פראדוקט פאטאגרעפי

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

פראדוקט פאטאגרעפי

תגובהדורך פארנימען » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:51 pm

א חבר מיינער וואס האט א גרויסע עמעזאן ביזנעס שטיפט מיך שטארק אריינצוגיין אין פראדוקט פאטאגרעפי, טענה'נדיג אז ס'דא זייער ווייניג אין די ליין וואס זענען באמת גוט.
קען מיר איינער זאגן אויב ס'טאקע אזוי? איז איינער דא באהאווענט אין די ליין?

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5578
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 5:54 pm

איינער וואס טויג וועט זיין פארנומען בעז"ה. אבער פאר פשוטע פראדוקט פאטאגרעפי איז לכאורה דא גענוג.

פארוואס טראכסטו אז דו וועסט טויגן דערין?
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

פארנימען
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 01, 2019 3:43 pm

תגובהדורך פארנימען » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 6:40 pm

ווייל יענער קען מיך און האלט אז איך זאל אויפהערן מיט וואס איך טוה יעצט און זיך אריינלייגן אין דעם, אדרבה איך פרעג די זעלבע, ווי אזוי קען איך וויסן אויב ס'איז טאקע פאר מיר?

תענית חלום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 23, 2013 12:26 pm

תגובהדורך תענית חלום » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 8:58 pm

פארנימען האט געשריבן:א חבר מיינער וואס האט א גרויסע עמעזאן ביזנעס שטיפט מיך שטארק אריינצוגיין אין פראדוקט פאטאגרעפי, טענה'נדיג אז ס'דא זייער ווייניג אין די ליין וואס זענען באמת גוט.
קען מיר איינער זאגן אויב ס'טאקע אזוי? איז איינער דא באהאווענט אין די ליין?

עס זענען דא אסאך גוטע פראדוקט פאטאגריפערס, זיו זענען נאר געווענליך אביסל טייער פאר איינער וואס פארשטייט נישט וואס עס גייט אריין אין מאכן א בילד.

בנוגע צו די זאלסט אריינגיין וועגן ער זאגט, פון מיין עקספעריענס ווען איך בין געווען צווישן דזשאבס, יעדער האט עצות און מיינונגען וואס ״די וואלסט געווען גוט״….

איך זאג נישט אז די וועסט נישט זיין גוט, אבער נישט וועגן ער זאגט אז יא, מיינט עס אזוי.

ב. ד. וו. זאג דיין חבר זאל פראבירן www.magnapic.com

אוועטאר
בראנפן גלעזל
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 19, 2019 1:13 pm
לאקאציע: אין שענק

תגובהדורך בראנפן גלעזל » דינסטאג אוגוסט 13, 2019 10:34 pm

אויב ביזטו גוט קען עס זיין גוטע ביזנעס... איך האב א קרוב משפחה וואס האט דאס אנגעהויבן אויף א שטילע פארנעם אן קיין נאמען און עדוועטייזמענט... און ער [עקשעלי זי...] פראבירט זיך צו האלטן פארהעלטנמעסיג קליין, און מיט דעם אלעם מאכט זי שיין פרנסה פון דעם, מען הערט פון איר און מען קומט צו איר אין גרויסן.
ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק

אוועטאר
אנליין סעלער
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 26, 2013 3:29 pm
לאקאציע: ראשו ורובו אין עמעזאן

תגובהדורך אנליין סעלער » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 7:56 pm

יא עס איז דא א פארלאנג דערפאר, די איצטיגע זענען היבש טייער און שלעפן די צייט

צו עס איז גוט פאר אייך? איך ווייס נישט


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט