בלאט 1 פון 1
קוויקבוקס קיבארד שארטקאטס
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 5:40 pm
דורך יגרסהדותא
אחי ורעי
איך - ווי אסאך מענטשן וואס ניצן קוויק-בוקס - קענען זיצן כמעט אגאנצן טאג און נאר ארבעטן מיטן קיבארד (נישט נוצן די מייז) ס'איז א פלעיזשער און א פארגעניגן.
מאכט זיך אבער צוויי זאכן אין קוויק בוקס וואס איך מוז ניצן דעם מייזל, אדער ניצן אפאר טעב'ס.
איינס איז: די VENDOR LIST (איך פארשטיי מ'קען ניצן ALT+O דערנאך ענטער, אבער געט א קוק, די CUSTOMER LIST קענסטו יא אנקומען איין'ס צוויי דורך CTRL+J, סוי פארוואס האט נישט דער ווענדער די זעלבע זאך?) איך פרעג, ווייל אפשר האט עס יא וואס איך ווייס נישט, ווער ס'ווייסט ביטע מעלדן.
צוויי: דער AUTO APLLY PAYMENT קנעפל, וואס מ'נוצט אזוי סאך, האט נישט קיין KEY. האט איינער צו דעם א שארטקאט?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 9:43 am
דורך יעק
פאר AUTO APLLY PAYMENT קענסטו דריקען די TABביז עס קימט אן דערצו
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 23, 2008 10:29 am
דורך שמערי בערי
יעק האט געשריבן:פאר AUTO APLLY PAYMENT קענסטו דריקען די TABביז עס קימט אן דערצו
דאס איז דאך וואס ער רעדט זיך אפ...
יגרסהדותא האט געשריבן:מאכט זיך אבער צוויי זאכן אין קוויק בוקס וואס איך מוז ניצן דעם מייזל, אדער ניצן אפאר טעב'ס.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 3:04 pm
דורך 3x0
איך ווייס נישט אויב עס איז ווערד אן עקסטערע אשכול, אדער אויב ס'שוין דא אן אנדערע אשכול ווי ס'וואלט זיך בעסער געפענען דאס פלאץ, לייג איך עס דא. און אויב די אחראים פארשטייען אז ס'קומט ערגעץ אנדערש, זאלן זיי עס ביטע לייגן ווי זיי ווילן, און מיר אנטשולדיגן פאר די טירחה.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 02, 2008 4:38 pm
דורך thefact
ש'כח טריאו
מורא'דיג
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 03, 2008 12:08 pm
דורך צייטליך
פאר מיר איז די "טעב" קנעפל פון די בעסטע זאכן, איך באניץ זיך זייער אסאך דערמיט, איך ברויך נישט נאך א שארקאט ווען איך קען אהין אנקומען מיטן "טעב" קנפעל. עס איז מיר זייער באקוועם. (אפשר ווייל איך ווייס נישט פון עפעס בעסער'ס)
פארעפענטליכט: פרייטאג אוקטובר 31, 2008 10:17 am
דורך סאכדעס
ייישר כוח טריאו, איך נוץ דאס מייזל אויך אסאך, ווי אויך די טעב קנעפל, אבער כ'בין זיכער אז עס וועט מיר פיעל גרינגער מאכן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 9:53 am
דורך שאינו יודע
דאכט זיך מיר אז דאס שטייט נישט אין די עטעטשמענט
קאנטארל מיט טעב טאנצט פון איין אפענע פענסטער צום צווייטן
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:05 am
דורך מאנ-יימער
דאס איז אין יעדע פראגרעם וואו די ס'דא אפן עטליכע פענסטערס (אין די בראוזער טאנצט עס פון איין טעב צום צווייטן)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 10:54 am
דורך שאינו יודע
נישט געוויסט, נאר פון אלט + טעב
קיבארד שארטקאט פאר duplicate credit card charge/check, etc.?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 10:42 am
דורך פארוואס נישט...
צו איז דא א קיבארד שארטקאט פאר די duplicate function ווען א טרענזעקשן איז אפען?
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 2:32 pm
דורך שאינו יודע
איך מיין אז נישט, א רייט קליק האט מען די אפשען, שנעלער ווי גיין צו פייל
פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2014 3:04 pm
דורך פארוואס נישט...
אויך עפעס...