ווידיאו קאורס וויאזוי צו מאכן געלט אויף די סטאק מארקעט.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

ווידיאו קאורס וויאזוי צו מאכן געלט אויף די סטאק מארקעט.

תגובהדורך Yoely » מיטוואך מאי 15, 2019 3:27 pm

amazsiple מאכט יעצט א אנליין ווידיא קאורס וויאזוי צו מאכן געלט אויף די סטאק מארקעט.

איר וועט לערנען אלעס וואס מען ברויך צו וויסן צו מצליח זיין בע׳׳ה אויפן סטאק מארקעט, דבר השוה לכל נפש עצות אין הדרכות מרישא עד גמירא ארויסגעברענגט אויף א זעלטענעם מסודר׳דיגן קלארען ״אידישען שפראך״

(ס׳האט גארנישט מיט מיר, איך נעם נישט קיין אחריות)


https://www.amazsimple.com/pl/33787
(see below: Frequently Asked Questions)
צוגעלייגטע
as.JPG
as.JPG (50.34 KiB) געזעהן 1151 מאל

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך מאי 15, 2019 4:16 pm

מה יקר? וואס די פרייז פון די קורס?
........
איך זעה יעצט אז די פרייז איז $499 פאר נאך 16 טעג ביז עס ווערט פאבליק ריליסט.

איך פערסאנעל האב זייער הנאה געהאט פון amzsimple קורסעס אויף עמעזאן, און איך ווינטש אים אסאך סוקסעס פאר די נייע קורס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 582
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

תגובהדורך Yoely » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:05 pm

יעצט איז עס האלב פרייז $499
ביז June

די שאלה איז מאכט מען טאקע אזויפיל געלט ווי ער שרייבט?

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:17 pm

טייערע חברים, איך בעט ענק ברחמים אז אפילו נאכ'ן נעמען די קורס זאלט איר נישט אריינלייגן אין סטאקס מער וויפול איר קענט זיך ערלויבן צו פארלירן. געדענקט אז סטאקס איז א געמבל, אפילו די קורס מאכט די אימפרעשאן ווי גרינג מ'קען פארדינען. גדולים וטובים האבן זיך שוין אפגעבריעט. שלא תמות כדרך שמת פלוני.

פאר די אלע וואס לערנען אויס וויאזוי צו פארדינען פון סטאקס האב איך א שטארקע קשיא. פארוואס גייסטי נישט בארגן 10,000 דאלער, אינוועסט עס, ביז א קורצע צייט וועט זיך עס דאפלן, צאל צוריק דיין הלוואה און דערנאך שפיל ווייטער מיט דיין אייגן געלט, ס'וועט זיך דאפלן און טריפלן איינמאל און נאכאמאל. וואס מאכסטיך נעריש מיט די פאר דאללער וואס די באקומסט פאר די קורסעס ווען די קענסט און די צייט ווערן א מיליאנער? און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?

א שאד די געלט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:26 pm

דריידל האט געשריבן:און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?

דאס איז ווייט נישט קיין טענה אין די סטאק מארקעט, ס'דא הונדערטער גוטע קאורסעס אנליין און פריוואט, ס'דא גענוג פאר יעדעם.

ווי אויך, מאכן פאסיוו אינקאם איז אינטערעסאנט אפי' פאר איינעם וואס איז מצליח.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:56 pm

ווישוואש האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?

דאס איז ווייט נישט קיין טענה אין די סטאק מארקעט


זיי מסביר פארוואס

ווישוואש האט געשריבן:ס'דא הונדערטער גוטע קאורסעס אנליין און פריוואט, ס'דא גענוג פאר יעדעם.


אודאי זענען דא גוטע קורסעס וואס לערנט אויס וואס מ'דארף וויסן. מ'זאל זיך אבער נישט איירעדן אז ווייל מ'פארשטייט עס מיינט עס אז מ'גייט מאכן געלט. ס'דא א גרעסערע טשענס מ'זאל פארלירן ווי פארדינען (מיוטשעל פאנדס איז אן אנדערע מעשה), ווייל מ'קאמפיעט מיט גרויסע בערן וואס קענען די אלע טריקס בעסער פון דיר און זיי שמעקן פריער ווען מ'דארף אריין אדער ארויס.

ווישוואש האט געשריבן:ווי אויך, מאכן פאסיוו אינקאם איז אינטערעסאנט אפי' פאר איינעם וואס איז מצליח.

וואס ווילסטי זאגן דערמיט און וואס ריפסטי פאסיוו אינקאם?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:06 pm

לאמיר אנהייבן פון א'.

וואס מיינט פאסיוו אינקאם?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:26 pm

דריידל האט געשריבן:טייערע חברים, איך בעט ענק ברחמים אז אפילו נאכ'ן נעמען די קורס זאלט איר נישט אריינלייגן אין סטאקס מער וויפול איר קענט זיך ערלויבן צו פארלירן. געדענקט אז סטאקס איז א געמבל, אפילו די קורס מאכט די אימפרעשאן ווי גרינג מ'קען פארדינען. גדולים וטובים האבן זיך שוין אפגעבריעט. שלא תמות כדרך שמת פלוני.

פאר די אלע וואס לערנען אויס וויאזוי צו פארדינען פון סטאקס האב איך א שטארקע קשיא. פארוואס גייסטי נישט בארגן 10,000 דאלער, אינוועסט עס, ביז א קורצע צייט וועט זיך עס דאפלן, צאל צוריק דיין הלוואה און דערנאך שפיל ווייטער מיט דיין אייגן געלט, ס'וועט זיך דאפלן און טריפלן איינמאל און נאכאמאל. וואס מאכסטיך נעריש מיט די פאר דאללער וואס די באקומסט פאר די קורסעס ווען די קענסט און די צייט ווערן א מיליאנער? און נאך מער. טאמער זיינע טריקס ארבעטן טאקע, וואלט ער עס דען געוואלט מפרסם זיין אז אנדערע זאלן אים אויסכאפן?

א שאד די געלט



איך האב קיין אהנונג וואס דער קורס איז, אבער אייער קשיא איז נאר שווער אויף איינעם וואס זאגט אז ער קען מאכן 100% א יאר און מער (געווענליך איז דאס אליינס א רויט לעמפל) אבער אויב איינער לערנט אויס א מהלך וואס מען קען מאכן לדוגמא 25% א יאר, איז פארשטענדליך פארוואס אויסלערנען זיין מהלך פאר אנדערע לוינט אים מער ווי טרעידן מיט אייגענע קאפיטאל.
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:35 pm

אונז האמיר דאס שוין דיסקאסד.. 100% איז ווייט נישט זעלטן ביים קויפן (Long) אפשענס.

א סקרינשאט פון היינט, 200% אין צוויי טעג. (100% אויף די טאטעל פאזישען). אמת, נישט אויף די טאטעל אקאונט, אבער דאס ווענדט זיך שוין אין דיין ריסק מענעדזשמענט.
צוגעלייגטע
ET.JPG
ET.JPG (42.08 KiB) געזעהן 799 מאל
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3426
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:42 pm

ווישוואש האט געשריבן:לאמיר אנהייבן פון א'.

וואס מיינט פאסיוו אינקאם?

זארג דיך נישט, איך ווייס פינקטליך וואס ס'מיינט. איך האב אבער נישט פארשטאנען וואס די מיינסט צו זאגן ווייל די שרייבסט נישט אויף וואס די באציסט דיך.
האסטי געוואלט מסביר זיין פארוואס איינער וואס מאכט אסאך געלט פון סטאקס וויל נאכאלץ זיין ביזי מיט קורסעס?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:43 pm

יא, ער לייגט אריין איינמאל די ארבעט, און די אינקאם איז פאסיוו.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אברך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 22, 2015 1:15 pm
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך אברך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:44 pm

ווישוואש האט געשריבן:אונז האמיר דאס שוין דיסקאסד.. 100% איז ווייט נישט זעלטן ביים קויפן (Long) אפשענס.

א סקרינשאט פון היינט, 200% אין צוויי טעג. (100% אויף די טאטעל פאזישען). אמת, נישט אויף די טאטעל אקאונט, אבער דאס ווענדט זיך שוין אין דיין ריסק מענעדזשמענט.


אזוי ווי דו זאגסט, מיר האבן דאס שוין דיסקאסד... און מיין מיינונג האט זיך נישט געטוישט זינט דאן...
ווילט איר טרעידן אפשענס? עפנט אן אקקאונט ביי טעיסטי ווארקס.

https://start.tastyworks.com/#/login?re ... G9RC3ZRG4M

קומט אין אישי צו דורכשמועסן די פראס און קאנס פון פארשידענע בראקערעדש פירמעס.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מאי 16, 2019 6:00 pm

אברך האט געשריבן:איך האב קיין אהנונג וואס דער קורס איז, אבער אייער קשיא איז נאר שווער אויף איינעם וואס זאגט אז ער קען מאכן 100% א יאר און מער (געווענליך איז דאס אליינס א רויט לעמפל) אבער אויב איינער לערנט אויס א מהלך וואס מען קען מאכן לדוגמא 25% א יאר, איז פארשטענדליך פארוואס אויסלערנען זיין מהלך פאר אנדערע לוינט אים מער ווי טרעידן מיט אייגענע קאפיטאל.

געבן קורסעס, וואס אין די ביזנעס וועלט אינקלאד עס פיין באצאלטע פאנעלס, ביזנעס לאנטשעס, ווארקשאפס, וכו', איז א ריזיגע ביזנעס פאר זיך, און אפילו לאמיר זאגן אז דער קורס געבער איז א מאלטי מיליאנער פון סטאקס, אדער פארקערט, ער האט נאך גארנישט געמאכט פון סטאקס, ער האט עס אבער גוט דורך געארבעט, איז אזוי ווי ער האט די סקיל צי געבן קורסעס, איז הא גופא א ביזנעס.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

טרעף מיך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 308
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 21, 2014 4:21 pm

תגובהדורך טרעף מיך » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:36 pm

קודם לאמיר זעהן צו איינער האט מצליח געווען פון די עמעזאן קורס, ברענגטס ארויף יענעם אשכול, אין די באצאלטע ניקס דא זאלן זיך האלטן שטיל

El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1134
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

תגובהדורך El Rushbo » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:43 pm

ווישוואש האט געשריבן:יא, ער לייגט אריין איינמאל די ארבעט, און די אינקאם איז פאסיוו.

אויב זיין מאדעל ארבעט 80 פראצענט פון די צייט וואלט ער נישט פארברענגט די צייט מיטן מאכן קורסן, ער וואלט אינוועסטירט מער געלט אין די מארקעט.

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג מאי 16, 2019 7:54 pm

נישט אמת. צו טרעידן דארף מען האבן אייזערנע נערוון, און מח שליט על הלב אויף גאר א שטארקע פארנעם.

נישט יעדער וואס קען גוט טרעידן בכח קען עס אויספירן בפועל.

און אפי' ווען יא, מיינט נישט אז ער קען עפארדן די ריסק אריינצולייגן מער געלט.

ווי אויך ווי געשריבן אויבן, ס'איז צוויי אנדערע ביזנעסער. איך קען טרעידערס וואס מאכן קאנסיסטענטלי אפאר טויזנט דאללער וועכנטליך פון טרעידן, און זיי האבן א רעגולער דזשאב אויך.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

דערבארומדיג'ער
שר האלף
תגובות: 1861
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm

תגובהדורך דערבארומדיג'ער » דאנארשטאג מאי 16, 2019 8:53 pm

דריידל; האסט נישט גוט געזעצט די ווערטער אין ווישוואש'ס ערשטע תגובה, ער שרייבט צום זאך. ליין איבער נאכאמאל אן צוטיילן זיין שורה פאר דריי זאצן.
דאס איז נאר מיין צייטוויליגע אינטערשריפט.

גולם פון וואשינגטאן
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 13, 2018 9:25 am

תגובהדורך גולם פון וואשינגטאן » דינסטאג מאי 21, 2019 5:17 pm

דארפן מיט האלטן די קארסעס בשעת מעשה לייוו? אדער מען קען עס זעהן שפעטער? דאונלאודען?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4621
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג מאי 21, 2019 5:56 pm

וואס איז געשען מיט די ווידיאו אויפ'ן לענדינג פעידזש?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: משק ביתי און 8 געסט