מיין פריוואטע ביזנעס קאנפערענס רום
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
מיין פריוואטע ביזנעס קאנפערענס רום
גוט מארגן חברים.
ביז יעצט איז מיין קאנפערענס רום געווען פארקנאקט פאר די דיקע פאבליק, פון היצט און פאראויס מאך איך אויף דא די טיר פון מיין קאנפערענס שטוב, און!!! געגאנגען!!! רבותי מ'גיימער מאכן, רעדן, ביזנעס!!!
בתוך עמי אנוכי יושבת, איך זוך א געהענגעל ווי צי רעדן ביזנעס שפראך, חיזוק אין ביזנעס, עצות וויזוי צי קענען קויפן די טייערסטע אתרוג אין די טריי סטעיט עריע (עקסקלודע לעיקוואד) און סתם איידיעס ווי מען קען מאכן נאך אפאר טאלער צי באצאלן שכר לימוד פאר די קינדער, קויפן אביסל פלייש לכבוד יום טוב, און געבן צדקה פאר טשערידי אן די אינטערנעט קאמפיין'ס.
ווער איז מיט מיר?
און וואס גיימער רעדן ערשט?

.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
דממה דקה האט געשריבן:Bitcoin
ביטקאון האב איך נאכנישט אנגערירט, אבער איך קען א איד א שטיקל בר הכי, און א גוטע אנאלאזירער, וואס האט געקויפט גאר אין אנהייב, און ער האט פארקויפט און די גוטע צייטן אסאך און געלייזט א היבשע פאר רעדלעך, און ער האט איבערגעלאזט א שיין ביסל וואס ער האט נישט פארקויפט.
וואס איז נוגע למעשה איז, אז ער שרייט חיי וקיים אז אין 2024 גייט עס האלט בי 10 15 טויזענט, עס גייט זיך סטעיבעלייזען פאר א געהעריגע אינוועסמענט און ווער עס האט איבריג גרינס קען רואיג אינוועסטן דערינען.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
אקעי אבער דו רעדסט פון מאכן איבריגע גרינס?!
נישט ווי עס צו לייגן, איא?
איז ווי אזוי קען מען אריינריקן אזוי ש'מיר ש'דיר, אביסל איביגע גרינס, דאס צו קענען שפעטער אינוועסטן אין ביטקוין, (וואס כאנישקאנאנונג ווי אזוי סארבעט) אדער אין ווייסעכוואס
נישט ווי עס צו לייגן, איא?
איז ווי אזוי קען מען אריינריקן אזוי ש'מיר ש'דיר, אביסל איביגע גרינס, דאס צו קענען שפעטער אינוועסטן אין ביטקוין, (וואס כאנישקאנאנונג ווי אזוי סארבעט) אדער אין ווייסעכוואס
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
גוטע נייעס, ענגלאנד נעמט זיך אויף עמעזאנ'ס ביינער
און אן עקסלוסיוו ריפארט היינט ערשינען אין מיין קאנפערענס רום, קומט אריין די גוטע נייעס אז עס קומט רעגיולעשאנס אויף עמעזאן בנוגע וויזוי זיי פירן זיך אויף צי סעלערס.
ווי אונז אלע ווייסן טוט עמעזאן כל מה שליבם חפץ מיט סעלערס, דהיינו, אפשפארן פון איין רגע אויפן אנדערע פארן ברעכן מינדעסטע רול'ס, פרירן געלט, אינווענטארי., וכו'.
יעצט איז געקימען יו קעי און געזאגט, רעבעניו, דו האסט א פלעטפארם וואס דו לאדענסט איין סעלערס צי אינוועסטן ביי דיר? בסדר, אבער דו קענסט נישט טוהן מיט זיי וואס דו ווילסט, יעדע זאך וואס דו ווילסט טוהן צי א סעלער דארף דורכגיין א געהעריגע איבערזיכט, מיט גאווערמענט רעגיולעשאנס, צי דו האסט טאקע די רעכט יענעם אפצישפארן.
יודעי דבר זאגן אז דאס איז גאר גוטע נייעס, ווייל עס גייט זיכער נאכקומען אין אמעריקא.
ווי אונז אלע ווייסן טוט עמעזאן כל מה שליבם חפץ מיט סעלערס, דהיינו, אפשפארן פון איין רגע אויפן אנדערע פארן ברעכן מינדעסטע רול'ס, פרירן געלט, אינווענטארי., וכו'.
יעצט איז געקימען יו קעי און געזאגט, רעבעניו, דו האסט א פלעטפארם וואס דו לאדענסט איין סעלערס צי אינוועסטן ביי דיר? בסדר, אבער דו קענסט נישט טוהן מיט זיי וואס דו ווילסט, יעדע זאך וואס דו ווילסט טוהן צי א סעלער דארף דורכגיין א געהעריגע איבערזיכט, מיט גאווערמענט רעגיולעשאנס, צי דו האסט טאקע די רעכט יענעם אפצישפארן.
יודעי דבר זאגן אז דאס איז גאר גוטע נייעס, ווייל עס גייט זיכער נאכקומען אין אמעריקא.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
נו גוט נו שוין האט געשריבן:אקעי אבער דו רעדסט פון מאכן איבריגע גרינס?!
נישט ווי עס צו לייגן, איא?
איז ווי אזוי קען מען אריינריקן אזוי ש'מיר ש'דיר, אביסל איביגע גרינס, דאס צו קענען שפעטער אינוועסטן אין ביטקוין, (וואס כאנישקאנאנונג ווי אזוי סארבעט) אדער אין ווייסעכוואס
ביטקאון איז געמאכט פאר חברה מיט איבריגע גרינס.
מאך אפאר פליפס וועסטו האבן שאר ירקות...
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
אהה יעצט זאגסטע אויס די סודות..... מאכן פליפס!!
אקעי נעקסט סטעפ, אויב מ'מעג פרעגן ווי אזוי טוט מען דאס...
אקעי נעקסט סטעפ, אויב מ'מעג פרעגן ווי אזוי טוט מען דאס...
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
געריבענער סוחר האט געשריבן:און אן עקסלוסיוו ריפארט היינט ערשינען אין מיין קאנפערענס רום, קומט אריין די גוטע נייעס אז עס קומט רעגיולעשאנס אויף עמעזאן בנוגע וויזוי זיי פירן זיך אויף צי סעלערס.
ווי אונז אלע ווייסן טוט עמעזאן כל מה שליבם חפץ מיט סעלערס, דהיינו, אפשפארן פון איין רגע אויפן אנדערע פארן ברעכן מינדעסטע רול'ס, פרירן געלט, אינווענטארי., וכו'.
יעצט איז געקימען יו קעי און געזאגט, רעבעניו, דו האסט א פלעטפארם וואס דו לאדענסט איין סעלערס צי אינוועסטן ביי דיר? בסדר, אבער דו קענסט נישט טוהן מיט זיי וואס דו ווילסט, יעדע זאך וואס דו ווילסט טוהן צי א סעלער דארף דורכגיין א געהעריגע איבערזיכט, מיט גאווערמענט רעגיולעשאנס, צי דו האסט טאקע די רעכט יענעם אפצישפארן.
יודעי דבר זאגן אז דאס איז גאר גוטע נייעס, ווייל עס גייט זיכער נאכקומען אין אמעריקא.
געוואלדיגע נייעס
און די דעמיקראטישע וועלט קען מען קיינמאל נישט וויסן עס קען נאך זיין אז איין טאג וועט די גאווערמענט באשליסן אז בעזעס קען נישט מער זיין בעלאבאס אויף עמעזאן און די סעללערס וועלען ווערן באסס
געריבענער סוחר האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:חתונה פלען
דעיס לאז איך איבער פאר לעזער קרויס.
וועלכע סארט. אינוועסטמענט/סעיווינגס פלען, ס׳איז די בעסטע פאר א חתונה פלען,
לייף אינשורענס?/ אדער גאר ריעל עסטעיט?/ מיוטשל פאנדס?/ גאווערנמענט באנדס? א.ד.ג.
וועלכע סארט עסעד מיקס איז די בעסטע?
ועוד וכו׳ וכדו׳
The Divided States Of America
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
יש בו האט געשריבן:געריבענער סוחר האט געשריבן:יש בו האט געשריבן:חתונה פלען
דעיס לאז איך איבער פאר לעזער קרויס.
וועלכע סארט. אינוועסטמענט/סעיווינגס פלען, ס׳איז די בעסטע פאר א חתונה פלען,
לייף אינשורענס?/ אדער גאר ריעל עסטעיט?/ מיוטשל פאנדס?/ גאווערנמענט באנדס? א.ד.ג.
וועלכע סארט עסעד מיקס איז די בעסטע?
ועוד וכו׳ וכדו׳
דערמאנסט מיר, אפאר יאר צירוק ווען מיין חבר איז געווארן א לייף אינשארענס עדשענט, און פארשטייט זיך מיין נאמבער איז ארויף אויף זיינע קאנטאקטס מיט א טעסק אז ער דארף מיר קאלן איינמאל א וואך, און איך האב אים אויסגעהערט מיט א אינטערעס גראדע.
איך האב אים געזאגט איין זאך. מיין פריינד, איך האלט אז קויפן א הויז איז וויכטיגער ווי מיוטשעל פאנד, זאגט ער מיר, נא... מאך א מעיוטשעל פאנד, און פון דעים קויף א הויז, האב איך אים געבעטן ער זאל מיר אויסשטעלן א פלאן וואס איך קען אייביג ארויס נעמען די געלט, און איך ווארט נאך אלץ.... (איך רעד נישט פון א שארט טערם לייף אינשארענס פאליסי)
וואס איך מיין ציזאגן, אז מיין אפיניאן איז אז עס איז דא צוויי זאכן וואס דארף שטיין פאר די אויגן נרך פאר מען לייגט אוועק געלט חתונה צי מאכן, דאס איז:
קויפן א הויז, בעז''ה
אויפבויען א ביזנעס, אדער א קאריער וואס מען מאכט 150 טויזענט דאלער א יאר, בעז''ה.
יעצט איז די מעשה אזוי איך אבזערוו זייער שטארק די מאוומענט פון לעזער קרויס מיט יואל ראטה, מיט די האפענונג אז ווען איך גיי חתונה מאכן בעז''ה גייט נישט אויספעלן צי האבן אוועק געלייגט געלט, פשוט ווייל אויב איך גיי האבן די גאטץ חתונה צי מאכן פאר 15 אלפים, דארף איך נישט דאגה'נען אזוי סאך יעצט, איך קען רואיג אינוועסטן אין מיין ביזנעס די געלט וואס אנשטאטס אפשימעלען אין א פאליסי קען איך דעמאלטס בעז''ה מאכן סאליד קעש און קענען טוהן דערמיט גוטע זאכן. און אויב איך וועל זיך קענען ערלויבן חתונה צי מאכן רייך אדער קויפן הייזער פאר מיינע קינדער מה טוב ומה נעים, אבער איך וועל נאכאלץ קענען חתונה מאכן פאר 15 אלפים.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
געריבענער ביסט פיינע נייעס
אגב גלייך איך זייער דיין אונטערשריפט
כדי אין יארן ארום ווען דו וועסט שוין האבן געטוישט די וועש זאל מען נאכאלץ וויסן װאס ס'געווען עלעכעס איבערלייגן למען יעמדו ימים רבים (אריינגעשאסן א פסוק. פארוואס נישט)

When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
הענדימען האט געשריבן:געריבענער ביסט פיינע נייעס
אגב גלייך איך זייער דיין אונטערשריפט
כדי אין יארן ארום ווען דו וועסט שוין האבן געטוישט די וועש זאל מען נאכאלץ וויסן װאס ס'געווען עלעכעס איבערלייגן למען יעמדו ימים רבים (אריינגעשאסן א פסוק. פארוואס נישט)When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
אין אידיש:
ווען עימעצער איז אייך מודיע אז: "דאס קען נישט געשען!"
געדענקט: דאס זענען זיינע מעגליכקייטן, נישט אייערס.
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
הענדימען האט געשריבן:כדי אין יארן ארום ווען דו וועסט שוין האבן געטוישט די וועש זאל מען נאכאלץ וויסן װאס ס'געווען עלעכעס איבערלייגן למען יעמדו ימים רבים (אריינגעשאסן א פסוק. פארוואס נישט)When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
שכח
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
געריבענער סוחר האט געשריבן:נו גוט נו שוין האט געשריבן:אהה יעצט זאגסטע אויס די סודות..... מאכן פליפס!!
אקעי נעקסט סטעפ, אויב מ'מעג פרעגן ווי אזוי טוט מען דאס...
איך האף אי''ה שפעטער צי שרייבן א לאנגס, אך וועל עס צילייגן צי די תגובה.
1. איך גיי רעדן יעצט פון איינער וואס האט נישט קיין פעני צי אינוועסטן.
2. מען דארף האבן א אינקאם, א וועידש, וואס זאל אויסהאלטן די געזונדל צום מינומים געברויכן וואס א משפחה דארף. (ניין, אבסולוטלי נישט אריינגערעכנט קיין וועקעישאן)
3. וזה החלי בעז''ה. בוי אויף דיין ווייבס קרעדיט עד הרקיע, די בעסטע ס'שייך. גיי צי איינעם וואס מאכט 0 apr קארטלעך און נעם ארויס למשל 75k. (דיין קרעדיט דארף אויך זיין גוט אבער בארג נישט אויף דיי נאמען גארנישט יעצט)
4. איך נעם א משל נוארק ניו דשערסי. אויב דו האסט עפעס קאנטאקט מיט היימישע בראקערס/אינוועסטערס מיט א גוט אויג פאר יענעם, דעמאלטס איז אלץ בעסער, שארט דיך צי, און פרעג צי זיי ווייסן עפעס א דיעל יעצט פון א 3 פעמילי אין א שוואכע קאנדישען פאר 200k בערך, אדער פראביר אנציהאקן מיט בראקערס אין זיללאו, זיי זאלן דיר אויסזאגן דיעלס נאך פאר עס קומט ארוייף אויף די מארקעט.
5. בעז''ה דו טרעפסט עפעס פאר 200k רענדש, נאך פארן אנטאטשען די זאך רוף א קאנטראקטער פאר עסטימעיט וויפיל געלט מען דארף אריינלייגן.
יעצט בעיקר וואס מען קוקט, איז וויפיל פארקויפט זיך א איבערגעבויטע 3 פעמילי אין יענע געגענט, עס איז כדי צי נעמען אן עפרעיזער צי אפשאצן וויפיל עס גייט.
לאמיר זאגן אונזער זאך גייט פאר 350k, די עסטימעיט איבער ציבויען איז 60k, דאס טייטש אז אויף דעים דיעל קענסטו מאכן 90k פראפיט.
מען דארף צירעכענען אז די קאנסטראקשען קאסט גייט זיך הייבן פון 15 ביז 20 פערסענט סאו לאמיר זאגן די זיכערע נעט פראפיט איז 74k.
6. למעשה אין אונזער חשבון האסטו נאר 75k צי אינוועסטען. איז יעצט קומט אריין. 'הארד מאני לאון' איינמאל דו האסט א גוטן פייל, אן אראפגעשריבענע חשבון פארוואס די אינוועסמענט מאכט סענס קענסטו טרעפן טראסט ביי א הארד מאני לענדער וואס גייט דיך בארגן ביז (פאר בעגינערס, און דו דארפסט האבן א גוטע קרעדיט) 75 פערסענט פון די דיעלס דאס טייטש אז דו קענסט זיכער באקומען די איבריגע 125k פאר קלאוזען און נאך 60k פארן איבערבויען. דאס גייסטע דארפן באצאלן מיט 12 פערסענט נאכן פארקויפן.
יעצט די הארד מאני לענדערס באצאלן אויך די גאנצע אדער רוב פון די איבערבויע קאסט, דאס טייט
7. מען גייט צי צום קלאוזען. נעם א לויער, די רגע וואס דו באקומסט די הארד מאני לאון קען מען קלאון בעז''ה, דערנאך גייט מען צי צום איבערבויען, וואס דארף נעמען און קאסטן לויט ווי די עסטימעיט, פלאס מען דארף צירעכענען נאך געלט און צייט.
8. די הויז איז פארטיג ב''ה, און מען לייגט עס ארויס צי פארקויפן פאר 350k און בעז''ה עס ווערט פארקויפט, יעצט נאכן באצאלן די 0 apr קרעדיט קארדס, און באצאלן 185 פארן הארד מאני לאון, פלאס 22k ריבית.
בלייבסטו בעז''ה איבער מיט: 68,000.
הצלחה, ברכה, און א סאך סייעתא דשמיא.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
קודם א יישר כח פאר די אינפארמאציע
זייער קלאר און פונקטליך געשריבן
אויף נומער 3 איז מיין שאלה, פארוואס?
דאס הייסט פארוואס דוקא איר נישט מיין?
זייער קלאר און פונקטליך געשריבן
אויף נומער 3 איז מיין שאלה, פארוואס?
דאס הייסט פארוואס דוקא איר נישט מיין?
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
נו גוט נו שוין האט געשריבן:קודם א יישר כח פאר די אינפארמאציע
זייער קלאר און פונקטליך געשריבן
אויף נומער 3 איז מיין שאלה, פארוואס?
דאס הייסט פארוואס דוקא איר נישט מיין?
ווייל אויב דיין נאמען איז אנגעבארגט וועסטו קיינמאל נישט באקימען א הארד מאני לאון. זיי קיקן געהעריג די קרעדיט, און זיי לייגן ארויף א ליען אויף די הויז.
איך בין געגאנגען מיט א ראדיקאלע משל, כדי ארויסציברענגן אז אפילי דו האסט בכלל נישט קיין געלט קען מען אנקימען.
די חילוק פון א כולל אינגערמאן און א עושר איז, אז דער כולל אינגערמאן איז שולדיג 100 דאלער פאר זיין חבר, און דער עושר איז שולדיג 100 מיליאן דאלער פאר די באנק.
פארשטייט זיך, אז א בעסערע אפשען איז צי בויען טראסט ביי מענטשען וואס האבן געלט צי איוועסטן און מאכן שותפות, לויט וויזוי עס איז אנגענימען, אז דער וואס שטעלט צוזאם די דיעל ווערט א שותף, לויט די אנגענימענע פערסענט.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12236
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
לאמיר גיין אביסל ווייטער...
נומער 4) די צווייטע חלק איינקלאפן מיט זיללאו בראוקערס.
ווי אזוי? און פארוואס זאל ער עס טון?
נומער 5) מ'קען אריינברענגען א קאנטראקטער פאר די הויז איז אפגעקויפט?
מיז ער בכלל זיין דארט אדער סקען גיין אויסענווייניג?
וואס קאסט א עפרעיזער שאצונג?
דאס איז עס אויף דערווייל...
נומער 4) די צווייטע חלק איינקלאפן מיט זיללאו בראוקערס.
ווי אזוי? און פארוואס זאל ער עס טון?
נומער 5) מ'קען אריינברענגען א קאנטראקטער פאר די הויז איז אפגעקויפט?
מיז ער בכלל זיין דארט אדער סקען גיין אויסענווייניג?
וואס קאסט א עפרעיזער שאצונג?
דאס איז עס אויף דערווייל...
ווער איז צמח???? ערשט האנטיגע באריכטן פונעם שפיאנאזש הויפטקוואטיר
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
נו גוט נו שוין האט געשריבן:לאמיר גיין אביסל ווייטער...
נומער 4) די צווייטע חלק איינקלאפן מיט זיללאו בראוקערס.
ווי אזוי? און פארוואס זאל ער עס טון?
נומער 5) מ'קען אריינברענגען א קאנטראקטער פאר די הויז איז אפגעקויפט?
מיז ער בכלל זיין דארט אדער סקען גיין אויסענווייניג?
וואס קאסט א עפרעיזער שאצונג?
דאס איז עס אויף דערווייל...
4. די חברה וואס דרייען זיך שוין אין א געגענט באקימען אלטעמאטיש בעסערע דיעלס. דער בראוקער קאלט אן די אינוועסטער די רגע ער האט א דיעל, און מארגן קען עס זיין פארקויפט, עס איז עם א שאד עס צי ליסטען אויב ער האט א באזע אינוועסטערס וואס ער איז אנגעהאקט.
5. א עסטימעט מאכט מען נאך פאר מען קויפט. אוודאי קומט די קאנטראקטער אריבער.
א עפרעיזעל קאסט פון 350 ביז 500.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר האלף
- תגובות: 1268
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
- לאקאציע: אין קאנפערענס רום
עווריבאדי איז וועלקאם
אויב איינער האט אן אינפאט ציצולייגן אדרבה ואדרבה, מיין ציל איז אז אונעם קאנפערענס רום זאל מען רעדן בלויז ביזנעס, און יעדער וואס האט עפעס ציצולייגן איז וועלקאם.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 878
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 28, 2016 1:23 pm
- לאקאציע: אין קאך
-
- שר מאה
- תגובות: 225
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm