בלאט 1 פון 1
קוויק-בוקס: ענטערן קרעדיט
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 17, 2008 10:47 am
דורך service
וויאזוי ענטערד מען קרעדיט פון א ווענדער?
זיכער מאכט מען ביי בילס א קרעדיט, אבער דא רעדט זיך למשל איך גיי קיין האום דיפאוט כ'קויף איין פאר 250 דאלער, איך טראג צוריק אן אייטעם פון 50 דאלער, טייטשט א חלק פון די בילל.
די ארדער איז געצאלט דורך א דעביט קארד, איצט איז עס צוריק אין אקאונט, איז וויאזוי דעפאזט איך דאס און די זעלבע צייט האבן חשבון וואס איך האב צוריקגעטראגן?
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 17, 2008 9:38 pm
דורך לחיים ולברכה
א גוט יאר ידידי היקר הרב סערוויס. לאנג טיים נאו טאלק.
אויף די ביל איז דא 2 וועגן: 1) טוישן די ביל צו א פופציגער ווייניגער. 2) מאכן א קרעדיט פון דעם ווענדאר פאר דעם סכום.
איבער די פעימענט און קרעדיט אינעם באנק אקאונט וועל איך דיר זאגן בקיצור וויזוי איך טוה דאס: אויב איז דער קרעדיט נאך געווען אויף די זעלבע חודש'ליכע סטעיטמענט, טוה איך טוישן די פעימענט מיט א פופציגער ווייניגער. סייווי וועט דאך דער באנק סטעיטמענט שטימען ביים רעקאנסיילן.
אויב נישט, מאך איך א דעפאזיט פון דעם ווענדאר אריין אינעם באנק. גיי צו בענקינג/דעפאזיטס ביי רעסיווד פראם טייפ אריין די נאמען פון דעם ווענדאר וואס איז אינעם דראפ דאון וכו' וכו'.
אלץ חשבון וואס דו האסט צוריקגעטראגן; אויב שרייבסטו קלאר אינעם ביל וואסערע אייטעם דו האסט געקויפט, טוה דאס זעלבע מיט די קרעדיט. אויב נישט שרייב צו א מעמאו.
אויב האבעך נישט פארשטאנען דיין פראגע אדער אויב דו פארשטייסט נישט קאל מיך.
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 18, 2008 10:42 pm
דורך שוועמל
און וואס טוט זיך ווען די קרעדיט גייט צוריק צו א קרעדיט קארד?
ביי בענקינג\דעפאזיטס איז נישטא קיין אפציע צוריקצולייגן צום קרעדיט קארד.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 19, 2008 9:42 pm
דורך לחיים ולברכה
איבער א קרעדיט קארד; גיי צו ענטער קרעדיט קארד טשארדזשעס, סעלעקט ריפאנד/קרעדיט אנשטאט פלערטשעיס/טשארדזש, האסטו אלעס מסדר געווען מיט איין קליק.
בכלל איבער די נושא פון קרעדיט, אויב מ'האט נאכנישט באצאלט דעם ביל, קען מען בשעת'ן באצאלן אריינלייגן די קרעדיט. גיי צו פעי בילס, און קליק סעט קרעדיטס צו ענטערן געוויסע קרעדיטס פאר א געוויסע ביל.
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 3:27 am
דורך שוועמל
סערוויס, כאב יעצט באמערקט אז דו רעדסט פון א דעביט קארד.
ליהוי ידוע אז האום דיפא גיבט צוריק "קעש געלט" ביי ריטורנס פון א דעביט קארד! טא איז דיין גאנצע קשיא נישט גילטיג חוץ אויב דו ווילסט באריכטן די קעש.
אגב, איך נוץ די עצה צומאל ווען איך וויל ארויסנעמען קעש...
קרעדיט פאר א קאסטומער
פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 05, 2012 3:32 pm
דורך שמן למאור
כמעט די זעלביגע שאלה פארקערט.
ראובן טרויבנזאפט קויפט איין ביי מיר טאמעיטאס און ער מאכט דערפון חריף און ער פארקויפט מיר די חריף. סוי דער ראובן איז א קאסטומער און א ווענדאר. די מהלך וויאזוי ס'גייט איז אז אויף יעדע אינוואויס וואס איך ביל אים ווען איך פארקויף אים טאמעיטאס קרעדיט איך אים די חריף.
מיין שאלה איז, צו אויפן טאטעל פראפיט און לאס פונעם קאמפאני דערקענט זיך דיזע קרעדיט ?
עני ידיעה דערינען ?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 17, 2013 2:31 pm
דורך פאטאקי08
ווי אזוי ענטערט מען אין קוויק בוקס ווען א קוסטומער באצאלט מיט א קרעדיט קארד
און די קרעדיט קארד קאמפאני שיקט אריין צי מיין באנק א דיפאזיט מיט אביסל ווייניגער געלט
וויאזוי ענטערט מען ביידע טראנזאקציעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 17, 2013 11:12 pm
דורך Hardworker
ענטער די פעימענט נאר וויפיל דו האסט באקומען, די איבריגע write off צו credit card processing expense account.
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 19, 2013 1:29 am
דורך פאטאקי08
פאר יעדע קאסטומער עקסטער?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 19, 2013 8:28 am
דורך Hardworker
יא. אויפן מינוט זעה איך דאס פאר די ריכטיגע וועג.
די ענטערסט נישט פעימענט פאר יעדע קאסטומער?
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 19, 2013 8:49 am
דורך פאטאקי08
יעדע קאסטומער באצאלט די גאנצע
די קרדיט קארד קאמפאני באצאלט איינמאל א געוויסן סכום שוין אראפגרעכענט די טשארדזשעס
פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 19, 2013 11:38 am
דורך פאטאקי08
א צדיק אין אישי:
.You can make the CC company As a bank account, and transfer the money they give you into your bank account
.and then the rest write a check to processing fee expense