IRS פראבלעמען

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

לאנגזאם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:25 pm

IRS פראבלעמען

תגובהדורך לאנגזאם » זונטאג מאי 05, 2019 10:56 am

אויב איז שוין דא אזא אשכול ביטע אנווייזן. נישט באהאווענט מיט די זוכעניש.


ס'איז אנגעקומען דעם שרעקעדיגן בריוו פון יענע חברה אז זעקס יאר צוריק האב איך נישט דערקלערט אלע מיינע אינקאם אויף מיין פריוואטע נאמען, און לפי החשבון קום איך זיי נאך טעקסעס פאר יענע יאר. פלאס זעקס יאר אינטרעסט אויף די געלט.

זייער טענה איז געבויט אויף א 1099 וואס איך האב נישט אינקלודעד אין מיין טעקס ריטורן.

איז דא עפעס עצות אויף דעם, אויסער אריינמעילן א פעטן טשעק...

חיים אלכסנדר
שר מאה
תגובות: 105
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 13, 2017 7:11 pm

תגובהדורך חיים אלכסנדר » זונטאג מאי 05, 2019 11:17 am

שיקען א טשעק איז די איינס פאר די לעצטע עצה (די לעצטע: זיך נישט וויסענדיג מאכן)
לכאורה רעדטסו אין א פאל וואס זיי זענען גערעכט.
קאל דיין אקאונטענט. מעגליך ער וועט עס קענען אינגאנצן מסדר זיין - און אויף מערערע אופנים.
אויב די האסט נישט קיין אקונטענט, הייב אויף א טעלעפאון און פארהאנדל מיט זיי - זיי נעמען עפ"ר אן תירוצים עכ"פ פאר א דיסקאונט.
אויב די טרעפט אן א הארטן בחור, לייג אראפ און קאל נאכאמאל.
לייג אוועק 30-60 מינוט נאר פאר די וועיטינג ביזן אנקומען צו א מענטש

הצלחה
לאז וויסן די רעזולטאטן

מחנך
שר מאה
תגובות: 211
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 03, 2016 10:49 am

תגובהדורך מחנך » זונטאג מאי 05, 2019 11:29 am

מיין עדווייז, רוף נישט די חברה אליין, גיי צו א פראפעשינעל עקאונטענט, אפילו אויב דו האסט נאכנישט קיין עקאונטענט, נעם איינס, נישט ביי די כולל יונגעלייט וואס עדווערטייזן אז זיי מאכן טעקס ריטורן'ס, א CPA

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2933
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » זונטאג מאי 05, 2019 11:38 am

ווענציך אויך וויפיל געלט די רעדע איז. ביי מיר איז געווען א ביל פון ארום 1700 טאללער, וואס דער אקאונטענט דאס מסדר צו זיין איז באלד מער פון דעם סך הכל פון וואס ער קאן דיר אראפהאנדלן און וויפיל ער נעמט, און נאכער אויך זיי באצאלען, שוין נאך דעם דיסקאונט
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4608
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג מאי 05, 2019 11:45 am

כ'האב באקומען אזא בריוו אפאר יאר צוריק, מיין אקאונטענט האט מיר גראד געזאגט אז זיין פי עס אראפצואווישן וועט זיין מער ווי די ביל, האב איך עס באצאלט. אפאר הונדערט דאלער געווען.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

לאנגזאם
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:25 pm

תגובהדורך לאנגזאם » זונטאג מאי 05, 2019 9:22 pm

שכוח חברה פאר די עדווייס.
די רעדע איז פון א גרעסערע סכום. כמעט א צענער.

ארום די זייגער
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 28, 2016 1:23 pm
לאקאציע: אין קאך

תגובהדורך ארום די זייגער » זונטאג מאי 05, 2019 9:30 pm

איז דא איינער אין בארא פארק וואס ער ספעשעלייזט זיך אין דעם ער הייסט Sternheim


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: פריינד און 9 געסט