וואס צאלט מען פאר ארבייטערס?

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
בעל דמיון
שר חמש מאות
תגובות: 950
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע: בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

וואס צאלט מען פאר ארבייטערס?

תגובהדורך בעל דמיון » מיטוואך יוני 12, 2019 9:54 am

לאמיר זיך דא דורכשמועסן אלעס בנוגע וויפיל מען באצאלט פאר אלע מיני ארבייטער אין אלע היימישע געגנטער/ביזניסער, נישט קיין אידיעלאגיע צו ס'איז יא גערעכט אדער נישט, אנדערפעיד צו אווערפעיד. נאר בלויז טרוקענע פאקטן. א מאן צו א פרוי, מיט עקפיריענס אדער אהן, להלכה ולמעשה... וכדו'.

איז אזוי, מיר דארפן יעצט אויפנעמען נאך מיידלעך ארויס פון סקול פאר א ריטעיל געשעפט אין מאנסי, וואס צאלט מען היינט? ס'דארף זיין להלכה ולמעשה.

עני העלפ וואלד בי גרעיטלי עפרישיעיטעט!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 7:53 pm

איז אזוי:
סיטי צאלט מען מער ווי אפסטעיט!
עקספיריענס מער ווי נישט עקספיריענס!
Odd hours מער ווי רעגולער!

אוועטאר
פעטער שמואל
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:06 pm

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:איז אזוי:
סיטי צאלט מען מער ווי אפסטעיט!

און וואס איז די הלכה אויב וואוינט אין אפסטעיט אין ארבעט און וויליאמסבורג?
און אויב פארקערט?
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 8:43 pm

יעצט נעמט און באטראכט א נאן עקספיריענס פרוי, וואס ארבעט און אפסטעיט, ארבעט רעגערלער שעות, וויאזוי זאל איר מאן שבת מאכן?

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:01 pm

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:יעצט נעמט און באטראכט א נאן עקספיריענס פרוי, וואס ארבעט און אפסטעיט, ארבעט רעגערלער שעות, און מען צאלט איר ווייס, וויאזוי זאל איר מאן שבת מאכן?


וויאזוי גייט די בלעבאס שבת מאכן אויב ער דארף געבן פאר א נאן עקספעריענס ארבעטערס גרויס געלטער? ער וועט דרך בלייבן מיט גארנישט.

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:06 pm

גרויס געלט? מאנכע צאלן פאר פרויען אין אפסטעיט 10-12 דאלאר א שעה!! איז דאס מענטשליך??

קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:08 pm

איך בין נישט קיין אייגענע בע״ב פון א ביזנעס אבער איך זיץ אויף א מענעזשעליער פאזישן.

און דזענערעל צאלן מיר פאר אן ארבייטער לויט וויפיל ער איז ווערט, נישט וויפיל ער דארף צום לעבן. אבער מיר נעמען און באטראכט אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן און א גוטע איניערמאן און אפי׳ פראבירן אים צובאצאלן אביסל מער כדי ער זאל האבן די חשק צו גוט אריינוואקסן און ארבייטן מיט הרחבת הדעת.
א אינגערמאן פון 20 יאר איז אריינגעקומען אביסל מער ווי א יאר צוריק, גאר נישט געקענט, לערנט זיך גוט אריין, אנגעהויבן מיט 800 א וואך, גאנץ שנעל געהויבן צו 1000, היינט האלט ער ביי 1200.

די אינו בני ברית ווענט זיך ווי שטארק מען דארף צו זיי ציקומען, אבער מען פראבירט נישט צופיל צו אינוועסטירן און זיי.

מיין עקספיריענס איז אז די אינגעלייט קענען מער צושטעלן ווי מיידלעך אפי׳ מיט די סעקרעטעריעל טעסקס, זינט זיי גיבן זיך בעסער אן עצה ווען עס קומט צו א פראבלעם, און צוליב דעם וועלן זיי טאקע באקומען מער באצאלט.

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:09 pm

לגבי די עצם שמועס.

יעדע מענטש קען באשטיין צו באצאלן שיין, יעדער וויל אז די ארבעטערס זאל זיין די מערסטע צופרידן וואס איז שייך. אבער סוף כל סוף דארף דער בעלבאס מאכן געלט.

ממילא ברויך מען אויסרעכענען וויפיל וואלט געווען די מקסימום וואס די ביזנעס וואלט געקענט צאלן פאר א דריעמער ארבעטערס, פאר אן ארבעטער וואס פארשטייט אויפן וואונק און טוט אלעס וואס מען דארף טוען מיטן גאנצען הארץ און מח.

איינמאל מען האט ארויס דעם מקסימום נומבער קען מען אנפאנגען אויסרעכענען לפי ערך וואס א שוואכערע סארט ארבעטער איז ווערד.

מען קען טאקע גיין און צאלן לויט וויפיל מען בעט, אבער אין די גרויסע ביזנעס פראספעקטיוו פיקטשער איז הדרך הראשון יותר נכון. כנלענ"ד

veltsman
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

תגובהדורך veltsman » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:10 pm

צאלן מער פאר א מאן איז נישט לעגאל, ביטע

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:12 pm

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:גרויס געלט? מאנכע צאלן פאר פרויען אין אפסטעיט 10-12 דאלאר א שעה!! איז דאס מענטשליך??


עס קומט נישט אריין מענטשליך צו נישט, א ביזנעס ברויך קענען אנגיין. אז די ביזנעס וועט נישט קענען אנגיין וועט נישט זיין קיין 12 א שעה אויך נישט.

אוועטאר
ותיק וחסיד
שר האלף
תגובות: 1263
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 15, 2016 2:47 pm

תגובהדורך ותיק וחסיד » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 9:14 pm

veltsman האט געשריבן:צאלן מער פאר א מאן איז נישט לעגאל, ביטע

מען צאלט נישט מער וועגן ער איז א מאן, מען צאלט מער פאר געוויסע פעיגקייטן וואס ער קען טוען בעסער פון א פרוי.

א פרוי א בעיבי סיטער צאלט מען מיר ווי פאר א מאן א בעיבי סיטער, פשוט ווייל דאס קען א פרוי בעסער.

אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5091
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:03 pm

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:גרויס געלט? מאנכע צאלן פאר פרויען אין אפסטעיט 10-12 דאלאר א שעה!! איז דאס מענטשליך??

פאר וועליכע מינע דזשאבס צאלט מען 10-12 א שעה?
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

איך האב אייך נאר געוואלט זאגן אז: ווען דו שרייבסט עפעס פאר מיר און דו ווילסט אז איך זאל עס זעהן, ציטיר מיר.

אוועטאר
Kosher Travel
שר האלפיים
תגובות: 2815
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

תגובהדורך Kosher Travel » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:10 pm

גאפל האט געשריבן:
Kosher Travel האט געשריבן:
ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:איז אזוי:
סיטי צאלט מען מער ווי אפסטעיט!
מענער מער ווי פרויען!
עקספיריענס מער ווי נישט עקספיריענס!
ווייס געלט מער ווי שווארץ!
Odd hours מער ווי רעגולער!

פארוואס טאקע זאל מען צאלן פאר מענער מער ווי פרויען? איך האב היימישע פרויען וואס זייער מענער זיצן און לערנען, און זיי פארדינען גאר שיין.

אפשר שיק איך מיין ווייב ארבעטן ביי דיר ? וואס מיינט דאס גאר שיין?

איך בין אזוי ווי קונדיטון האט געשריבן. נישט קיין בה"ב, אבער אין א מענעזשעריעל פאזיציע.

מיהר האבן א היימיש ווייבל וואס ארבייט פון דערהיים. 48 דולר א שעה. אין ניין, זי ארבייט נישט פארט טיים. ארבייט פון 10 ביז 4, און שפעט ווען מען דארף.

מיין בעה"ב האט א מנהג (טוב) נישט צו ווארפן ארבייטער. אבער אן ארבייטער וואס איז ווערט רעטעך, ווער ער געבען גאר קליינע רעיזעס. און פארשטייט זיך אז זיי זענען דא וואס בארעדן איהם אין די גאסן אז ער צאהלט שוואך. אבער זיי זאגן נישט אויס די סוד אז ער ווארט זיי זאלן כאפן די רמז און אליינס גיין.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:28 pm

@הרב "ותיק וחסיד"
זעה איך אז איר פארשטייט יא צו ביזנעס, וויל איך מיר אביסל מער מסבר זיין!

לעניות דעתי זעה איך צווי ערליי ארבעטער:
1) א מענטש וואס מען נעמט אויף כדי צו ארויפארבעטן די ביזנעס, דהיינו, ביזנעס רילעישענס, סטראטעגיעס, איידיעס, קאסטעמערס, טרעפן דיעלס, וכ'ו יעדער לויט זיין ליין.. אזא איינער צאלט מען יא לויט זיין אמתער ווערד!
2) איז דאס וואס געווענדליך פרויען און ביגונערס טוהן, לדוגמה ליינען און שרייבן אימעיל'ס, באצאלן ביל'ס, ליסטען אייטעמס אויף עמעזאן, דאטא ענטרי וכדומה' וואס אזעלכע ארבעטער האבן בדרך כלל אן אייניגער ווערד, וואס אזא ארבעטער צאלט מען לויט וויפול די עוורידש אויף יענע פלאץ איז, פארשטייט זיך אז נאך א שטיק צייט קען מען זיי געבען א רעיז אז זיי זאלן נישט אנטלויפן..

איז בעיסיקלי די פראבלעם איז ווען די עוורעדש געהאלט פאר די מענטשן איז ווייניגער פון זייער ווערד אדער וויפל זיי דארפן צו לעבן..

ר' יום טוב
שר האלפיים
תגובות: 2464
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 10:42 pm

שלום עליכם לאנדאנער רבי, איר רעדט טאך היבש צו דער זאך. פאסט נישט פאר אייך צו האבן דא בלויז 45 תגובות.....

אוועטאר
ברוך מ'לאנדאן
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2019 2:59 am
לאקאציע: ניו יארק

תגובהדורך ברוך מ'לאנדאן » מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:10 pm

ר' יום טוב האט געשריבן:שלום עליכם לאנדאנער רבי, איר רעדט טאך היבש צו דער זאך. פאסט נישט פאר אייך צו האבן דא בלויז 45 תגובות.....

יישר־כוח! ס'טאקע א פראבלעם, די קאמיטע וועט קער נעמען דערפון! ביטע געבען צווישן 7 און 10 ביזנעס טעג, און מיר וועלן אייך פרובירן צו צופרידנשטעלן..
בתודה מראש..

אלמוני
שר חמש מאות
תגובות: 750
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 28, 2018 2:00 am

תגובהדורך אלמוני » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 1:06 am

קונדיטון האט געשריבן:איך בין נישט קיין אייגענע בע״ב פון א ביזנעס אבער איך זיץ אויף א מענעזשעליער פאזישן.

און דזענערעל צאלן מיר פאר אן ארבייטער לויט וויפיל ער איז ווערט, נישט וויפיל ער דארף צום לעבן. אבער מיר נעמען און באטראכט אז עס לוינט זיך צו אינוועסטירן און א גוטע איניערמאן און אפי׳ פראבירן אים צובאצאלן אביסל מער כדי ער זאל האבן די חשק צו גוט אריינוואקסן און ארבייטן מיט הרחבת הדעת.
א אינגערמאן פון 20 יאר איז אריינגעקומען אביסל מער ווי א יאר צוריק, גאר נישט געקענט, לערנט זיך גוט אריין, אנגעהויבן מיט 800 א וואך, גאנץ שנעל געהויבן צו 1000, היינט האלט ער ביי 1200.

די אינו בני ברית ווענט זיך ווי שטארק מען דארף צו זיי ציקומען, אבער מען פראבירט נישט צופיל צו אינוועסטירן און זיי.

מיין עקספיריענס איז אז די אינגעלייט קענען מער צושטעלן ווי מיידלעך אפי׳ מיט די סעקרעטעריעל טעסקס, זינט זיי גיבן זיך בעסער אן עצה ווען עס קומט צו א פראבלעם, און צוליב דעם וועלן זיי טאקע באקומען מער באצאלט.

איז עס טאקע נארמאל פאר א אינגערמאן ארויס פון ישיבה/כולל צו מאכן ביז א יאר צוועלף מאות א וואך?

shimon7323
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 1:25 am

# אזנים לכותל אלערט, נישט אלעס באלאנגט און א פאבליק פורם.

איך וויל ח"ו נישט אפשטעלן די שמועס עס איז מיר אויך נוגע למחצה ולשליש , אבער גיבטס אבאכט.
פעיק ניוז האט געשריבן:עס איז מיר בעסער צו זיין א אנעדזשיוקעטעד חכם ווי אן עדזשיוקעטעד טיפש.


שטיצט א איד ווען איר קויפט אויף אמעזאן

קונדיטון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 30, 2016 1:49 pm

תגובהדורך קונדיטון » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:49 am

אלמוני האט געשריבן:איז עס טאקע נארמאל פאר א אינגערמאן ארויס פון ישיבה/כולל צו מאכן ביז א יאר צוועלף מאות א וואך?

איך וויל נישט יעצט ארייגיין וואס איז די גדר פון "נארמאל". אבער די סיבה פארוואס איך האב דאס בכלל פארציילט איז דאס ארויסצוברענגען אז עס לוינט צו אינוועסטירן אין א גוטע אינגערמאן און נישט קוקן צו קארגן דעם איבריגן דאלער, אזוי אז דער ארבייטער זאל נאר זיכן צו שטייגן אין דיין ביזנעס, און נישט זיכן אגאנצן טאג ווי מקען פארדינען מער.

ברוינע באנאנע
שר האלף
תגובות: 1767
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 28, 2017 10:14 am

תגובהדורך ברוינע באנאנע » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 9:57 am

ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:יעצט נעמט און באטראכט א נאן עקספיריענס פרוי, וואס ארבעט און אפסטעיט, ארבעט רעגערלער שעות, און מען צאלט איר ווייס, וויאזוי זאל איר מאן שבת מאכן?

ער זאל גיין ארבעטען און איר לאזן קאכען פאר שבת

שלום הצינורות
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 20, 2016 1:26 pm

תגובהדורך שלום הצינורות » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:01 pm

קונדיטון האט געשריבן:
אלמוני האט געשריבן:איז עס טאקע נארמאל פאר א אינגערמאן ארויס פון ישיבה/כולל צו מאכן ביז א יאר צוועלף מאות א וואך?

איך וויל נישט יעצט ארייגיין וואס איז די גדר פון "נארמאל". אבער די סיבה פארוואס איך האב דאס בכלל פארציילט איז דאס ארויסצוברענגען אז עס לוינט צו אינוועסטירן אין א גוטע אינגערמאן און נישט קוקן צו קארגן דעם איבריגן דאלער, אזוי אז דער ארבייטער זאל נאר זיכן צו שטייגן אין דיין ביזנעס, און נישט זיכן אגאנצן טאג ווי מקען פארדינען מער.

תן לחכם ויחכם עוד
א קארגער בעהב וועט קיינמאל נישט קענען ארויס נעמן א דאלער אפילו פאר דער וואס איז ווערט, א בעהב וואס איז טוב לב און פארשטייט אדער לאזט זיך הערן פון די וואס פארשטייען וועלען צאלן ווי עס דארף צו זיין פארן וואויל זיין פונעם ביזנעס/ארבייטער
ביודעי ובמכירי קאמינא

אוועטאר
בלעכענער פנים
שר האלף
תגובות: 1524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:51 pm
לאקאציע: כ'ווייס באמת נישט..

תגובהדורך בלעכענער פנים » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 12:33 pm

קונדיטון האט געשריבן:איך בין נישט קיין אייגענע בע״ב פון א ביזנעס אבער איך זיץ אויף א מענעזשעליער פאזישן.


א אינגערמאן פון 20 יאר איז אריינגעקומען אביסל מער ווי א יאר צוריק, גאר נישט געקענט, לערנט זיך גוט אריין, אנגעהויבן מיט 800 א וואך, גאנץ שנעל געהויבן צו 1000, היינט האלט ער ביי 1200.


ווי סך שעה א וואך? וואסערע פאזישען האט ער ?
לכאורה, מעיקרא מאי קסבר ולבסוף מאי קסבר??!!

אוועטאר
יוד אלף
שר חמש מאות
תגובות: 945
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 2:53 pm

בעל דמיון האט געשריבן:לאמיר זיך דא דורכשמועסן אלעס בנוגע וויפיל מען באצאלט פאר אלע מיני ארבייטער אין אלע היימישע געגנטער/ביזניסער, נישט קיין אידיעלאגיע צו ס'איז יא גערעכט אדער נישט, אנדערפעיד צו אווערפעיד. נאר בלויז טרוקענע פאקטן. א מאן צו א פרוי, מיט עקפיריענס אדער אהן, להלכה ולמעשה... וכדו'.

איז אזוי, מיר דארפן יעצט אויפנעמען נאך מיידלעך ארויס פון סקול פאר א ריטעיל געשעפט אין מאנסי, וואס צאלט מען היינט? ס'דארף זיין להלכה ולמעשה.

עני העלפ וואלד בי גרעיטלי עפרישיעיטעט!


There is 2 kind of pay
Minumem Pay
Value Pay
If you have a task that anybody can do than you usually pay the least possible
if you need value it can go up to the sky
'and you need payroll budget to decide how much you want to pay for a cetain level of value

גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2125
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 3:38 pm

צום קעפל: (וואס צאלט מען?) טשעקס, דיירעקט דיפאזיט אדער קעש! :lol:

קומט ענדערש צו פרעגן וויפעל צאלט מען...
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 10602
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » דאנארשטאג אוגוסט 08, 2019 3:42 pm

וואס? וויפל?
דער עיקר אז מ׳צאלט (נישט?)
מזה אחד ומזה אחד ויהי ידיו אמונה


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט