זאגן פאר ביזנעס אז קאמפעטישן איז בעסער?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

זאגן פאר ביזנעס אז קאמפעטישן איז בעסער?

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג פאברואר 04, 2020 1:59 pm

בס"ד

נאך נישט געווען דא אויפ'ן וועלטל דוכט זיך אזא פראגע: געבעטן זעלבע זאך פון צוויי פירמעס, קאמפעטישן, און איינער האט געגעבן פשוט פילפאכיג בעסער ווי דער אנדערער, האט מען גענומען ביי אים. זאגט מען אויס פאר'ן צווייטן פארוואס?

למשל, פרטים געטוישט. למעשה צוויי גויאישע פירמעס.

געוואלט נעט-30 קרעדיט פאר א געוויסע פראדוקט אויף א גרויסע לעוועל. קאמפאני 1 האט געגעבן פופציג אלפים קרעדיט, און קאמפאני 2 האט געגעבן כמעט א האלבע מעלאונע. גענומען קאמפאני 2.

קאמפאני 1 לויפט נאך, נו, נו, ווען קומסטו? זאל איך זיי זאגן גראד אז קאמפעטישן האט געגעבן כמעט צען מאל אזויפיל קרעדיט? עפעס גלייך איך נישט צו אפפאטשן א מענטש אזוי. ווערט זאגן פאר די מענעדזשערס צו טוישן פאליסי?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר האלף
תגובות: 1264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

תגובהדורך אונגארישע הייזער » דינסטאג פאברואר 04, 2020 2:08 pm

איך האב אמאל געהאט אזא מעשה (נישט אויף קיין ריזיגע סכומים פון וואס דו רעדסט) און דער 1 איז מיר נאכגעלאפן פארוואס איך קום נישט ביז איך האב איהם געזאגט דעם אמת אז דער צווייטער האט מיר געגעבן א בעסערע פרייז, זאגט ער מיר נעקסטיים שרייב מיר אז יענער האט דיר געגעבן דעם און דעם פרייז צו איך קען אויך גיין אויף דעם אדער נישט
לכאורה ווענדט זיך אלעס לפי הענין

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22882
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג פאברואר 04, 2020 2:29 pm

ס'איז א טעגליכע פראגע, די צוגאנג וועט זיך ווענדן אין די פרטים רינגס און ארום.
זאלסט נישט שרעקן זיך נישט זארגן וואס די זון פארגייט
קומען וועט א נייער מארגן פיל מיט גליק און פרייד.

מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

תגובהדורך מזל מידיע » דינסטאג פאברואר 04, 2020 2:51 pm

בס"ד

למשל ס'איז טאקע אזוי במציאות, איינער האט געגעבן כמעט צען מאל די נעט-30 קרעדיט ווי א צווייטער, זאל מען יענעם זאגן?
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו isaac@mazalmedia.com.

א גולם
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובהדורך א גולם » דינסטאג פאברואר 04, 2020 4:51 pm

קענסט ניצען ביידעס קרעדיט אין ציט די צייט זען ווער סהאט בעסערע סירוויעס

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1875
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:07 pm

אויב ס'איז א איד וואלט איך אים דייקא יא געזאגט, פארשטייט זיך אויף א שיינעם וועג, אבער ס'איז די גרעסטע טובה צו דערציילן אזא זאך פאר א אידישע אונד קאמפאני, ווייל אזוי ווייסט ער פונקטליך ווי ער שטייט און אויף וואס ער ברויך צו פאקוסען.

סתם ארומשלעפן און זיך ארויסדרייען מיט תירוצים פון אונטער דער ערד איז נישט קיין טובה פאר דיר, ווייל ער גייט דיך ווייטער נאכלויפן נישט וויסענדיג ווי ער שטייט מיט דיר, און אויך נישט פאר זיי, ווייל ער באקומט נישט אויפריכטיגע אינפארמאציע און האט נישט קיין אנונג וואס זיין פראבלעם איז, און ער קען זיך נישט ארויפארבעטן אין וואס ער איז יא מער/בעסער ווי זיין קאמפיטישען.

אוועטאר
עין טובה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3848
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 9:46 pm
לאקאציע: 127.0.0.1
פארבינד זיך:

תגובהדורך עין טובה » דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:30 pm

וואס איך טוה אין אזאנע פעלער, וואס אגב, מאכט זיך כסדר, נישט אויף נעט נאר אויף פרייז פאר די זעלבע פראדוקט:

לאמיר זאגן נומער 1 גיבט מיר עס פאר 1000, און 2 גיבט מיר עס פאר 1300 זאג איך פארן צווייטן "איך קען עס ביישטיין/וויל עס נעמען פון דיר, אבער איך האב איינער וואס גיבט מיר עס פאר ביליגער, איז אויב קענסטו אריינקומען אונטער 970 נעם איך עס גערן פון דיר"

אמאל ענטפערט ער "סארי. די ביליגסטע וואס איך קען דיר עס געבן איז פאר כך וכך" און אמאל קומט ער אראפ מיט די פרייז.
...

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 565
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 05, 2008 7:06 pm

תגובהדורך ווייסעך וואס » דינסטאג פאברואר 04, 2020 5:55 pm

ביי אונז איז די פאלעסי ווען מען שיקט ארויס קוואטס פאר עטליכע קאמפאניס, אז ווער עס קומט אריין מיט די בעסטע טערמינען (בעיקר די פרייז) באקומט דעם אפער. און מיר גייען בכונה נישט צוריק מעלדן פאר די אנדערע אז מיר האבן עס באקומען פאר כך וכך און אויב די קענסט געבן בעסער באקומסטו עס.

אויב זיי קומען צוריק פרעגן, נו! וואס הערט זיך וועגן די זאשב, איז דער ענטפער, אז אן אנדערע איז אריין געקומען מיט א בעסער פרייז, און מיר גיבן נישט קיין שאנס צו מעטשן דעם פרייז.

מיר לאזן אים קלאר הערן; די קומענדיג מאל ווען מיר בעטן פאר פרייז פרוביר אריין צו קומען די בעסעטע וואס איז שייך.
תכלית הידוע שלא נדע


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט