בלאט 1 פון 1

אינטערנעט אינמיטן די ארבעט

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 17, 2008 9:50 am
דורך thefact
http://www.ivelt.com/index.php?option=com_news&id=1836

Monday, 17 March 2008
געריכט: זיך שפילן אויפן אינטערנעט קען באדייטן ארבעטסלאזיגקייט

אין אן אורטייל וועלכע איז ארויסגעגעבן געווארן דורך א געריכט אין ניו יארק איז געזאגט געווארן אז אן ארבייטער וועלכער באנוצט זיך מיטן אינטערנעץ נעץ אינמיטן פון זיינע ארבעט שטונדען מעג געזעצליך אויפגעזאגט ווערן.

א געריכט אין מאנהעטן האט געאורטיילט אז עס איז ערלויבט פאר אן ארבעטגעבער צו אויפזאגן זיינע ארבייטער בלויז דערפאר ווייל זיי טוען זיך באנוצן מיט אינטערנעט און פארברענגן צייט אומזיסט. די אורטייל איז געגעבן געווארן אין א פראצעס וואס איז אריינגעטראגן געווארן קעגן 'דעפארטמענט אוו עדיוקעישאן' דורך אן ארבייטער וואס איז אויפגעזאגט געווארן דערפאר וואס ער האט זיך ארומגעשפילט אויפן אינטערנעט צופיל.

לויט ווי עס איז באריכטעט געווארן איז דער ארבייטער, טאקיר שאודרי, געווארנט געווארן צו אויפהערן פארברענען די צייט אויפן אינטערנעט, אבער ער האט נישט אויסגעפאלגט די אנווייזונגען פון זיין אויבערהאר.

דער ארבייטער איז אויפגעזאגט געווארן פון זיין אמט, א זאך וואס די געריכט זאגט איז גענצליך אויסגעהאלטן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 17, 2008 9:55 am
דורך אנדי פעטיט
וואס האסטו געטון? דו ווילסט אינגאנצען אפשפארען די קרעטשמע ח"ו?

פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 18, 2008 6:48 pm
דורך salads
ער וויל מ'זאל אינז אויפזאגן ח"ו, אזוי וועלמיר קומען זיצן אין קרעטשמע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2008 9:00 am
דורך שוועמל
סאלאטים;

A-1
!!!

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2008 2:11 pm
דורך thefact
איך וויל מ'זאל פארשטיין אז איינער שרייבט אמאל ווייניגער

פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 24, 2008 10:45 pm
דורך salads
the fact

דיר/אינז ערלויבן אויפצוזאגן ארבייטער וועגן אינטערנעט, מעג נאר א דין תורה.

ס'רוב אידן וואס ארבייטן ביי אידן, דעריבער מיינט עס נישט אינז...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 09, 2011 4:39 pm
דורך ניק ניק
salads האט געשריבן:the fact

דיר/אינז ערלויבן אויפצוזאגן ארבייטער וועגן אינטערנעט, מעג נאר א דין תורה.

ס'רוב אידן וואס ארבייטן ביי אידן, דעריבער מיינט עס נישט אינז...

ארויפגעברענגט צילוב וואס ס'גילטיג יעצט אויך.

מיינט נישט אונז? אונז מיינט עס 3 מאל מער.