מיין פריוואטע ביזנעס קאנפערענס רום

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

לאגא'ס

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך פאברואר 27, 2019 12:24 pm

די איידיע איז און איין ווארט, ווען מען מאכט א לאגא דארף מען קוקן אויף די לאנג טערם, אז ווען דיין ברענד וועט שוין זיין באקאנט וועסטו קענען לייגן אויף די פעקעדשינג, עדס, נאר דיין לאגא און יעדער וועט וויסן ווער דאס איז.

לדוגמא, עמעזאן אויף די פעקעדשעס נוצט נאר זייער לבנה ערראו, און טשעיס אויף אימעילס, סטעיטמענטס, נוצן אויך אסאך מאל נאר זייער לאגא.

ווי אויך דארף מען טראכטן פון די וועב סייט, אז אויף די טעב זאל ארויסשיינען דיין לאגא.
צוגעלייגטע
amzn.PNG
amzn.PNG (3.62 KiB) געזעהן 1864 מאל
chase log.PNG
chase log.PNG (1.13 KiB) געזעהן 1864 מאל
weblogos.PNG
weblogos.PNG (2.95 KiB) געזעהן 1864 מאל
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:38 am

כאניש קיין נערוון צו די גאנצע פארמאליטעט פון קלאפן אויפ'ן טיר, בעטן רשות הדיבור, אויסקלארן די האלז און אויסגראדן דעם שניפסל

וועלעך גלייך צוגיין צום פוינט

עלעוועטאר פיטש. ווייסטו וואס דאס מיינט?

אויב יא? ליין וואס איך שרייב און נאכער זאזויגוט און בעסער אויס ווי ס'פעלט אויס

אויב נישט. ליין מיט אינטערעס (אדער אליינס, אויב אינטערעס אטעמט אריין אין דיין אויער) נאכדעם טראכט וויאזוי דו קענסט אויסבעסערן און זיי מוחל טייל מיט מיט אונז

איז אזוי

ווען דו ביסט אין א עלעוועטאר מיט איינעם וואס דו וואלסט זייער געוואלט טוהן ביזנעס מיט, אבער ער גייט ארויסגיין אין אפאר סעקונדעס אויף אן אנדערע שטאק. וויאזוי קענסטו כאפן זיין אינטערעסע אז ער זאל נישט אריינווארפן דיין ביזנעס קארטל אין די ערשטע גארבידזש קען?

דארפסטו האבן א קורצע סטעיטמענט פון אפאר סעקונדעס וואס זאל זאגן וואס דיין קאמפאני טוט און פארוואס ער זאל דיך טרייען
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:47 am

הענדימען האט געשריבן:כאניש קיין נערוון צו די גאנצע פארמאליטעט פון קלאפן אויפ'ן טיר, בעטן רשות הדיבור, אויסקלארן די האלז און אויסגראדן דעם שניפסל

דאס איז דאס שווערסטע, מען דארף דאס קענען...

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:52 am

ישוב הדעת האט געשריבן:דאס איז דאס שווערסטע, מען דארף דאס קענען...

אויב ווייסטו נישט וואס דו פארקויפסט און מיט וואס דו ביסט גוט, ביסטו אויף געהאקטע צרות
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 12:56 am

הענדימען האט געשריבן:
ישוב הדעת האט געשריבן:דאס איז דאס שווערסטע, מען דארף דאס קענען...

אויב ווייסטו נישט וואס דו פארקויפסט און מיט וואס דו ביסט גוט, ביסטו אויף געהאקטע צרות

שווער איז מאכן די שנעלע שמועס, און עס קענען גוט ארויסברענגען אויף א וועג אז עס זאל יענעם כאפן.

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 1:07 am

ס'גייט צו בערך אזוי. חוץ אויב איינער איז מער קריעטיוו

א גוטן. איך טוה אלערליי הענדימען ארבעט. מיין ארבעט איז גאר פראפעסיאנאל און מיין סערוויס איז אויסערגעווענליך. דא האט איר מיין קארטל

איך האב נאך אסאך צו זאגן אבער תפסת מרובה לא תפסת. העכסטנס קען די איבעריגע שטיין אויפ'ן קארטל
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 7:43 pm

הענדימען האט געשריבן:ס'גייט צו בערך אזוי. חוץ אויב איינער איז מער קריעטיוו

א גוטן. איך טוה אלערליי הענדימען ארבעט. מיין ארבעט איז גאר פראפעסיאנאל און מיין סערוויס איז אויסערגעווענליך. דא האט איר מיין קארטל

איך האב נאך אסאך צו זאגן אבער תפסת מרובה לא תפסת. העכסטנס קען די איבעריגע שטיין אויפ'ן קארטל

דיין פוינט איז געוואלדיג, ווען איינער פארקויפט א סערוויס, דארף ער שנעל קלאר מאכן וואס ער וויל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:07 pm

אין "די וואך אין שריפט" איז געווען לעצטנס אויסגעשמועסט באריכות ביידע נושאים, סיי לאגאס און סיי עליוועיטער פיטש, אין זייער אינטערעסאנטע ביזנעס אפטיילונג
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:11 pm

עס איז דא אזא סארט סערוויס וואס דו קענסט נישט זאגן אין א האלבע מינוט.
קיינער גייט די זאך נישט קויפן נאר אויב מען סעט אויף א מיטינג.

אמאל האב איך נישט פארשטאנען פארוואס ווען איינער וויל מיר פארקויפן לייף אינשארענס וויל ער מיר נישט זאגן אין קורצן וואס ער וויל, און וואס ער סערווירט. נאר ער וועט מיר ענדערש נאכלויפן א האלבע יאר אויפציסעטן א מיטינג, וואס האט אפשר 1% טשענס צי מצליח זיין.

נאר וואס דען אין פאקט אבער איז ער לכאורה גערעכט, ווייל אויב זאגט ער מיר עס אין עלעוועיטער אזוי האלב פארן ארויסגיין צום 25 שטאק, דאן האט ער 0% טשענס צי מאכן א סעיל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:13 pm

קלאפער האט געשריבן:אין "די וואך אין שריפט" איז געווען לעצטנס אויסגעשמועסט באריכות ביידע נושאים, סיי לאגאס און סיי עליוועיטער פיטש, אין זייער אינטערעסאנטע ביזנעס אפטיילונג

וואס איז 'די וואך אין שריפט?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
Builder
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 6:07 pm
לאקאציע: קאנסטראקשען סייט

תגובהדורך Builder » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:16 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:עס איז דא אזא סארט סערוויס וואס דו קענסט נישט זאגן אין א האלבע מינוט.
קיינער גייט די זאך נישט קויפן נאר אויב מען סעט אויף א מיטינג.

אמאל האב איך נישט פארשטאנען פארוואס ווען איינער וויל מיר פארקויפן לייף אינשארענס וויל ער מיר נישט זאגן אין קורצן וואס ער וויל, און וואס ער סערווירט. נאר ער וועט מיר ענדערש נאכלויפן א האלבע יאר אויפציסעטן א מיטינג, וואס האט אפשר 1% טשענס צי מצליח זיין.

נאר וואס דען אין פאקט אבער איז ער לכאורה גערעכט, ווייל אויב זאגט ער מיר עס אין עלעוועיטער אזוי האלב פארן ארויסגיין צום 25 שטאק, דאן האט ער 0% טשענס צי מאכן א סעיל.

ווייסט פארוואס ? שששש.. סאיז ליידער א היפשע סקעם , זייער אסאך אינגעלייט דערלייגען דארט די הויזן

סתם לייף אינשורענס צו זיין פראטעקטעד קען ער יא פועל'ן אין א מינוט,וועגן עס איז לעבענסוויכטיג

משא"כ די פיינענשעל עדווייזער אינוועסטמענט בלא בלא.. איז א אנזעץ פאר סתם עמך אינגעלייט

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:21 pm

הענדימען האט געשריבן:כאניש קיין נערוון צו די גאנצע פארמאליטעט פון קלאפן אויפ'ן טיר, בעטן רשות הדיבור, אויסקלארן די האלז און אויסגראדן דעם שניפסל

וועלעך גלייך צוגיין צום פוינט

עלעוועטאר פיטש. ווייסטו וואס דאס מיינט?

אויב יא? ליין וואס איך שרייב און נאכער זאזויגוט און בעסער אויס ווי ס'פעלט אויס

קודם כל קום עפטער אריין אפילו אן קלאפן.

איך קען נישט כאפן צי דו פינפוינטס אויף מיר. צי ס'טייטטש אז דו ווילסט איך זאל מגלה דעס זיין וואספארא סערוויס איך פארקויף? אדער דו מאכסט סתם אזוי א גוטע פוינט?

אויב דו מיינסט מיר וויל איך מאכן א דיסקלעימער אז איך בין נישט אין קיין שום סערוויס ביזנעס, איך בין דא מיט איין ציל: זיך צי ''ליפטערן''.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג פאברואר 28, 2019 8:24 pm

Builder האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:עס איז דא אזא סארט סערוויס וואס דו קענסט נישט זאגן אין א האלבע מינוט.
קיינער גייט די זאך נישט קויפן נאר אויב מען סעט אויף א מיטינג.

אמאל האב איך נישט פארשטאנען פארוואס ווען איינער וויל מיר פארקויפן לייף אינשארענס וויל ער מיר נישט זאגן אין קורצן וואס ער וויל, און וואס ער סערווירט. נאר ער וועט מיר ענדערש נאכלויפן א האלבע יאר אויפציסעטן א מיטינג, וואס האט אפשר 1% טשענס צי מצליח זיין.

נאר וואס דען אין פאקט אבער איז ער לכאורה גערעכט, ווייל אויב זאגט ער מיר עס אין עלעוועיטער אזוי האלב פארן ארויסגיין צום 25 שטאק, דאן האט ער 0% טשענס צי מאכן א סעיל.

ווייסט פארוואס ? שששש.. סאיז ליידער א היפשע סקעם , זייער אסאך אינגעלייט דערלייגען דארט די הויזן

סתם לייף אינשורענס צו זיין פראטעקטעד קען ער יא פועל'ן אין א מינוט,וועגן עס איז לעבענסוויכטיג

משא"כ די פיינענשעל עדווייזער אינוועסטמענט בלא בלא.. איז א אנזעץ פאר סתם עמך אינגעלייט

עס איז א לאנגע שמועס, פאר וועם עס איז יא אינטערעסאנט און פאר וועם נישט.

איך האלט אז עס איז זייער גוט פאר לאו אינקאם פארדינער וואס אינוועסטן נישט אין קיין ביזנעסער, און קויפן נישט קיין הייזער. און פון די אנדערע זייט פאר עשירים וואס דארפן ערגעץ אריינלייגן די געלט.

איך האב אבער נאר אנגעכאפט א דוגמא, אבער בעצם רובא דרובא סעילסלייט דארפן א מיטינג, זיי קענען נישט דיסקרייבען אין איין מינוט וואס זיי פארקויפן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:07 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:דיין פוינט איז געוואלדיג, ווען איינער פארקויפט א סערוויס, דארף ער שנעל קלאר מאכן וואס ער וויל.

קודם כל איזעס נישט מיינס. כ'זאג נאר נאך פון אנדערע (בינעך שוין אן עניו אויך)

איז אזוי. יעדער וואס פארקויפט, זאלעס זיין סיי וואס. דארף קענען סאמערייזן אין אפאר ווערטער וואס ער האט צו פארקויפן. נישט קיין חילוק צו ער פארקויפט סערוויס אדער סחורה

אויב קען ער נישט זאגן בקיצור וואס ער טוט. מיינט עס געווענליך אז אליינס האט נאכנישט פונקטליך אויסגעפיגערט וואס ער פארקויפט

געריבענער סוחר האט געשריבן:עס איז דא אזא סארט סערוויס וואס דו קענסט נישט זאגן אין א האלבע מינוט.
קיינער גייט די זאך נישט קויפן נאר אויב מען סעט אויף א מיטינג.

אמאל האב איך נישט פארשטאנען פארוואס ווען איינער וויל מיר פארקויפן לייף אינשארענס וויל ער מיר נישט זאגן אין קורצן וואס ער וויל, און וואס ער סערווירט. נאר ער וועט מיר ענדערש נאכלויפן א האלבע יאר אויפציסעטן א מיטינג, וואס האט אפשר 1% טשענס צי מצליח זיין.

נאר וואס דען אין פאקט אבער איז ער לכאורה גערעכט, ווייל אויב זאגט ער מיר עס אין עלעוועיטער אזוי האלב פארן ארויסגיין צום 25 שטאק, דאן האט ער 0% טשענס צי מאכן א סעיל.
Builder האט געשריבן: ווייסט פארוואס ? שששש.. סאיז ליידער א היפשע סקעם , זייער אסאך אינגעלייט דערלייגען דארט די הויזן

סתם לייף אינשורענס צו זיין פראטעקטעד קען ער יא פועל'ן אין א מינוט,וועגן עס איז לעבענסוויכטיג

משא"כ די פיינענשעל עדווייזער אינוועסטמענט בלא בלא.. איז א אנזעץ פאר סתם עמך אינגעלייט

לאמיר זיך נישט פאפן. לייף אינשורענס און אוועקלייגן געלט זענען ביידע גאר וויכטיג. די פראבלעמען דערמיט זענען אז געוויסע אגענטן זענען נישט ערליך און אז מענטשן האבן נישט אזוי ליב די גאנצע סוגיא מחמת כמה טעמים

איך זעה אז אונזער האוסט האט שוין געענטפערט. וועלעך נישט אריינגיין טיפער יעצט

יעצט כאפעך אז ס'הערשט אן ערבוביא איבער די ציל פונעם עלעוועטאר פיטש, עלעך פרובירן אויסקלארן

אנדערש ווי א סעילס פיטש וואס איז געצילט אז יענער זאל פון דיר קויפן, איז די ציל פונעם עלעוועטאר פיטש אז יענער זאל פשוט וועלן הערן וואס דו האסט צו פארקויפן און אפשר געבן א שאנס

די חשבון דערפון איז פשוט אבער ס'פעלט אויס צו וויסן אלף בית איבער מארקעטינג און סעילס

נאך א זאך. קיינער זאגט נישט אז אן דעם עלעוועטאר פיטש קעמעניש מצליח זיין. ס'איז פשוט א מורא'דיגע טול מיט גאר אסאך זייטיגע בענעפיטן. איינס דערפון איז, אז מ'מוז קלאר ארויסהאבן די אייגענע ביזנעס און וויסן וואו אהין מ'צילט

מער, אן אנדערס מאל אי"ה
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלפיים
תגובות: 2145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:12 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:קודם כל קום עפטער אריין אפילו אן קלאפן.

שקויעך פאר דיין גאסטפריינדליכקייט. אז כעל האבן צייט אי"ה

געריבענער סוחר האט געשריבן:איך קען נישט כאפן צי דו פינפוינטס אויף מיר. צי ס'טייטטש אז דו ווילסט איך זאל מגלה דעס זיין וואספארא סערוויס איך פארקויף? אדער דו מאכסט סתם אזוי א גוטע פוינט?

אויב דו מיינסט מיר וויל איך מאכן א דיסקלעימער אז איך בין נישט אין קיין שום סערוויס ביזנעס, איך בין דא מיט איין ציל: זיך צי ''ליפטערן''.

איך פוינט נישט אויף קיינעם. ס'נישט קיין שיינע זאך צו פוינטן. אזוי לערן איך מיינע קינדער אויך

איך שמועס אויס א קאנסעפט און נוץ א ריעל לייף סינעריא
"מען טאר נישט זיין נארמאל, נארמאל מאכט משוגע"
קרעדיט @בבל בשם אלעזר לאנדא

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

גאלדענע פעדער
שר האלף
תגובות: 1458
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

תגובהדורך גאלדענע פעדער » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:09 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אהה יעצט זאגסטע אויס די סודות..... מאכן פליפס!!

אקעי נעקסט סטעפ, אויב מ'מעג פרעגן ווי אזוי טוט מען דאס...

איך האף אי''ה שפעטער צי שרייבן א לאנגס, אך וועל עס צילייגן צי די תגובה.

1. איך גיי רעדן יעצט פון איינער וואס האט נישט קיין פעני צי אינוועסטן.

2. מען דארף האבן א אינקאם, א וועידש, וואס זאל אויסהאלטן די געזונדל צום מינומים געברויכן וואס א משפחה דארף. (ניין, אבסולוטלי נישט אריינגערעכנט קיין וועקעישאן)

3. וזה החלי בעז''ה. בוי אויף דיין ווייבס קרעדיט עד הרקיע, די בעסטע ס'שייך. גיי צי איינעם וואס מאכט 0 apr קארטלעך און נעם ארויס למשל 75k. (דיין קרעדיט דארף אויך זיין גוט אבער בארג נישט אויף דיי נאמען גארנישט יעצט)

4. איך נעם א משל נוארק ניו דשערסי. אויב דו האסט עפעס קאנטאקט מיט היימישע בראקערס/אינוועסטערס מיט א גוט אויג פאר יענעם, דעמאלטס איז אלץ בעסער, שארט דיך צי, און פרעג צי זיי ווייסן עפעס א דיעל יעצט פון א 3 פעמילי אין א שוואכע קאנדישען פאר 200k בערך, אדער פראביר אנציהאקן מיט בראקערס אין זיללאו, זיי זאלן דיר אויסזאגן דיעלס נאך פאר עס קומט ארוייף אויף די מארקעט.

5. בעז''ה דו טרעפסט עפעס פאר 200k רענדש, נאך פארן אנטאטשען די זאך רוף א קאנטראקטער פאר עסטימעיט וויפיל געלט מען דארף אריינלייגן.
יעצט בעיקר וואס מען קוקט, איז וויפיל פארקויפט זיך א איבערגעבויטע 3 פעמילי אין יענע געגענט, עס איז כדי צי נעמען אן עפרעיזער צי אפשאצן וויפיל עס גייט.
לאמיר זאגן אונזער זאך גייט פאר 350k, די עסטימעיט איבער ציבויען איז 60k, דאס טייטש אז אויף דעים דיעל קענסטו מאכן 90k פראפיט.
מען דארף צירעכענען אז די קאנסטראקשען קאסט גייט זיך הייבן פון 15 ביז 20 פערסענט סאו לאמיר זאגן די זיכערע נעט פראפיט איז 74k.

6. למעשה אין אונזער חשבון האסטו נאר 75k צי אינוועסטען. איז יעצט קומט אריין. 'הארד מאני לאון' איינמאל דו האסט א גוטן פייל, אן אראפגעשריבענע חשבון פארוואס די אינוועסמענט מאכט סענס קענסטו טרעפן טראסט ביי א הארד מאני לענדער וואס גייט דיך בארגן ביז (פאר בעגינערס, און דו דארפסט האבן א גוטע קרעדיט) 75 פערסענט פון די דיעלס דאס טייטש אז דו קענסט זיכער באקומען די איבריגע 125k פאר קלאוזען און נאך 60k פארן איבערבויען. דאס גייסטע דארפן באצאלן מיט 12 פערסענט נאכן פארקויפן.
יעצט די הארד מאני לענדערס באצאלן אויך די גאנצע אדער רוב פון די איבערבויע קאסט, דאס טייט

7. מען גייט צי צום קלאוזען. נעם א לויער, די רגע וואס דו באקומסט די הארד מאני לאון קען מען קלאון בעז''ה, דערנאך גייט מען צי צום איבערבויען, וואס דארף נעמען און קאסטן לויט ווי די עסטימעיט, פלאס מען דארף צירעכענען נאך געלט און צייט.

8. די הויז איז פארטיג ב''ה, און מען לייגט עס ארויס צי פארקויפן פאר 350k און בעז''ה עס ווערט פארקויפט, יעצט נאכן באצאלן די 0 apr קרעדיט קארדס, און באצאלן 185 פארן הארד מאני לאון, פלאס 22k ריבית.

בלייבסטו בעז''ה איבער מיט: 68,000.

הצלחה, ברכה, און א סאך סייעתא דשמיא.

אגב נאך גאר א באקאנטע אפשעין ווי אזוי צו באקומען א דיעל - וואס איר האט נישט אויסגערעכענט - איז דורך גיין צו קורטהאעס קויפען הייזער (פון די באנק) וואס זענען אויף פארקלאזשער (ווייל די בה״ב האט נישט געקענט באצאלן די מארגעדזש אין די באנק זיכט שנעל און גרינג צו פטור ווערן דערפון און דאס גייט אויף א ביעט ווער ס׳מאלו די מערסטע באקומט עס). אדרבה זייט מרחיב די דיבור אין דעם ווי אזוי דאס גייט צו, און פון וואס מען דארף זיך באווארענען
מפתחות של זהב
באמעריקא נתבטלה תורת הבאדזשעט

אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלף
תגובות: 1649
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

תגובהדורך ישוב הדעת » פרייטאג מארטש 01, 2019 1:31 pm

די רעדסט פון שעריף אקשען׳ס וואס איז זייער שווער, ובפרט כהיום.

א הויז וואס איז פאר אקשען טאר מען נישט טרענספעסן, און מען דארף עס קויפן בלינד, דו האסט געציילטע שעות צו מאכן דיינע דו דילידשענטס (וויאזוי ספעלט מען דאס?) ווייל זיי לייגן קודם ארויס א ריזיגע ליסטע פון הייזער, אבער די ליסטע ווערט קלענער און קלענער, צוליב וואס די לויערס פראבירן עס צוריקצוגעבן פארן אונער, ממילא לוינט זיך נישט צו ספענדען צייט אויפן ליסט ביז אפאר שעה פארן אוקשען.. לו יהא אז די האסט אפגעמאכט אויף א געוויסע הויז אז דו ווילסט צאלן כך וקראך, זאלסטו זיין גרייט אז די אנדערע חברה גייען ארויפגיין מער, און די דארפסט מאכן זייער שנעלע דעסיזשען׳ס..
מען דארף אויך געדענקען אז מען דארף געבן א דיפאסיט אויפן פלאץ, וואס די קענסט פארגעסן צו צוריק באקומען..

דאס איז סתם אזוי, וואס איז געשען די לעצטע שטיק צייט איז, אז מענטשען צאלן אפנארמאלע נאמבערס אויף בענק אונעד פראפערטיס, און עס איז געפערליך שווער ארויסצוקראצן א גוטן דיעל..

אבער עס איז נאכאלץ דא מענטשן וואס באקומען גוטע סחורה אויף אקשען׳ס..

באקומט 80 טויזענט Chase פוינטס דורך עפלייען, קליקט דא

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו

תגובהדורך הודו להשם » מיטוואך מאי 01, 2019 3:55 pm

צל עובר האט געשריבן:קיפיראפ. דו קומסט אריין קלאר.
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:43 pm

הודו להשם האט געשריבן:קיפיראפ. דו קומסט אריין קלאר.
.
יעצט באמערקט, איך וועל פראבירן וויפיל די צייט ערלויבט אי''ה. אפגעשריבן עפעס וואס ליגט מיר אויפן צינג לכבוד דיר.
לעצט פאראכטן דורך געריבענער סוחר אום דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

די שוועריקייט אויפציגעבן די הילף פון אנקעל סעם.

תגובהדורך געריבענער סוחר » דאנארשטאג מאי 09, 2019 9:46 pm

ווען מען שטעלט ציזאם געלט פאר יו''ט פאר בני א''י איז דא מענטשען וואס האבן טענות הלמאי? עס איז דא בני חוץ לארץ עניים ואביונים, פארוואס נעמען די עסקנים נישט די היזיגע עניים פאר זייער פירסט פרייאריטי?

די תירוץ אויף דעם איז, אז אין א'י רעדט מען ממש פון ברויט אויף הויזן, פשוטע רעפטלעך אנגעשמירט מיט פיטער. פשוטו כמשמעו, מענטשען הינגערן אינטער.
דא אין חו''ל האט יעדער, רייך צי ארים ציגלייך אנגעפילטע פריזערס, פענטרי'ס מיט כל טיב וטב.

מיין שאלה איז אבער אזוי. לאמיר זאגן מארגן רופט די גאווערמענט אפ פוטסטעמפס, סעק. 8, וויק. וואס וועט זיין די מצב דאן?

לכאורה וועט מען הערן אז מענטשען האבן ליידיגע פריזערס, אין מענטשען הינגערן אינטער.

יעצט, דאס איז די סבה פארוואס עס איז אזוי שווער פאר אסאך מענטשן אויפציגעבן פודסטעמפס וכו', ווייל מען האט מורא מען וועט זיך טרעפן אין א מצב פון מעגליכע הונגער.

פארוואס זאג איך עס? פשוט ווייל איך קלאר מאכן פאר איף פאנג אן, אז איך פארשטיי די שוועריקייט פון אויפגעבן די קוואל פונעם פעטער סעם.

די מעשה איז אזוי, עס איז דא 2 סעקטעס,
1. איז מענטשען וואס האבן מיאזה סיבה אויפגעגעבן פון מאכן געהעריג געלט, דער מאכט זיך א פשוטע חשבון אז עס לוינט אים נישט צי זוכן אנציקימען צי א דשאב מיט א גרעסערע געהאלט, ווייל אויב מאכט ער ווייניגער איז ער עלידשיבעל צי האבן פראגראמען, במילא איז ער ציפרידען אזוי, אין פאר זיין מצב איז ער אפשר גערעכט אויך.

2. איז דער מענטש וואס האט א שטארקע בטחון אינעם באשעפער, און ער גלייבט די אייבישטער איז א זן ומפרנס לכל, דער וועט זיך מאכן אזא חשבון: פארוואס זאל איך אפשטעלן די שפע און זאגן פארן באשעפער, איך בין גאנץ פיין מסודר, פונקט פארקערט, באשעפער איך האב נישט גארנישט, איך דארף מאכן מינומים 150 טויזענט דאלער א יאר צי קענען געהעריג קאווערן, באצאלן העלט אינשארענס, גראסערי, און רענט, מארטגעטש, שכ''ל פונעם אייגענעם טאש וואס די אייבישטער האט משפיע געווען.

עס איז זייער קלאר היינט פאר יעדעם אז מען קען נישט מצליח זיין אין סיי וועליכע ביזנעס, געהעריגע דשאב, בשעת'ן האבן פראגראמען. נאר וואס דען, די גאנצע פראבלעם איז די ענקזייעטי איז, פון עס אויפגעבן, מען מאכט די חשבון אז די דשאב וואס מען אפערט יעצט איז נישט גענוג צי ריפלעיסן פודסטעמפס און מען בלייבט דארט.

די אמת איז אבער אז די רגע וואס מען גיט אלעס אויף, דאן קריעטן זיך מיליאן איידיעס וויאזוי צי מאכן געלט, און ווי אויך ווערט מען ממש אוטאמאטיש א שטערקערע בעל בטחון, מען פאנגט אן טוהן סגולות, מען פארט אויף קברי צדיקים, מען לייגט אויס מעשר, יא נעים איט וואס איך הער פון חברים, און וואס מען טוט אלס. דאס איז חוץ א מעשה וואס מען קען קויפן א הויז אויף די אייגענע נאמען און עפראווד ווערן פאר העכערע קרעדיט לימיטס
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » פרייטאג מאי 10, 2019 1:21 am

א שטארקע נקודה ארויפגעברענגט! וואלט כדאי געווען עס ברייטער אויסצושמיעסן...

ווילעך נאר צולייגן אז פודסטעמפס איז לכאורה קיין שום פחד עס אויפצוגעבן ווייל מ׳קען עס אייביג תיכף צוריק באקומען - די מעשה איז נאר פאר די וואס האבן ׳זוכה׳ געווען צו קריגן דעם חלק שמונה; איז איינמאל דא א סיבה מורא צו האבן...

א שטיקל מהלך קען אפשר זיין צו עפענען א קארפארעישן און ווי לאנג מ׳זעט נישט דעם פלוס ווי עס גיסט׳סעך נעמט מען ארויס א קליינע געהאלט...
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1379
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » פרייטאג מאי 10, 2019 2:39 am

געריבענע סוחר ווען די ווייסט וויפעל גאר בעל באטישע אידן אפילו הייסן עשירים אויף די דאס אידן פון 40+ האבן אלע שטאטישע פראגראמען וואלסטו געשוויגען

פשוט היינט צוטאגס האבן זייער ווייניג אינגעלייט סעקשאן 8 איז א אנדערע מעשה

איך מאך נישט אוועק וואס די זאגסט , איך גלייך דיין פאזיטיוויטי און פרישקייט אבער עס שיינט פון אלע אייערע תגובות ווי איר זענט ממש א יאר צוויי נאך די חתונה אין איר זענט זייער העפי און איר הערט וואס טוט זיך און די ווערסט איבערגענומען פון די איבערגעבלאזענע עשירות היינט צוטאגס

אבער עס גייט נישט אזוי , געווינטשען פאר יעדעם איינעם אבער למעשה נישט יעדער איז באשאנקען מיט מזל, און רובא דרובה חסידישע אידן זענען זייער ארעם היינט צוטאגס און אויפגעבען זייער שטאטישע פראגראמען גייט זיי גארנישט העלפן

די פוינט אז זייער אסאך אידן העכער די 40 אדער הויעכע 30סעגערס איז פשוט אז אמאל איז געווען גרינגער די אלע זאכן , און היינט קומט זיך אלעס צוזאם

אבער פון דעם זעסטו אז זיי די עלטערע דור אפילו די אידן וואס האבן געלט האבן נישט אויפגעגעבן די פראגראמען וועגן עס גייט נישט אזוי ווי דיין גוטע מיינונג און האפענונג איז

איך מיז זאגן אז די ביזט זייער אינג און אפשר געמאכט ערגעץ א שנעלער דאלאר אבער די מצב ביי 80 פארצענט אידן איז זייער שווער די מצב

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

טריעט דיין אלטע קאסטעמער מיט די אלטע היימישייט.

תגובהדורך געריבענער סוחר » דינסטאג מאי 14, 2019 1:25 pm

איך האב אפאר יאר צירוק גענוצט א סערוויס פון א אינגערמאן מיט א קלענערע ביזנעס, און ער פלעגט מיר געבן גאר העפליכע און פערזענליכע סערוויס.

ס'איז אריבער אפאר יאר און יענעמס ביזנעס האט זיך ציוואקסען ב''ה, און ער האט אויפגענומען אפאר ארבעטערס, און איך קאל אריין מיט די אלטע עקספיריענס, אז ער איז אינגאנצען דא פאר מיר, און איך קען אים ריפן, אמעילן, וואטסאפען פריוואט, און אפס... דא האט זיך מיין נייע עקספיריענס אנגעהויבן, זיין ארבייטער זאגט מיר מיט א שטרענגע טאן אז מהיום והלאה קענסטו נישט אזוי שנעל ציקומען צי געציל בעלבאס, ס'שוין נישקשע די אלטע צייטן דא, האב איך גלייך געשיקט א מעסעדש דירעקט צי געציל, און די דיציפלינירטע תירוץ קומט צירוק, איך טוה דעיס שוין נישט, מיין ארבעטער טוהט די סארט ארבייט.

אנע ברירה, און אפגעקילט פון די עטיטוד וואס געציל מיין אלטע בוזעם פריינד האט יעצט געשאסן אין מיין ריכטונג, גיי איך צום ארבייטער, א יקל אנע עקספיריענס, און דא האט זיך אנגעהויבן א חושעריי אין די סערוויס וואס דער בעלבאס פלעגט מיר הערליך צישטעלן, דער ארבעטער האט דאס נישט געקענט דעליווערן מיט סוקסעס. האב איך געלאזט א מעסעדש פאר געציל'ן די היינטיגע בעלבאס פון א ארבייטער, אז דאס גייט נישט אזוי אנגיין, אויב קומט ער נישט אריין אין בארד, און ארבעט עס נישט אויס מיט זיין ארבעטער, אדער אליין, ס'מיר נישט קיין גרויס נפק''מ, איך פארלאנג די אמאליגע סערוויס, דעמאלטס מאך איך שנעל א יא טערן און איך גיי צום קאמעפטישן.

די מעשה וואס איך שטעל זיך פאר איז, אז ער האט לעצטענס אריינגענימען איינער פון די חברה וואס רעדן זיך איין אז זיי זענען אייזענע קאנסאלטענס, און יענער האט אים מסביר געווען בנועם שפתותיו, אז אויב וויל טעיקען די ביזנעס צי די ''נעקסט לעוועל'' (נאך איינער פלעגט הערן די ביזנעס אפטיילונג?) דאן מיז ער אויפנעמען אן ארבעטער (וואס דעיס איז נאך נארמאל, כך דרכה של ביזנעס) און ער מיז זיך אויסשאלטערן פון די סערוויס ענד דעילי אפערעישענס, און האבן א גאנצן טעג ליידיג, כדי צי קענען האבן צייט צי (שרייבן אויף אייוולעט..) טראכטן וויאזוי צי נעמען די בזיונות צי די ''נעקסט לעוועל''. עטס כאפטס?

איך האב א חבר וואס האט אריינגענימן איינער פון די אזויגעריפענע עצה געבערס, און יענער האט אים דעיס מסביר געווען, און ער האט עס בתמימות נאכגעפאלגט, און רעזולטאטן זענען געווען אז ער צירוק גענימען די ביזנעס צי א פריערדיגע לעוועל, אנשטאטס צי די נעקסטע.

יעצט, א ביזנעס ווערט דאך למעשה גרויס, און מען מיז אויפנעמען ארבעטערס, און עס מיז זיין דיסיפלינירט ווער עס נעמט די דשאב און ווער עס נעמט די אנדערע דשאבס. אבער, מיט 2 נקודות.
1. קודם דארף די בעה''ב נאכאלץ זיין פולי אינוואלווד, ביז די ארבעטער קען די דשאב ישר והפך.
2. מילא פאר נייע קאסטעמערס פיין ער קומט אריין לכתחילה מיט אזא עקספיריענס און ער ווייסט נישט פון קיין בעסערע סערוויס, אבער פאר די ערשטע קאסטעמערס האלט איך איז זייער נישט פראפער אראפציגיין א לעוועל, זיי האבן למעשה דיר רעפערלט צי אסאך אנדערע, במילא, ווען ער קאלט אריין ווען דו ביסט שוין גרויס, דאן שיס נישט קיין עטיטוד.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אביגעזונט
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 23, 2015 3:35 pm

תגובהדורך אביגעזונט » מיטוואך מאי 22, 2019 2:26 pm

געריבענער סוחר האט געשריבן:יעצט, דאס איז די סבה פארוואס עס איז אזוי שווער פאר אסאך מענטשן אויפציגעבן פודסטעמפס וכו', ווייל מען האט מורא מען וועט זיך טרעפן אין א מצב פון מעגליכע הונגער.

איך וויל ברענגען נאך א פוינט פארוואס מענטשן האבן א פראבלעם מיט אויפגעבן די פראגראמען.

די אינגערמאן האט געלערנט אין כולל און באקומען פודסטעמפס, מעדיקעיד, וויק, (וואוטשערס און סעקשאן 8). די בני בית האט געארבעט, קודם פול טיים שפעטער מיט די געבורט פון נאך א קינד און נאך א קינד געשניטן שעות (און געהאלט), ביז דער יונגעמאן האט זיך געטראפן אין א מצב אז ער קען נישט דעקן די חודש, ער גייט זיכן א דשאב.
יעצט קיינער גייט נישט באצאלן פאר א בעגינער א הויכע וועידש, אבער ער דארף דאך דעקן די רענט, שכ"ל גראסערי וכו' וכו', נא קען מען דאך נישט פארלירן די בענעפיטן. וואס געשעט נאכדעם איז אז מ'בלייבט מיט א לאך וואס אויב באקומט ער א רעיז וואס וועט זיין מער פון די מאקסימום פארלירט מען די בענעפיטן אבער די נייע געהאלט איז נאך נישט גענוג צו דעקן די חודש.

דער אינגערמאן וועט ענדערש בלייבן ביי די נידעריגערע וועידזש, און בלייבן מיט די בענעפיטן. ער קען זיך נישט זען אדארך שפרינגען די "לאך"

נאך איינער מיט דעי אפיניען? וואס זאגט איר סוחר?

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מיטוואך מאי 22, 2019 4:26 pm

אביגעזונט האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:יעצט, דאס איז די סבה פארוואס עס איז אזוי שווער פאר אסאך מענטשן אויפציגעבן פודסטעמפס וכו', ווייל מען האט מורא מען וועט זיך טרעפן אין א מצב פון מעגליכע הונגער.

איך וויל ברענגען נאך א פוינט פארוואס מענטשן האבן א פראבלעם מיט אויפגעבן די פראגראמען.

די אינגערמאן האט געלערנט אין כולל און באקומען פודסטעמפס, מעדיקעיד, וויק, (וואוטשערס און סעקשאן 8). די בני בית האט געארבעט, קודם פול טיים שפעטער מיט די געבורט פון נאך א קינד און נאך א קינד געשניטן שעות (און געהאלט), ביז דער יונגעמאן האט זיך געטראפן אין א מצב אז ער קען נישט דעקן די חודש, ער גייט זיכן א דשאב.
יעצט קיינער גייט נישט באצאלן פאר א בעגינער א הויכע וועידש, אבער ער דארף דאך דעקן די רענט, שכ"ל גראסערי וכו' וכו', נא קען מען דאך נישט פארלירן די בענעפיטן. וואס געשעט נאכדעם איז אז מ'בלייבט מיט א לאך וואס אויב באקומט ער א רעיז וואס וועט זיין מער פון די מאקסימום פארלירט מען די בענעפיטן אבער די נייע געהאלט איז נאך נישט גענוג צו דעקן די חודש.

דער אינגערמאן וועט ענדערש בלייבן ביי די נידעריגערע וועידזש, און בלייבן מיט די בענעפיטן. ער קען זיך נישט זען אדארך שפרינגען די "לאך"

נאך איינער מיט דעי אפיניען? וואס זאגט איר סוחר?

100%.
די עיקר פראבלעם איז אויך אז היינט איז אנדערע צייטן, יעדער באצאלט גראד, און עס איז נישטא מער קיין מאנקי ביזנעס.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט