טעקס ריטורן אינפארמאציע

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
Max Refund
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:01 pm

תגובהדורך Max Refund » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 7:17 pm

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
Max Refund האט געשריבן:
ברוינע באנאנע האט געשריבן:א גרויסען שכ״ח הרב Max Refund איך וויל וויסן וואס טי איך אויף אויב גיי פיילן מיינע טעקסעס ביי דיר וו״ס ביי טורבא טעקס ?

זייער גוט געפרעגט, אויבן אויף זענט איר גערעכט. אבער נעמט און באטראכט די פאלגענדע פרטים.

פרעג איך אייך, לוינט נישט דעם געשעפט? :smile: :smile: :wink:

איינער ווי מיר וואס איך ארבעט אויף א פלעינע W2 נישט קיין שום אנדערע אינקאם קען עס אויך אויסמאכן וויפיל איך באקום ציריק ?

די אלע אויבנדערמאנטע פרטים, קען אייך אויך היבש העלפן.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן פאר גאר ביליגע פרייזן.
MaxRefund1@gmail.com please Contact me at

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 8:48 pm

I know someone who didn't add a $1000 tax credit to his report by doing his tax return at some of the free Web sites he had the same case like me once we talked about how much we make in the return he saw I'm making with almost $1000 more then him he wondered we went to my accountant asking what can be the reason the accountant showed that he didn't add the credit the accountant was helpfull I think for that year but by the end he lost from 3 years the credit total of almost $3000 I paid $75 a year so make your calculation there are professionals for a reason!! Doing by professionals is just a + not a expense

Disclaimer I'm not working for any accountants when in a line are professionals i'll always take service from them for the minimum pay

ביללער
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 10, 2018 1:47 am

תגובהדורך ביללער » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 8:59 pm

יישר כח מעקס רעפאנד פאר אייערע אינפארמאציע.
און יעצט צו די פראגע..
א נידעריגע פארדינער אין ערשטן יאר נאכן קויפן א אייגענע הויז ווי ער וואוינט, איז דא עפעס ספעציעלע קרעדיטס ?

אוועטאר
Max Refund
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:01 pm

תגובהדורך Max Refund » דאנארשטאג ינואר 31, 2019 9:37 pm

ביללער האט געשריבן:יישר כח מעקס רעפאנד פאר אייערע אינפארמאציע.
און יעצט צו די פראגע..
א נידעריגע פארדינער אין ערשטן יאר נאכן קויפן א אייגענע הויז ווי ער וואוינט, איז דא עפעס ספעציעלע קרעדיטס ?

אין געוויסע פעלער, קענט איר באקומען א דאלער פאר א דאלער קרעדיט ביז 2 אלפים אויף די מארטגעטש אינטרעסט
אין נאך פארשידענע פרטים וואס קען אייך צוניצקומען צום ביישפיל אויב האט איר גענומען די געלט פון א IRA אקאוינט.

ועוד ועוד ואכמ"ל (שמועס עס דורך מיט דיין אקאוינטענט)
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן פאר גאר ביליגע פרייזן.
MaxRefund1@gmail.com please Contact me at

Shuli
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:20 am

אויב מען האט געהאט א קינד סוף יאר 2018 איז מען קוואלעפצירט פארן $2,000 קרעדיט?

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:27 am

Shuli האט געשריבן:אויב מען האט געהאט א קינד סוף יאר 2018 איז מען קוואלעפצירט פארן $2,000 קרעדיט?

יא

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:30 am

Even you had the baby December 31st 11:59.59pm you getting the refund

צום פונקט
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 08, 2014 10:13 pm

תגובהדורך צום פונקט » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:21 am

פאר אן W9 פון $10,000 און נאך אן אינקאם פון $5,000 פון א 1099.
מיין שאלה איז צו מען דארף אריינגעבן א ביזנעס עקספענס, פאר אזא קליינע 1099, לאמער זאגן כ'האב פארדינט פון שרייבן $5,000
אדער ס'איז נישט וויכטיג?

אוועטאר
געשיקטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 460
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 26, 2017 7:47 am

תגובהדורך געשיקטער » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:36 am

צום פונקט האט געשריבן:פאר אן W9 פון $10,000 און נאך אן אינקאם פון $5,000 פון א 1099.
מיין שאלה איז צו מען דארף אריינגעבן א ביזנעס עקספענס, פאר אזא קליינע 1099, לאמער זאגן כ'האב פארדינט פון שרייבן $5,000
אדער ס'איז נישט וויכטיג?

וואס איז דאס א W9 ?
עס קומט מיר נישט קיין מזל טוב צום ווערען א שר 250 ??

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1789
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:40 am

שיינע אינפארמאטיווע אשכול.

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איינער ווי מיר וואס איך ארבעט אויף א פלעינע W2 נישט קיין שום אנדערע אינקאם קען עס אויך אויסמאכן וויפיל איך באקום ציריק ?

במחכ"ת פונעם פותח האשכול, איינער וואס האט נישט קיין מארגידזש, 1099,1098, נאר בלויז א W2, זעה איך נישט פארוואס מ'זאל נישט פיילן אויף קרעדיט קארמא, טורבא טעקס.

'נעגלוואסער' טענה'ט עפעס איבער אן איבריגער טויזענטער, האט יענער בלויז א W2, אדער ער האט נישט געוואוסט צוצולייגן צום 1098 קאלידזש עקספענסעס?

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:56 am

איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

ממה נפשך
שר חמש מאות
תגובות: 855
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » זונטאג פאברואר 03, 2019 10:57 am

קען מען באקומען א קרעדיט פאר שכ"ל וואס מ'צאלט פאר קלענערע קינדער?

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג פאברואר 03, 2019 11:24 am

די מיינסט א 1099? נישט 1098?
nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
nmi
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm

תגובהדורך nmi » זונטאג פאברואר 03, 2019 11:27 am

קאטטשקעלע האט געשריבן:די מיינסט א 1099? נישט 1098?
nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

רייט. סאררי

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2443
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג פאברואר 03, 2019 11:33 am

שמואל בארג האט געשריבן:שיינע אינפארמאטיווע אשכול.

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איינער ווי מיר וואס איך ארבעט אויף א פלעינע W2 נישט קיין שום אנדערע אינקאם קען עס אויך אויסמאכן וויפיל איך באקום ציריק ?

במחכ"ת פונעם פותח האשכול, איינער וואס האט נישט קיין מארגידזש, 1099,1098, נאר בלויז א W2, זעה איך נישט פארוואס מ'זאל נישט פיילן אויף קרעדיט קארמא, טורבא טעקס.

'נעגלוואסער' טענה'ט עפעס איבער אן איבריגער טויזענטער, האט יענער בלויז א W2, אדער ער האט נישט געוואוסט צוצולייגן צום 1098 קאלידזש עקספענסעס?

ס'איז ווי א מענטש, עס איז דא וואס קענען שוואך דעם שפת המדינה אדער האבן סתם אזוי מורא אליינס אויסצופילן א רעגירונג דאקומענט (יעדע יאר צאלט ער א פופציגער מרת שווארץ זאל באנייען זיין מעדיקעיד...) די צאלן סתם אזוי דעם פופציגער אויך פארן טעקס ריטורן.

ס'איז אבער ריכטיג אז איינער וואָס ארבעט אויף א באשטימטע געהאלט און האט נישט קיין ספעציעלע זאכן איז זייער גרינג עס אליינס צו פיילן און די ריפאונט וועט זיין אויפן האר די זעלבע.

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:17 pm

גם אני בחלומי איך מאך דאס אליינס
לאז געמאכט האט געשריבן:
שמואל בארג האט געשריבן:שיינע אינפארמאטיווע אשכול.

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
איינער ווי מיר וואס איך ארבעט אויף א פלעינע W2 נישט קיין שום אנדערע אינקאם קען עס אויך אויסמאכן וויפיל איך באקום ציריק ?

במחכ"ת פונעם פותח האשכול, איינער וואס האט נישט קיין מארגידזש, 1099,1098, נאר בלויז א W2, זעה איך נישט פארוואס מ'זאל נישט פיילן אויף קרעדיט קארמא, טורבא טעקס.

'נעגלוואסער' טענה'ט עפעס איבער אן איבריגער טויזענטער, האט יענער בלויז א W2, אדער ער האט נישט געוואוסט צוצולייגן צום 1098 קאלידזש עקספענסעס?

ס'איז ווי א מענטש, עס איז דא וואס קענען שוואך דעם שפת המדינה אדער האבן סתם אזוי מורא אליינס אויסצופילן א רעגירונג דאקומענט (יעדע יאר צאלט ער א פופציגער מרת שווארץ זאל באנייען זיין מעדיקעיד...) די צאלן סתם אזוי דעם פופציגער אויך פארן טעקס ריטורן.

ס'איז אבער ריכטיג אז איינער וואָס ארבעט אויף א באשטימטע געהאלט און האט נישט קיין ספעציעלע זאכן איז זייער גרינג עס אליינס צו פיילן און די ריפאונט וועט זיין אויפן האר די זעלבע.
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:20 pm

you are 100% right thats what i wrote im from the people who will always go to a professional to do the work for me

btw im in a other line where im also a professional in that line im always looking how people doing the work by them self they always have problems and then coming to me if you know what to do then do it by your self if you dont know 100% even you know 95% go to a professional
לעצט פאראכטן דורך נעגלוואסער אום זונטאג פאברואר 03, 2019 1:48 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

דריידל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3325
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » זונטאג פאברואר 03, 2019 12:56 pm

nmi האט געשריבן:איינער האט מיר געגעבן געלד דורך'ן יאר און האט מיר געזאגט אז ער וויל מיר עס געבן אויף א צען אכט און ניינצוגער. אנדערהאלב חודש צוריק קאל איך אים אן זאגט ער מיר אז ער דארף עס פרעגן זיין עקאונטן און איך זאל אים דערמאנען דעם נעקסטן אינדערפרי. קאל איך אים אן דעם נעקסטן אינדערפרי. זאגט ער מיר איך זאל אים דערמאנען... אזוי איז עס געגאנגן א פאר טאג ביז ער הייבט שוין נישט אויף קיין פאון אויף מיר, דעפלייט נישט קיין מעסידזשעס, נישט קיין וואצעפ וכו' אום איך קען נישט פיילן קיין טעקסעס לכבוד דעם. וואס טוה איך דא???

מ'דארף נישט האבן קיין 1099 צו פיילן די טעקס רעטוירן. ווען די פיילסט דיין טעקסעס זאג פאר דיין אקאונטענט זאל צולייגן די סכום וואס יענער האט דיך געגעבן דורכ'ן יאר צו דיין schedule c.
די איידיע פון 1099 איז אז די צאהלער זאל מודיע זיין די אייארעס (מסר'ן בלע"ז) אז די האסט פארדינט כך וכך און פאר דיר דארף ער בלויז געבן א קאפי

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12876
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:40 pm

נעגלוואסער האט געשריבן:you 100% right that what i wrote im from the people who will always go to a professional to do the work for me

btw im in a other line where im also a professional in that line im always looking how people doing the work by it self they always have problems and then coming to me if you know what to do then do it by your self if you dont know 100% even you know 95% go to a professional

איך האף אז די ביזט נישט אזא מומחה אין דיין פאך ווי אין ענגליש
ווער צווינגט דיר צו שרייבען אין ענגליש?

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:45 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:וואס איך קען באשטיין צו הערן איז אויב דאס יאר גייט זיין אנדערע סכומים לכבוד דעם פרעזידענטס טעקס רעפארם בילל (כהאב געהערט אז עס גייט זיין א שינוי לטובה)
אויך וויל איך וויסן וואס איז די חילוק (אויב עס איז דא) פאר א קינד אונטער די 18 יאר אדער עלטער

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 451
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: ביים טאטן און וויינגארטן

תגובהדורך נעגלוואסער » זונטאג פאברואר 03, 2019 1:47 pm

קיקיון האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:you 100% right that what i wrote im from the people who will always go to a professional to do the work for me

btw im in a other line where im also a professional in that line im always looking how people doing the work by it self they always have problems and then coming to me if you know what to do then do it by your self if you dont know 100% even you know 95% go to a professional

איך האף אז די ביזט נישט אזא מומחה אין דיין פאך ווי אין ענגליש
ווער צווינגט דיר צו שרייבען אין ענגליש?

im not a English teacher :lol:

im writing in English cause that's what my keyboard supports

אוועטאר
Max Refund
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #7 קידער קרעדיטס חלק א

תגובהדורך Max Refund » זונטאג פאברואר 03, 2019 2:40 pm

א גוטן אווענט. לאמיר ווייטער ממשיך זיין.

עס איז דא דריי קרעדיטס וואס איינער וואס האט קינדער קען באקומען:

היינט וועל איך אביסל אויסשמועסן: טשיילד טעקס קרעדיט (CTC)

טשיילד טעקס קרעדיט האט זיך שטארק געטוישט מיט די פאריעריגע טעקס ריפארם ביל.

ביז היינט: האט מען באקומען א $1,000 ריפאנדעבל קרעדיט פער קינד, פאר די ערשטע 3 קינדער.

די יאר: האט זיך בעיקר געטוישט דריי זאכן:
1. מען באקומט $2,000 קרעדיט פער קינד, און $1,400 דערפון איז ריפאנדעבל,(אבער די ריפאנדעבל קרעדיט קען נישט זיין מער ווי אין 15% פון די אינקאם העכער $2,500).
2. רייכע פארדינער קענען אויך באקומען די קרעדיט, ביז א אינקאם פון $400,000 אויב פיילט מען married.
3. די קרעדיט איז פאר יעדע קינד אינטער 17 יאר, די פאריעריגע טעקס ריפארם ביל האט אבער צוגעלייט א א $500 קרעדיט פאר קינדער העכער 17.

דאס מיינט צו מאכן די מערסטע פון די ריפאנדעבל קרעדיט דארף אייער אינקאם זיין:
אויב האט איר 1 קינד: בערך $12,000 צו מאכן די גאנצע $1,400 ריפאנדעבל קרעדיט (וואס דעמאלטס איז 15% פון די אינקאם העכער $2,500 בערך $1,400)
אויב האט איר 2 קינדער: בערך $20,000 צו מאכן די גאנצע $2,800 ריפאנדעבל קרעדיט (וואס דעמאלטס איז 15% פון די אינקאם העכער $2,500 בערך $2,800)
אויב האט איר 3 קינדער: בערך $29,000 צו מאכן די גאנצע $3,200 ריפאנדעבל קרעדיט (וואס דעמאלטס איז 15% פון די אינקאם העכער $2,500 בערך $3,200)
א.א.וו.

אי"ה און די קומעדיגע תגובות העמיר ממשיך זיין מיט די אנדערע קינדער קרעדיטס
פאר הערות און קאמענטארן, אדער צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, שיקט אן אימעיל צו maxrefund1@gmaill.com
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן פאר גאר ביליגע פרייזן.
MaxRefund1@gmail.com please Contact me at

אוועטאר
קאטטשקעלע
שר מאה
תגובות: 218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 24, 2011 8:52 am
לאקאציע: ביי די טאטערס

תגובהדורך קאטטשקעלע » זונטאג פאברואר 03, 2019 7:43 pm

שכח
אויב וויל איר זיך אויפסיינען אויף איבעיט גייטדא
איך האב שוין געמאכט הונדערטערס

עולם האמת
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:25 pm

תגובהדורך עולם האמת » דינסטאג פאברואר 05, 2019 7:02 pm

גרויסע שכח

זייער אינטערעסאנט אין אינפארמאטיוו!!

אוועטאר
Max Refund
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 24, 2019 7:01 pm

בולעטין #8 קינדער קרעדיטס חלק ב

תגובהדורך Max Refund » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:52 pm

היינט העמיר רעדן פונעם צווייטן קינדער קרעדיט: Earned Income Credit

Earned Income Credit - איז א ריפאנדעבל קרעדיט געוואנדן וויפיל אינקאם מען פארדינט און וויפיל קינדער מען האט.

פאלגענד איז א חשבון וויפיל אינקאם איר דארפט האבן געמאכט צוריקצובאקומען די מערסטע פון די קרעדיט:
אויב האט איר 1 קינד, און אייער אינקאם איז צווישן 10 אין 24 טויזענט דאלער, איז אייער פעדערעל EIC בערך $3500 .
אויב האט איר 2 קינדער, און אייער אינקאם איז צווישן 14 אין 24 טויזענט דאלער, איז אייער פעדערעל EIC בערך $5700 .
אויב האט איר 3 קינדער, און אייער אינקאם איז צווישן 14 אין 24 טויזענט דאלער, איז אייער פעדערעל EIC בערך $6400 .

אויב מאכט איר ווייניגער פון 10/14 טויזענט דאלער, אדער מער פון $24,000 וועט אייער ריפאנד ווערן קלענער.

אין געוויסע פעלער אפילו אן קינדער קען מען אויך באקומען ביז ארום $510 פון די קרעדיט, (אויב אייער יארגאנג איז צווישן 25-65 אין איר זענט LOW אינקאם).

ווי אויך קענט איר באקומען פון די סטעיט EIC, ביז 30% פון וויפיל איר באקומט פון די פעדערעל EIC.

אי"ה און די קומעדיגע תגובות העמיר ממשיך זיין מיט די אנדערע קינדער קרעדיטס
פאר הערות און קאמענטארן, אדער צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, שיקט אן אימעיל צו MaxRefund1@gmail.com
לעצט פאראכטן דורך Max Refund אום דאנארשטאג פאברואר 07, 2019 10:45 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
צו פיילן אייער פערסאנעל אדער ביזנעס טעקס ריטורן, אדער עפענען א קארפארעישן פאר גאר ביליגע פרייזן.
MaxRefund1@gmail.com please Contact me at

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט