אויסוועלן א נאמען פאר א קארפארעשאן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 27, 2008 1:12 pm
ווייסט איינער וואס זענען די הלכות ווען ס'קומט צו אויסוועלן א נאמען פאר אן ענטיטי?
למשל, דא האט איר דעם וועבזייטל פון נ.י. סטעיט דיוויזיע אוו קארפארעישאנס, ווי מ'קען זיכען פאר עקסיסטירענדע ענטיטיס.
http://appsext8.dos.state.ny.us/corp_pu ... arch_entry
יעצט, צום ביישפיל, גיי איך זיכן פאר Gold Trading. איך זיך ביי ALL און CONTAINS.
ס'שווימען ארויף דריי זייטלעך מיט נעמען פון קארפארעישאן'ס וואס פארמאגן אין זיך די ווערטער. בתוכם איז אויך איינס וואס הייסט ממש GOLD TRADING INC. יעצט וואס איז די הלכה, מעג איך זיך א נאמען געבן מיט א שינו, GOLD'S TRADING? (ניין כ'הייס נישט גאלד, ס'איז נאר א משל. נו! וויפיל מאל דארף איך מיך איינבעטן, כ'הייס נישט גאלד!)
ס'גייט אריין אין די סוגיא צו מגייט בתר שמא, און צו דרשינן טעמא דקרא, ווי אויך צו די קרי אדערן כתיב, און שינו קונה. ס'לאזט זיך דינגן.
רבותי, עקספערטן, וואס זאגט איר?
נ.ב די שאלה איז לאו דוקא ווייל דער שינו איז בלויז א שטרעכל. הוא הדין און אלגעמיין, מעג עס ענדלען צו אן אנדערע קארפארעשאן און ווי שטארק?