זייטיגע הכנסה

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

Of course
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 11, 2018 1:09 am

זייטיגע הכנסה

תגובהדורך Of course » זונטאג יולי 07, 2019 7:28 pm

ווייס איך נישט אויב עס איז שוין פארהאן אזא אשכול, אויב יא ביטע צוווייזען.

אסאך מענטשן פלאגן זיך מיט א קעשפלאו במשך די ערשטע פאר יאר פון עפענען א ביזנעס.
אסאך בלוט און שווייס גייט אריין ביז מדערזעהט זיך מיט א דאלער.

איינער פון די גרעסטע פראבלעמען איז די פאקט אז ביזן קרעטשמע דארף מען אויך א טרונק. אויפצוהאלטן א שטוב מיט קינדער איז נישט ביליג, און מדארף צומאל האבן א זייטיגן אינקאם וואס ברענגט עפעס געלט אויפן פלאץ, פשוט צו באצאלן דע מינימאלע געברויכן.
די פראבלעם פון טרעפן אן אינקאם איז פילפאכיג.
קודם כל, א רעקרוטינג פירם וואלט זיך קיינמאל נישט אפגעגעבן מיט אזא איינעם, נאכדעם כל,אזא ארבייט איז נישט סטעיעבל.

מענטשן שוויצן דורכצושטיפן דעם וכד, און א זייטיגע הכנסה קטן זיין א רעטונג.


למשל, דרייוון א קאר סערוויס אפאר שעה ביינאכט איז א הערליכן אינקאם, מיר זוכן אבער נאך אפאר איידיעס און געדאנקען, זאל דער עולם קענען נאשן.



האמיר דא דריי אדשענדעס.

1)אויב איינער האט אן איידיע פון א סייד דשאב, זאל ער עס ארויפלייגן
2)אויב איינער האט אן איידיע פון א זייטיגע ביזנעס (למשל קלינען דרייער ווענטס, פארקויפן אויף עמעזאן, וכד)
3)אויב איינער ווייסט פון איינעם וואס זוכט אן ארבעטער אין די אוונט שטונדן, העלפ פאר א וואך צוויי, וכד.



וחי אחיך עמך.


געגאנגען!

נייע אייטעמס
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 12, 2016 12:34 pm

תגובהדורך נייע אייטעמס » מאנטאג יולי 08, 2019 10:54 am

Title 1 Teacher

ניס קראכער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3235
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג יולי 08, 2019 12:12 pm

דא פארשטייט יעדער אידיש!! ס'איז א שאד אייער מיה אין פלאג צו שרייבן אין ענגליש


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: וויכטיג מאכער און 9 געסט