פעדערל רעזערוו - אינטרעסט רעיטס - קרעדיט סקאר - עקענאמיע

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

פעדערל רעזערוו - אינטרעסט רעיטס - קרעדיט סקאר - עקענאמיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

[align=center]~ פעדערל רעזערוו - אינטרעסט רעיטס - קרעדיט סקאר - עקענאמיע ~[/align]

אריינפיר: 'וואס איז דאס אינטרעסט רעיטס – פעדערל רעזערוו'

א שיינעם פרימארגן, מען עפענט אויף די פאסט קעסטל, איז דא א בריוועלע אין די מעיל-באקס. פון א קרעדיט קארד קאמפעני איז דא טיילמאל אז זיי מעלדן אין די בריוועלע אז די 'אינטרעסט רעיטס' פון די קרעדיט קארד גייט ארויפגיין צוליב געוויסע סיבות. אין זיי שרייבן נישט פונקטליך פארוואס דאס איז אזוי. יעצט פארוואס טאקע גייט דאס ארויף אמאל?
האט איר אמאל געהערט, געזעהן אדער געליינט ערגעץ, אדער עס קומט א באריכט פון די 'פעדערל רעזערוו' טשערמאן 'בען בארנענקא' ווי ער מערקט אן פאר די פאלק אז די 'פעדערל דיפארטמענט' גייט העכערן די 'אינטרעסט רעיטס' מיט א 'קוואטדער פוינט' אין די קומענדיגע וואך. די סטאחק מארקעט פארלירט 375 פוינטס אין איין טאג. יעדער איז צוטומעלט, אלע צייטונגען נעמען דאס אויף מיט אנגסט, איז ווען אין וויאזוי געשעהט דאס אזוי?

*

יעצט איז דא אמאל אז איינער וויל זיך שפארן אביסעלע געלט אוועקלייגן צוביסלעך נאך אין נאך געלט, אין מיט די אוועקגעלייגטע געלט זיך קויפן דערמיט א זאך וואס ער ברויך, אבער ער האט נישט די געלט דערפאר יעצט, וויאזוי גייט דאס צו?

איז דא מענטשען וואס טוען אזוי. מ'לייגט אריין אין א לאקאלן באנק אין א 'סי-די אקאונט' פאר א 5 יאר קאטנטראקט אז דאס בלייבט אין באנק דארט, אין עס ווערט נישט גערירט. אין די באנק געט דערפאר א פראצענט וואס עס שטייט אינעם קאנטראקט, לאמיר זאגן פינעף פראצענט אויף א יאר. אין מיט די פינעף פראצענט וואס עס וואקסט במשך די פינעף יאר קומט אויס אז מען האט פארדינט אויף די געלט וואס ער האט אריינגעלייגט מיט פינעף יאר צוריק, פינעף פראצענט. יעצט אבער ווען מען וויל ארויס נעמען די געלט פון באנק נאך פינעף יאר. דערזעט מען זיך אז די זאך וואס ער האט געוואלט קויפן אויף וואס מען האט אפגעשפארט געלט איז ארויף געגאנגען מיט דריי פראצענט. מיינט דאס אז ער האט טאקע פארדינט פינעף פראצענט, אבער די ווערט קען ער נאר ארויסנעמען פאר צוויי פראצענט, האט ער נאר פארדינט צוויי פראצענט. נו וואס טוט מען דא?

בעפאר מיר וועלן אלעס אויסארבעטן. דארף מען קודם וויסן אז 'אינטרעסט רעיטס' איז נישט דאס ארגסטע וואס מענטשען האבן כסדר מורא אז זיי וועלן ברויכן באצאלן. 'אינטרעסט רעיטס' דאס איז די פרייז פון לעבן אויף געלט, אין קענען בארגן געלט וואס ווערט גענוצט דורך קרעדיט קארד אין דעביט קארד. אויב וואלט נישט געווען די השגה פון 'אינטרעסט רעטס' וואטלט קיינער נישט פארבארגט געלט, אין קיינער וואלט גארנישט געקענט קויפן. אפילו א קלייניגקייט צו קויפן אויפן היינטיגן סיסטעם דורך די קאמפיוטער, וואלט אויך נישט געווען מעגליך ווען נישט די קרעדיט קארדס. דאס הייסט אז מען מוז אנקומען צו אינטרעסט רעיטס.

*

- אינטרעסט רעיטס -

אינטרעסט רעיטס - איז די קאסטע פון בארגען אין פארבארגן געלט, דער בארגער צאלט אינטרעסט פאר וועם עס האט אים געגעבן די מעגליכקייט צו נוצן די געלט אויף בארג. ווי איידער ער זאל אליין זיך אנזאמלען גענוג געלט אויף וויפיל ער ברויך אויף יעצט. צאלט ער דערפאר א פרייז.

אינטרעסט רעטס - ווערט צוטיילט מיט א יערליכער פראצענט. לויט וויפיל געלט עס איז געווארן געבארגט. למשל: אויב איינער בארגט הונדערט טאללער אויף פינעף פראצענט, איז צום ענדע יאר ווערט ער שולדיג פאר יענעם הונדערט אין פינעף דאללער.

'אינטרעסט רעיטס' איז נישט קיין טשעלענדזש וואס מען לייגט ארויף אויף די מענטש ווען ער בארגט געלט. דאס איז געלט פארן מענטש וואס האט דיך געטראטסט מיט זיין געלט וואס ער האט איינגעשטעלט מיט דיר ווען ער האט דיר דאס געבארגט, צו אפילו די באנק ווען זיי בארגן לייגן זיי דאס אויכעט פאר די זעלבער סיבה. ווייל ביי יעדער 'לאוען' צו סיי וואספארא ערליי וועג מען בארגט געלט, איז אייביג דא א קלער אז יענער וועט נישט האבן פון ווי צו באצאלן דאס געלט. יעצט ווי מער די 'ריסק' אז די באטרגער וועט נישט האבן צו באצאלן אלס העכער איז די 'רעיט' צו פארבארגן פאר אים דאס געלט. דערפאר ווען מען באצאלט אין צייט, אין מען האט וואס צו באצאלן. באקומט מען א גוטע קרעדיט. אין אויב האט מען א גוטע קרעדיט, אפפערט מען דיר א בעסערן 'רעיט' ביים פארבארגן געלט.

אן אינטערעסאנטער זאך וויאזוי 'אינטרעסט רעיטס' ארבעט אויף ביידע וועגן, ד.מ. סיי די באנק און סיי די גאטווערמענט צו אלע אנדערע גרויסע פינאנציאנאלע קאמפעניס, יעדער ברויכט 'קעש' אין זיי זענען אפילו גרייט צו באצאלן דערפאר געלט. דאס הייסט למשל; אויב וועט מען אריינלייגן געלט אין א 'סעווינגס אקאונט' וועט די באנק געבן 'אינטרעסט' לויט די צייט וויפיל זיי האלטן דאס. ווען די גאווערמענט פארקויפט 'באנדס' איז דאס פאר די זעלבער סיבה, ווייל זיי מאכן דערויף 'אינטרעסט'. אין די גאנצער אינטרעסט איז צו פארגוטיגן דעם מענטש פארן נישט אויסגעבן זיין געלט ערגעץ אנדערש, נאר עס פארבארגט פאר זיי. אבער פון די אנדערע זייט איז טאקע דאס די סיבה פארוואס די בענק מיט די גאווערמענט געט ווייניגער 'אינטרעסט' אויף די געלט ווייל דארט איז נישטא קיין אויסזיכט צו פארלירן די געלט. געבן זיי פארן מענטש ווייניגער.

- קרעדיט סקאטר -

די קרעדיט סקאטר וואס דער געלט בארגער פארמאגט, דאס אפעקטירט אויף די אינטרעסט רעיט וואס ער באקומט. דהיינו: אינטרעסט רעיטס פאר אטנ'סעקיורד קרעדיט וועט אייביג זיין העכער די אינטרעסט רעיט. ווייל די באנק האט מורא צו פארבארגן געלט וואס עס איז נישט סעקיורד.

יעצט וואס מיינט 'סעקיורד' וועלן מיר נעמען א מאטרטגעדזש פאר א ביישפיל, א מאטרטגעדזש איז א סעקיורד זאך פאר די באנק, דאס הייסט אז זיי ווערן א טראטסט אינעם דיעל אויף וואס מען נעמט ארויס א מארטגעדזש. אין אויב וועט דער בארגער נישט באצאלן פאר די באנק די פעימענטס וואס מען האט אפגעמאכט אינעם קאנטראקט, דאן האבן זיי א רעכט אוועקצונעמען די הויז/פראפערטי אויף וואס זיי האבן ארויסגעגעבן א מארטגעדזש. דערפאר איז ביי מארטגעדזש געווענליך ווייניגער די אינטרעסט רעיטס, ווייל עס איז 'סעקיורד' מיטן הויז/פראפערטי אויף וואס מען האט גענומען די מארטגדעזש, אבער ביי א 'קרעדיט קארד' איז נישטא אזא מושג ווי 'סעקיורד' איז דאס מער א איינשטעלעניש, דערפאר איז טאקע העכער די אינטערעסט רעיטס.

לאנג-טוירם לאוענ'ס – איז אויך אביסעלע העכער די אינטרעסט רעיטס ווי ביי א שאטרט-טוירם לאוען , ווייל ווי לענגער עס ליגט פארבארגט די געלט איז מער שייך עס זאל עפעס געשעהן דערמיט אין דער בארגער וועט נישט האבן פון צו באצאלן די לאוען. דערפאר געט מען א העכערער 'אינטרעסט רעיט' כדי די באנק זאל וועלן געבן די געלט פאר א לאטנג-טוירם.

נאך א זאך פארוואס א לאנג-טוירם לאוען איז העכער די אינטרעסט רעיטס, איז די זאך וואס האט מיט 'אינפלעשן' אין א געזונטע עקענאמיע איז 'אינפלעשן' אייביג העכער דעם דאללער. דאס הייסט אז דער זעלבער דאללער וואס איז ווערט א דאללער, וועט זיין ווערד אין פינעף יאר ארום ווייניגער ווי יעצט, דערפאר ווען די באנק פארבארגט געלט ווייסן זיי אז ווי לענגער עס וועט ליגן ביי די בארגער, וועט די געלט ווערן ביליגער וועלן זיי נישט מאכן קיין געלט דערויף, דערפאר געבן זיי א העכערן אינטרעסט רעיט אז עס זאל זיך האבן געלוינט פאר זיי.

דאס איז אויך די סיבה פארוואס אינטרעסט רעיטס איז קאלקולעיטעד דורך צוויי באזונדערע וועגן 1) ,Nominal Rate וואס מיינט א רעיט וואס מען שאצט, אן בערך'דיגן נומבער. אין דער רעיט איז געשטעלט דורכן פארבארגער 2) Real Rate, וואס דאס איז די Nominal Rate מיינוס די רעיט אף 'אינפלעישאן'. (Inflation) דאס איז מער א פונקטליכער נומבער וואס זיי ווייסן וויפיל די ריווח דערפון איז.

למשל: אויב וועט איינער ארויס נעמען א מארטגעדזש מיט די 'נאמינעל רעיט' פון צען פראצענט, אבער די יערליכער רעיט פון 'אינפלעישאן' איז פיר פראצענט, מיינט אז די באנק וועט נאר באקומען זעקס פראצענט, ווייל די 'נאמינעל רעיט' איז נישט די ריכטיגער נומבער אזוי אקורעט.

אבער די ריכטיגער רעיט וואס מען רעדט כסדר איז וואס דאס ווערט געמאכט אין אראפגעשטעלט דורך די פעדערל רעזערוו. ווי מיר וועלן דא ווייטער אויסשמועסן.

פעדערל רעזערוו – אין אירע אינטרעסט רעיטס

פעדערל רעזערוו - ווען די טשעירמאן פון די 'יונייטעד סטעיטס פעדערל רעזערוו' רעדט וועגן אינטרעסט רעיטס, איז די גאנצע וועלט אינטערעסירט וואס עס גייט זיך אויסלאזן, אדער וועט מען העכערן אדער נידערן, איז וואס שפילט אזא גרויסן ראלע אין די סטאקס וכדומה ווען מען נידערט אדער העכערט די רעיטס אין די פעדערל רעזערוו?
די פעדערל רעזערוו, איז די צענטראלער באנק פון די יונייטעד סטעיטס. עס איז צוזאמגעשטעלט פון 12 בענק וואס זי פארמאגט איבער גאנץ אמעריקע, וואס דאס ווערט געפירט דורך זיבן איינגעשטעלט גאווערנער'ס אין וואשינגטאן די. סי. דאס האט די קאנגרעס אויפגעשטעלט אום 1913 למס' , די פעדערל רעזערוו איז געבויעט געווארן אויפן סיסטעם צו געבן א סטאביליטי אין א סעקיוריטי אויף די אמעריקאנער עקענאמיע, עס זאל נישט צוקונמען צו א געלט פאניק, אז בענק זאלן גיין בענקראופט, וויאזוי עס פלעגט זיין בעפאר.

די פעדערל רעזערוו שטייט אין א ליניע וואס דינט די אינטערעס סיי פאר די פובליק אין סיי פאר פריוואטע געברויכן. די יונייטעד סטעיטס טרעזשויר נעמט למשל ארויס געלט פאר די גאווערמענט פונעם פעדערל רעזערוו, אין זי פארקויפן 'באנדס' מיט די געלט.

ווי אויך טוט די 'פעדערל רעזערוו' סופלייען פאר די בענק געלט, וואס דאס ווערט אנגערופן 'קעש רעזערוו', די געזעץ זאגט אז יעדער באנק מוז האבן קעש ביי זיך אין באזיץ צו קענען אויסשטיין עס זאל נישט צוקומען צו א קעש אויסגאנג (Cash out flow) דאס הייסט אז אויב זייער אסאך מענטשען וועלן ארויס נעמען זייער געלט פון באנק אויפאמאל. זאלן זיי נישט בלייבן אן קעש. פארבארגט די פעד. פאר זיי מיט א ספעציעלן אינטרעסט רעיט פאר די בענק, וואס דאט האט נישט קיין שייכות מיט א אינדיווידזושעל בארגן געלט פון די באנק.

אינטרעסט רעיטס איז איינס פון די מאכטפולסטע זאך פון די פעדערל רעזערוו, דאס אז זיי שטעלן אויס די רעיטס אויף א סיסטעם פון באזונדערע סארט רעיטס, וואס איז אויסגעשטעלט פאר די פארבארגער די בענק וכדו' דאס ווערט אנגערופן "פעדערל פאנדס רעיט" וואס דאס איז א רעיט וואס איין באנק נעמט פונעם אנדערן פארן בארגן 'קעש רעזערוו' וואס דאס ווערט קאלקולעיטעד דורך די רעיט וואס די באנק באקומט פונעם 'פעדערל רעזערוו' אין ווי שוין פריער דערמאנט קען נישט יעדע באנק אליין גיין צו די פעדערל רעזערוו אליין, דערפאר בארגן זיך די בענק ארום צווישן זיך, אין זיי לייגן צו א פראצענט. די פראצענט איז געוואנדן וויפיל געלט די בענק האבן, פארשטייט זיך אויב האבן זיי אסאך קעש, איז די רעיט נידריגער.
יעצט.

די אינטערעסאנטע חלק וויאזוי די 'אינטרעסט רעיט' וואס די פעדערל רעזערוו געט ארויס פאר די בענק איז. אז זיי שפילן מיט די געלט לויט זייער ווילן, אין זיי קאנטראלירן דאס. אויב ווילן זיי למשל אז די רעיט זאל אראפגיין אביסל (געווענליך מאכט מען דאס נידריגער ווען מענטשען הערן אויף צו בארגן געלט ווייל עס איז צו הויעך די אינטרעסט רעיט) לייגן זיי אריין מער געלט אין די בענק אז זיי זאן האבן מער קעש רעזערוו, גייט די רעיט אוטאמאטיש אראפ. יעצט אויב ווילן זיי דאס העכערן, קויפן זיי צוריק אפ די פון די בענקווערט וויינגיער זייער קעש רעזערוו, אויב האבן זיי ווייניגער קענען זיי נישט בעטן א קליינע פראצענט, דערפאר גייט די רעיט צוריק ארויף.

די זאך וואס ווערט אנגערופן 'דיסקאונט רעיט' איז נאך א זאך וואס ווערט ארויפגעלייגט דורך די 'פעדערל רעזערוו' דאס איז די רעיט וואס וואס די בענק באקומען ווען זיי בארגן געלט ארויס פון די 'פעדערל רעזערוו' אין דאס איז אביסעלע א העכערער רעיט צוגלייך ווי א שארט טוירם לאוען וואס דארט איז אויך טייערער, די סיבה פארוואס עס איז טייערער איז ווייל די 'פעדערל רעזערוו' וויל אז די בענק זאלן גיין בארגן צווישן זיך, דורך איינע פון די דריי אפציעס, פריימערי רעיט, סעקאנדערי רעיט, סיזען רעיט; די פריימערי רעיט איז די נידריגסטער רעיט.

*

יעצט לאמיר זעהן פארוואס די 'פעדערל רעזערוו רעיטס' טוט אפעקטירן אויף די עקענאמיע.

אינטרעסט רעיטס – אין די עקענאמיע

די מין זאך 'עקענאמיע' איז א לעבעדיגער זאך, א טיפער סיסטעם וויאזוי דאס ארבעט. ווען די 'פעדערל רעזערוו' טוישט די אינטרעסט רעיטס וואס די באנק באקומט ווען זיי בארגן געלט, דער טויש טוט ווירקן אויף די 'עקענאמיע'.

למשל: אויב טוט די 'פערדערל רעזערוו' נידערן זייער ראטע פאר די בענק, קען דער באנק בארגן מער געלט פאר ווייניגער פראצענט [ווי פריער דערמאנט]. דאאס מיינט אז די בענק אליין קענען אויך נידערן די רעיט פאר א אינדיווידזשועל פאר וועם זיי פארבארגן ווייטער דאס געלט, דאס מיינט אז אויב א מענטש וואס וויל קויפון א קאר אדער א הויז אין ער זעהט אז די בענק געבן א נידריגען רעיט, גייט מען צום באנק אין מען בארגט ארויס געלט אין אזוי גייט נאך א מענטש אין נאך א מענטש, אין מ'ספענד אין ספענד אין... אין ווי מער מען ספענד אלס מער וואקסט די 'עקענאמיע'.

דאס איז אויך די זעלבער סיבה פארוואס די 'סטאק מארקעט' גייט ארויף ווען די 'פעדערל רעזערוו' נידערט די אינטרעסט רעיט, אדער זיי טראכטן נאר אפילו פון נידערן הייבן אן די אינוועסטארס קלערן אז מענטשען וועלן מער ספענדן, אין די קאמפאניס וועלן אויפנעמען מער ארבעטער, אוטאמאטיש אינווסטירט מען מער אין די סטאקס. גייט דאס אזוי אויטאמאטיש ארויף. נידערן די רעיטס האטאין זיך צוויי גוטע חלקים פארוואס עס ריפלעקט אויף די סטאקס.



אינטרעסט רעיטס – אינפלעישן

אינפלעשן – איז דאס וואס וואקסט לויט די צייט, וואס געווענליך ווערט דאס געמאסטן לויט די יערליכע פרעסענטיזש, ד.מ. בערך אזוי ווי אינטרעסט רעיטס, געווענליך מענטשען וואס קוקן אויף די זאך 'אינפלעשן' אז עס איז א שלעכטער זאך, דאס הייסט אז עס שטייגט כסדר די רעיטס. עס ווענדט זיך אין די געזונטהייט פונעם עקענאמיע, דאס הייסט אז אויב איז די עקענאמיע גוט, דאס הייסט אז די דימענד פאר געלט איז שטארק גייט ארויף די 'אינפלעשן' אין אזוי אויך די אינטרעסט רעיטס גייט ארויף, אבער ווען עס ווערט אביסל שווערער דאס הייסט אז מענטשען קענען נישט מער נעמעם קיין מארטגעדזש, ווייל די אינטרעסט רעיטס איז צו הויעך, ווערט אוטאמאטיש שוואכער די דימענד פאר די געלט, ווערט דורך דעם 'דיפלעשן' מען נידערט אלעס אראפ.

אין דאס טוט טאקע דער פעדערל רעזערוו, אין זיי זענען די מענטשען וואס ארבעטן אין פקראדוקטן אויף די רעיטס ווען דאס צו נידערן אין ווען צו העכערן. זיי לייגן ארויף די ראטעס אויף די געלט אין די פריים רעיט. דאס הייסט וויפיל זיי בעטן פון די בענק ווען זיי פארקויפן דאס געלט פאר זיי. אין אזוי דרייט זיך די געלט פון די בענק צו די מענטשען אין צוריק. מען נעמט ארויס מארטגעדזשעס, אין מען באצאלט פאר די בענק, דאס איז די וואוקס פונעם עקענאמיע.

אין דאס איז פעדערל רעזערוו.


~ הק' אלטעבחורל פה ביים ברונעם אין קרעטשמע ~[align=right][/align][align=left][/align]

ס'איז אסור צו מעתיק זיין די ארטיקל אויף סיי וועלכע פארמאט. ס'איז נאר פאר פערזענליכע באנוץ. ס'איז נישט ערלויבט צו ארויסנעמען שטיקלעך דערפון, און אודאי נישט די גאנצע ארטיקל, און דאס פארטיילן אדער איבערגעבן פאר אנדערע. ס'איז אויסדריקליך נאר פאר די ליינער פון היימישע קרעטשמע.
Copyright
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

א גרויסן שכוח פאר די שיינע רייכע אינפערמעישאן.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

פשיהא !! ווער האט זיך דען געחלומט אז דער אלטער קראכער קען זיך אויס אין די געהויבענע ענינים העומדים ברומו של ראטעס.
האסט מיך געכאפט ביי סורפרייז ! האסט עס גוט צולייגט, און עטליכע זאכן בין איך געוואר געווארן.

א גרויסן ישר כח !!! דאס איז א מעכטיגע ארבעט, הערליך און באקוועם צו לייענען.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מעכטיג, און דאס אינטערסאנטסטע איז נאך, אז איך האב געקענט ליינען דאס גאנצע מיט איין לאנגע ערנסטקייט... אנדערש ווי געווענליכע אלטע-בחור ארטיקלן.

יישר כח פאר די נוצליכע און וויכטיגע אינפארמאציע.
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

אזא כליל המעלות שוין לאנג נישט געזען

טענק יא פאר די אינפארמעשאן
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

געווענליך רעד איך נישט צו פלעינע בחורים (ס'פאסט מיר נישט..) אבער דאס מאל יצאתי מגדרי.

אזא געלונגענער בחור!! מ'עט דיך צעכאפן !! גאראנטירט !...
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

שכח

אלטר;

מוראדיג
מיטן יעדן מאל איבער ליינען ווערט מען געוואר נאך זאכן

איך טענה שוין לאנג אז אונטער יעדע ניק ליגט א נארמאלע באזעסענע קלוגע מענטש
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אלטער, אן ערענסטע הערליכע ארטיקל. פול מיט ידיעות.
דזשאמבא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דזשאמבא »

אלטער;

א מורא'דיגער ארבעט אראפ געלייגט דא, זאכן וואס איך וויל שוין לאנג וויסן וויאזוי דאס ארבעט, האסטו אזוי שיין צולייגט אין אויסגעטייטש. אזוי ווי איזאק האט שוין געזאגט "זאכן וואס שטיען ברומו של ראטעס". האסטו זיס אראפ געמאלן, א שאד נאר אזוי ווייניג יודן האבן הנאה דערפון, איך בין דיר באמת זייער דאנקבאר, איך האלט אז דו זאלסט ווערן א שרייבער אין א גאזעט וכו' ממש מלא תוכן.

זעה נאר אנצוגיין אזוי אין ברענג נאך סחורה, כי "בחור" מכל סחרה! - מיינט דער פסוק אזוי, דאס איז אן ארטיקל פון בחור ממש דער אויסדערוועלטע פון זיינע סחורה, ריכטיג?

הצלחה מרובה.

זאלסטו וויסן אז איך האב דורך געליינט יעדע שורה אפאר מאל, איך בין ממש נתפעל וואס אן אלטער קנאקער קעו באווייזן, אזאנס? נישט געראכטן.
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

אלטער
כ'האב נאך נישט געהאט קיין צייט אפציליינען דיין גאנצע תגיבה. אבער לויט די ענטפערס דעראויף קוקט אויס אז די האסט געכאפט דעם עולם אין איבעראשונג.

זאג נאר, ווער האט דיר עס געשריבן אין אישית?... (נישט ערנסט)
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

איך האב דאס נאכנישט באמערקט ואחר עד עתה, איי ווי בין איך, איך גלייב מיר נישט וואס איך זע, אלטער אלטר אלתר אה יעצט, לאלתר לחיים מקיש אלתר לחיים מה הוא מעכטיג בביזנעס אף הוא מעכטיג שבמעכטיג בביזנעס, ובוואס לא?

איך האב מיך אויפגעשטעלט דא אין מיין אפיס פאר דיר, מלא קומתי, [די גאנצע קומה איז נישט קיין סאך דאונט ווארי].

וועלכע בוך אדער וויקיפידיע האסטו טרענסעלעטעד, אזוי וויל זיך טראכטן די ערשטע רגע, ווען מ'ליינט, אבער להוי ידיע לך, אז דאס איז די גרעסטע קאמפלימענט וואס שייך, אז מ'קען זיך טועה זיין דערין.
מוז זיין אז ס'איז ריעלי פראפעשענעל, הנוגע לענינינו, זאל מען זיך אויסלערנען וואס צו טון מיט א קעפל ואס ליגט צווישן די פללייצעס, די אלטע באבעס פלעגן טאקע זאגן, נישט לאזן פארזשאווערט ווערן דעם קעפל.

אלטער יוכיח.!!!
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

דו ביסט נאך אין אפיס אזוי שפעט בעני - כאלי?
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

מיין אפיס איז אין מיין שטוב היינו קראך, די זעלבע חוזק אין די לענג אין די ברייט, דאס האט א שייכות מיט אלטער'ס הסבר פון עקאנאמיע..קרעדיט וכו' וכו' וכו'.
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

והיינו דאמרי אינשי, מעולם לא קראתי ביתי ביתי, ואפיסי אפיסי, אלא ביתי אפיסי, ואפיסי ביתי.
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
בני היכלא
שר האלפיים
תגובות: 2655
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 02, 2007 12:01 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני היכלא »

אפס בלתך אלעקסיינו, אפס כי עז האלעקסיי הזה...
אוועטאר
אלעקסיי
שר האלפיים
תגובות: 2874
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2007 10:24 pm
לאקאציע: בערג און טאלען
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי »

אין זה כי אם השראת אישון בת עין באישון אפילה גם יחד
א געשליפן צינגל – עקלדיג, א שלעכט צינגל – א רשע.
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

אלטער, יאך האב עס דורכגעלעזן, און זיך געלערנט די אלע זאכן. און אויך ס'רביצין האט זייער הנאה געהאט.

יישר כוח.

ובעקסטערע שורה, אען ואומר שערקויעך להני תרי אלעקסיי דכאלי..
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
salads
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:53 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך salads »

זייער אינהאלטסרייך, אין פראפעסיאנאל באשריבן.

חוץ פינעם תוכן, דערקענט זיך דיין געוואלדיגן שרייבערישע טאלאנט.
נישט נאר א פארברענג, נאר אויך צום פארברענג.
www.supremesalads.net
אוועטאר
מעכעלע
שר מאה
תגובות: 108
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 23, 2008 9:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מעכעלע »

בחור איינער וואס איך זאל זאגן איז נאר א חלק וואס איך וויך קען זאגן, ווייל איך בין ניטש אזא שרייבער, געוואלדיג א מכעטיגער ארטיקל, יעצט אנגעקומען צום ליינען איך שעם מיך, אבער אזאנס עס איז ממש מוראידיג, איך פארשטיי שוין יעצט אסאך מער אדאנק דער ארטקיל, שכח אין שרייב נאך אזעלעכע ארטיקלן
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

איך ברענג עס ארויף נאך אידן זאלן הנאה האבן פון דעם ארטיקעל
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”