בלאט 1 פון 1

פראדוקט פאטאגרעפי

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:51 pm
דורך פארנימען
א חבר מיינער וואס האט א גרויסע עמעזאן ביזנעס שטיפט מיך שטארק אריינצוגיין אין פראדוקט פאטאגרעפי, טענה'נדיג אז ס'דא זייער ווייניג אין די ליין וואס זענען באמת גוט.
קען מיר איינער זאגן אויב ס'טאקע אזוי? איז איינער דא באהאווענט אין די ליין?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:54 pm
דורך ענדע צדיק!
איינער וואס טויג וועט זיין פארנומען בעז"ה. אבער פאר פשוטע פראדוקט פאטאגרעפי איז לכאורה דא גענוג.

פארוואס טראכסטו אז דו וועסט טויגן דערין?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:40 pm
דורך פארנימען
ווייל יענער קען מיך און האלט אז איך זאל אויפהערן מיט וואס איך טוה יעצט און זיך אריינלייגן אין דעם, אדרבה איך פרעג די זעלבע, ווי אזוי קען איך וויסן אויב ס'איז טאקע פאר מיר?

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:58 pm
דורך תענית חלום
פארנימען האט געשריבן:א חבר מיינער וואס האט א גרויסע עמעזאן ביזנעס שטיפט מיך שטארק אריינצוגיין אין פראדוקט פאטאגרעפי, טענה'נדיג אז ס'דא זייער ווייניג אין די ליין וואס זענען באמת גוט.
קען מיר איינער זאגן אויב ס'טאקע אזוי? איז איינער דא באהאווענט אין די ליין?

עס זענען דא אסאך גוטע פראדוקט פאטאגריפערס, זיו זענען נאר געווענליך אביסל טייער פאר איינער וואס פארשטייט נישט וואס עס גייט אריין אין מאכן א בילד.

בנוגע צו די זאלסט אריינגיין וועגן ער זאגט, פון מיין עקספעריענס ווען איך בין געווען צווישן דזשאבס, יעדער האט עצות און מיינונגען וואס ״די וואלסט געווען גוט״….

איך זאג נישט אז די וועסט נישט זיין גוט, אבער נישט וועגן ער זאגט אז יא, מיינט עס אזוי.

ב. ד. וו. זאג דיין חבר זאל פראבירן www.magnapic.com

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:34 pm
דורך בראנפן גלעזל
אויב ביזטו גוט קען עס זיין גוטע ביזנעס... איך האב א קרוב משפחה וואס האט דאס אנגעהויבן אויף א שטילע פארנעם אן קיין נאמען און עדוועטייזמענט... און ער [עקשעלי זי...] פראבירט זיך צו האלטן פארהעלטנמעסיג קליין, און מיט דעם אלעם מאכט זי שיין פרנסה פון דעם, מען הערט פון איר און מען קומט צו איר אין גרויסן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:56 pm
דורך אנליין סעלער
יא עס איז דא א פארלאנג דערפאר, די איצטיגע זענען היבש טייער און שלעפן די צייט

צו עס איז גוט פאר אייך? איך ווייס נישט