעם אגרימענט, אדער עס איז אלעמאל דא פעלער אז מען זאל קענען צוריקציען?

מימוני
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך מימוני » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:21 am

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:נאך א פראגע,

ביים מאכן א ווייער אנליין, בעט דער טשעיס וועבסייט, אז מען זאל אריינלייגן:
- דעם באנק ראוטינג נומער
- אדרעס פונעם באנק
- זיפ קאוד
- אקאונט נומער

איז מיין שאלה, אויב דער אדרעס פונעם באנק איז א צווייטע לאקאציע פון דער באנק צו וואו מען וויל דער ווייער זאל אנקומען, אבער מען האט אריינגעלייגט די ריכטיגע ראוטינג און אקאונט נומערן, וועט דער ווייער אנקומען אפילו דער אדרעס פונעם באנק איז נישט אקוראט?.

פין מיין ערפארונג איז די באנק אדרעס נישט מעכב.

מימוני
שר מאה
תגובות: 184
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך מימוני » דאנארשטאג יוני 04, 2020 2:24 am

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:.

וואס קען דאס מיינען? זיי האבן דאך געשריבן צו מיר אן אימעיל אז דער ווייער פראסעסט זיך שוין? און דערווייל גארנישט. [געווענליך, אויב מאכט דעם ווייער פאר 5 PM וועט דער ווייער אנקומען אינעם זעלבן טאג].

לכאורה איז עס נישט ארויס צוליב די סעקיוריטי פראגן וואס זיי האבן געהאט, אין וועט ארויסגיין מארגען אינדערפרי.

אפענע וועלט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 455
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 17, 2015 3:26 pm

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך אפענע וועלט » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:21 am

קוגל מיט פיקל האט געשריבן:איך האב דריי שאלות בנוגע ווייערן געלט צו א צווייטנס באנק אקאונט.

א) היינט מיטוואך צוויי אזייגער צייט האב איך געסקעדזשולט א טרענספער אנליין ביי טשעיס,


From my experience. Chase outgoing wires have delays.
Maybe first time wiring to this recipient is different

Belz123
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 1:52 pm

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך Belz123 » דאנארשטאג יוני 04, 2020 8:57 am

I hate chase every time they find reasons to delay a wire

Address and name and account normally doesn’t make an issue to process a wire

Bank account number and the routing number that’s the main information that needs to match

And most of the time if you made a mistake you can’t get back to you the money

ירנן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 280
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2019 3:52 pm

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך ירנן » דאנארשטאג יוני 04, 2020 9:12 am

היינט ניצט מען זיל ZELLE עס איז סאך שנעלער און פרי

בשבילי נברא
שר האלפיים
תגובות: 2518
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג יוני 04, 2020 9:28 am

ירנן האט געשריבן:היינט ניצט מען זיל ZELLE עס איז סאך שנעלער און פרי

יא יא ס'איז טאקע א מחי', אבער ס'האט א לימיט ביז וויפיל געלט מ'קען שיקן און אויך וויפיל מאל א טאג און חודש.

אוועטאר
שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2414
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

Re: ווייערן (wire) געלט און אלעס ארום

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג יוני 04, 2020 10:45 am

דאס ערשטע מאל ביי טשעיס גייט נישט אדורך, אפילו נאך די סעקיורעטי פראגן, מיין עקספיריענס.

די ראוטינג נומער איז געווענליך פאר א גרויסע ראיאן, נישט יעדע ברענטש האט אן עקסטערע, בדרך כלל איז דאס פאר די גאנצע סטעיט, ס'איז אויך דא בענק וואס האבן א באזונדערע ראוטינג נומער פאר ווייערס.

ס'איז דא בענק וואס מאכן זיך יא נאריש וועגן די אדרעסען, ע"כ איז כדאי עס יא אויסצופילן.

נאך א זאך, זאכן דארפן מאכן סענס, זיי קענען קאלן משוגע מאכן פארוואס מ'מאכט עס, דער אמת איז געווענליך די בעסטע ענטפער...


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט