מארטגעדזש בראוקער ווינקל

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

מארטגעדזש בראוקער ווינקל

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אפריל 10, 2019 1:48 pm

א שטיבל וואו מארטגעדזש פּראפעשיענאלס - בראוקערס, באנקירער, אנדעררייטערס, קלאוזערס, פראַסעסאָרס, QC חברה, וכו' - זאלן קענען שמועסן, פארברענגען, פרעגן, ענטפערן, מעלדן, דיסקוטירן, און אנאליזירן אלעס וואס אנבאלאנגט די רעזידענטשאַל מארטגעדזש וועלט.

(דיסקלאוזשער: אני הקטן פלעגט עוסק זיין ראשון ורובו אין די מארטגעדזש אינדוסטריע פאר פילע יארן, אזש ביז'ן היינטיגן טאג -- קרוב צו 10 יאר נאכן עקסיט -- האב איך נאך אלץ א פּעשן דערפאר. כהיום זענען מיר גענצליך מנותק פון דעם דאזיגן אינדוסטריע, ואין לי שום אפיליאציע אם שום ספעציפישע קאמפאני.)

אכטונג: די דאזיגע אשכול איז דעזיגנירט פאר מארטגעדזש פּראפעשיענאלס. אויב איר זענט א קאנסומער וואס זוכט אינפארמאציע איבער מארטגעדזשעס והמסתעף, ביטע קריכט אריין אין דעם דאזיגן היכל.
לעצט פאראכטן דורך מונאוויטש אום מיטוואך אפריל 10, 2019 7:54 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » מיטוואך אפריל 10, 2019 7:27 pm

אן אינטערעסאנטע שאלה וואס מיר האבן געהאט מיט יארן צוריק.

א סעלף-עמפלויד לווה, לאמיר אים רופן הערשל, וויל ריפיינענסן זיין פריימערי קאנדאו. הערשל איז טראקער מיט איין טרעקל צו זיין נאמען. א וואן מען בענד קאמפאני און נישט קיין ריזיגע פארדינער, און אזוי ווי ראטעס זענען געפאלן לעצטנס רופט ער א מארטגעדזש בראוקער און זאגט אז ער וויל ריפיינענסן.

ווי געזאגט איז הערשל סעלף-עמפלויד, און כדאי צו שפארן דאפלטע איינצאלינגען פאר סאשעל סעקיוריטי און מעדיקעיד אויף זיין שווערע האראוואניע, איז זיין אקאונטענט אויפגעקומען מיט א וואזשנע המצאה. אנשטאט ער זאל ארויסנעמען זיין גאנצע אינקאם פשוט און גראד און צאלן שטייערן ווי א טאטאלע, וועט זיין קארפאראציע "הערשל טראקינג, אינק." אים צאלן רענט פארן ביזנעס אפיס וואס ער האט ביי זיך אינדערהיים.

כמובן, ווען הערשל האט אונז אריינגעשיקט זיין 1040, האט זיך באוויזן א שיינע היכי תמצא, נעמליך א שיינע Schedule E מיט רענטעל אינקאם וואס זיין טענענט (זיין אייגענע ביזנעס) צאלט אים אויף זיין פריימערי וואוינונג!

שטעלט זיך די שאלה. קען מען רעכענען די דאזיגע רענטעל אינקאם ביים אנדעררייטן דעם לאון?

איך האב אנגערופן Fannie Mae מיט די פראגע.
זייער ענטפער אין די קומענדיגע תגובה, בעזר השם.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

שטארק זיך
שר ששת אלפים
תגובות: 6170
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

תגובהדורך שטארק זיך » מיטוואך אפריל 10, 2019 7:48 pm

די שאלה קען מיר זיין נוגע, קום אריין געשיקט
What's your MO? mine is
8373
-the KOLBE index
Know - Go - Show - GROW

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג אפריל 11, 2019 1:06 pm

פעני מעי'ס קורצע ענטפער איז געווען אז דאס נישט קיין מארטגעדזש פראגע, נאר אן IRS פראגע...
כ'האב זיי פראבירט צו ערקלערן אז איך זוך נישט דא אנצופרעגן א מהלך פאר א טעארעטישע ביישפיל; דא רעדט זיך פון א ווירקליכע 1040 וואס איז געפיילד געווארן מיט די איי ער עס, און איך ברויך וויסן ווי אזוי עס צו באהאנדלן.
"אקעי, כ'על פרעגן א מענעדזשער".
נאך 10 מינוט קומט ער צוריק אויפן ליין, "מיין מענעדזשער אגריד אז דאס איז אן IRS פראגע. רוף זיי."
אין אנדערע ווערטער, "אינו יודע. זיי געזונט."

אלפאנס, נאכן אנפרעגן דא און דארט איז געקומען די החלטה אז מ'קען נישט רעכענען די דאזיגע אינקאם, פשוט ווייל די Fannie Mae גיידליינס אקצעפטירט נישט קיין אינקאם אויף א (סינגל יוניט) פריימערי רעזידאַנץ, אפילו אויב עס איז אויסגעארבעט לעגאל, ווי אין אונזער פאל

(גראדע איז פארהאן איין אויסנאם -- א דיסעיבלד פערזאן וואס האט א ליוו-אין געהילף וואס וואוינט דארט פאר רענט. דאס קען מען יא רעכענען, מיט געוויסע תנאים.)
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

אוועטאר
פערספעקטיוו
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 8:15 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך פערספעקטיוו » פרייטאג אפריל 12, 2019 11:42 am

מונאוויטש האט געשריבן:(דיסקלאוזשער: אני הקטן פלעגט עוסק זיין ראשון ורובו אין די מארטגעדזש אינדוסטריע פאר פילע יארן, אזש ביז'ן היינטיגן טאג -- קרוב צו 10 יאר נאכן עקסיט -- האב איך נאך אלץ א פּעשן דערפאר. כהיום זענען מיר גענצליך מנותק פון דעם דאזיגן אינדוסטריע, ואין לי שום אפיליאציע אם שום ספעציפישע קאמפאני.)[/color]


איך שעץ דיר און דיינע ידיעות, און איך כאפ פאר דיר אראפ דאס היטל פאר'ן נעמען דיין passion און אים פארוואנדלען אין א צינור צו פירן און ברענגען הילף פאר אנדערע אידן. כל הכבוד ;l;p-
מארטגעדזש ווערטערבוך

איז אזוי. בעצם דריי איך זיך נעבן די מענטשן, נאר הוראה אין הלכות מארטגעדזש האב איך נישט. אביסל דולה-ומשקה'ן מעג איך דאך, אבער טאמיר ווילסטו טרינקען מער ווי איך בין דולה, קענסטו רופן די חברה אויף 833-3AskArk.

טשאקלעט
שר חמש מאות
תגובות: 513
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 14, 2014 10:18 am

תגובהדורך טשאקלעט » מיטוואך מאי 08, 2019 11:44 pm

מונאוויטש האט געשריבן:פעני מעי'ס קורצע ענטפער איז געווען אז דאס נישט קיין מארטגעדזש פראגע, נאר אן IRS פראגע...
כ'האב זיי פראבירט צו ערקלערן אז איך זוך נישט דא אנצופרעגן א מהלך פאר א טעארעטישע ביישפיל; דא רעדט זיך פון א ווירקליכע 1040 וואס איז געפיילד געווארן מיט די איי ער עס, און איך ברויך וויסן ווי אזוי עס צו באהאנדלן.
"אקעי, כ'על פרעגן א מענעדזשער".
נאך 10 מינוט קומט ער צוריק אויפן ליין, "מיין מענעדזשער אגריד אז דאס איז אן IRS פראגע. רוף זיי."
אין אנדערע ווערטער, "אינו יודע. זיי געזונט."

אלפאנס, נאכן אנפרעגן דא און דארט איז געקומען די החלטה אז מ'קען נישט רעכענען די דאזיגע אינקאם, פשוט ווייל די Fannie Mae גיידליינס אקצעפטירט נישט קיין אינקאם אויף א (סינגל יוניט) פריימערי רעזידאַנץ, אפילו אויב עס איז אויסגעארבעט לעגאל, ווי אין אונזער פאל

(גראדע איז פארהאן איין אויסנאם -- א דיסעיבלד פערזאן וואס האט א ליוו-אין געהילף וואס וואוינט דארט פאר רענט. דאס קען מען יא רעכענען, מיט געוויסע תנאים.)


So if he has a basement where he can have a legal tenant this scenario would still be a question.

אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2044
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 22, 2015 6:08 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך מונאוויטש » דאנארשטאג מאי 09, 2019 2:06 am

מיין שאלה איז דערויף עמיצער וואס קריגט רענט אויף זיין אייגענע אפארטמענט.
אויב די בעיסמענט איז א לעגאלע יוניט אין א פריוואטע הויז, דאן רעדט מען לכאורה פון א 2-4 פאמיליע הויז, וואס איז נישט א פראבלעם.
ווידער אויב ס'איז אין א קאַנדאָו, האט די בעיסמענט גארנישט מיט די אפארטמענט, און דו וועסטו מוזן פינאנצירן די בעיסמענט אלץ א אינוועסטמענט.
"ווען דו דאווענסט ברויכסטו קודם וויסן צו וועמען דו רעדסט. פירוש המילות איז שוין לומדות."
— הגה"צ רבי מרדכי דוד קאהן זצ"ל


מפתח

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מיטוואך יוני 12, 2019 12:26 am

איינער ווייסט אויב די מארטגעדזש צאלט די ווילעדזש טעקס צוזאמען מיט די אנפעיד סעניטעישן און וואסער וואס איז ארויף דערויף?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט