ואס וואלט געווען דיין עדווייס אראפ צו ברענגען עמעזאן פון ווי זיי זענען יעצט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

פרוכט בוים
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 06, 2013 4:38 pm

ואס וואלט געווען דיין עדווייס אראפ צו ברענגען עמעזאן פון ווי זיי זענען יעצט

תגובהדורך פרוכט בוים » זונטאג ינואר 13, 2019 4:37 pm

ווען איינער זאגט דיך אז ער האט קאנעקטשענס מיט די גרעסטע corporate CEO אדער ער האט ביליאנס און איז גרייט צו הערן דיין עדווייס וויזוי צו קאמפיטן מיט עמעזאן נישט קיין חילוק וועלעכע וועג און אויף וועלעכע חלק פון עמעזאן אז יענער זאל מאכן געלט און די זעלבע צייט שטארק קאמפיטען מיט עמעזאן, אדער צו ארבעטן צוזאמען מיט קאמפעטישנס פון עמעזאן אדער מיט ביזנעסער (למשל און גראסערי שאפ רייט וכד, טארגעט, יו פי עס, און search גוגל וכד)נאר א משל אדער אנדערע קאמפעניס וואס וועלן לכאורה און די לאנג ראן ווערן effected אדער צו געמאכט אדאנק עמעזאן, זיי ארויף צו ברענגען און די זעלבע צייט דערלאנגען א שנעלקע פאר עמעזאן, וועלעכע איידיעס אדער עדווייס וואלסטו געגעבן

אוועטאר
Graphic24
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

תגובהדורך Graphic24 » זונטאג ינואר 13, 2019 4:46 pm

אגב; עפעס געהערט אז דזשעף בעזאס גרייטסעך אויף א דעווארס... איינער מיט דעטאלן?
!Orders delivered in 24 hours... or the Design is yours absolutely FREE

...Click for contact info and Design Samples

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » זונטאג ינואר 13, 2019 5:01 pm

Jet.com האט דאס געבלאזן ווען זיי האבן געעפנט. זיי האבן געהאט א פונקטליכע טיים פרעים ווען עמעזאן וועט זיין אין דר'ערד און רעזולטאט פון זייער קונקערענץ. זיי האבן געהאט מעגא אינוועסטארס אויף זייער זייט און למעשה איז די גאנצע טשענעלל א פוסטע מארקעטפלעיס.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג ינואר 13, 2019 5:25 pm

זיי זענען פוסט ווייל וואלמארט האט זיי אפגעקויפט, און אנשטאט אריינלייגן די כוחות צו בויען דזשעט, בויען זיי וואל-מארט.

און זיי זענען היבש מצליח.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צולייגער
שר האלף
תגובות: 1981
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » זונטאג ינואר 13, 2019 7:01 pm

ווישוואש האט געשריבן:זיי זענען פוסט ווייל וואלמארט האט זיי אפגעקויפט, און אנשטאט אריינלייגן די כוחות צו בויען דזשעט, בויען זיי וואל-מארט.

און זיי זענען היבש מצליח.

עס איז שווער צו זאגן 'מצליח' לגבי אונטערברענגען עמעזאן, ווייל דערווייל וואקסט דער גרוש ווי אויף הייוון, אבער דאס יא, זיי האלטן אין איין בעסער ווערן און זיך טוישן פון א כל בו דעפארטמענט סטאר צו א געהעריגע גאו-טו פאר אלע געברויכן, אריינגערעכנט עלעקטראנישע מכשירים און צוגעהערן.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

גאפל
שר חמש מאות
תגובות: 789
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2016 9:52 pm

תגובהדורך גאפל » זונטאג ינואר 13, 2019 7:02 pm

Graphic24 האט געשריבן:אגב; עפעס געהערט אז דזשעף בעזאס גרייטסעך אויף א דעווארס... איינער מיט דעטאלן?


דאס מיינט אז זשעף בעזאס פארלירט האלב פון זיין פארמעגן וואס ער דארף געבן כתובה געלט

אוועטאר
משה11
שר האלף
תגובות: 1033
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2017 3:49 pm

תגובהדורך משה11 » זונטאג ינואר 13, 2019 8:19 pm

גאפל האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:אגב; עפעס געהערט אז דזשעף בעזאס גרייטסעך אויף א דעווארס... איינער מיט דעטאלן?


דאס מיינט אז זשעף בעזאס פארלירט האלב פון זיין פארמעגן וואס ער דארף געבן כתובה געלט

ער גייט פון די ערשטע פלאץ צו די פערדע פלאץ
און זיין געוועזענע גיין ווערן די רייכסטע פרוי
דא קענט איר טרעדן סטאקס אן קיין עקסטערע אפצאהלבאקומט א פרי סטאק בלויז פאר'ן אויפסיינען

Haklal
שר חמש מאות
תגובות: 874
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

תגובהדורך Haklal » זונטאג ינואר 13, 2019 8:42 pm

איך וואלט געפירט א נעגאטיווע קאמפיין, דהיינו איך וואלט אין א 1 מינוטיגע ווידיא געלאזט לויפן איבעראל ווייזענדיג טאפ סעללער פראדוקטן וואס מען קען באקומען ביליגער אדער די זעלבע פאר 2 דעי שיפינג אהן דארפן צאלן דערפאר, אין ארויסגעברענגט אז דעס אז עמעזאן איז ביליג, באקוועם, אדער גרינגע ריטארונס איז א myth אין די אתה בן אדם זיי נישט קיין נער אין גיי נישט נאך דער עולם גולם אין זיי קליגער.

פארשטייט זיך אז מען דארף בויען א סייט ווי מען וועט קענען אויפקוקן אין קאמפערן פרייזן צווישן עמעזאן אין אנדערע מען וועט מאכן געלט אדורך אפפיליעט קאמישאנס

דאס איז בערך די איידיע

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג ינואר 13, 2019 9:01 pm

This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » זונטאג ינואר 13, 2019 9:14 pm

בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.


זאגסט א שטארקע ווארט

וועגן אין די נייעס שטייט אז זיי בלייבן ווייטער גוטע פריינט ,און זיי לעבן בשלום

אוועטאר
בן ימיני
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 02, 2018 9:21 pm

תגובהדורך בן ימיני » זונטאג ינואר 13, 2019 9:27 pm

איך הער אז google express וואקסט אויף הייוון

אוועטאר
בענקעל
שר האלפיים
תגובות: 2873
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » זונטאג ינואר 13, 2019 10:10 pm

IMG-20190111-WA0009.jpg
IMG-20190111-WA0009.jpg (83.94 KiB) געזעהן 1032 מאל

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » זונטאג ינואר 13, 2019 11:37 pm

בר דעת האט געשריבן:This whole divorce may be just a setup. Its the best way for him to sell a big chunk of his shares without causing the stock price to drop sharply.

פארוואס דארף ער עס פארקויפן?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

בר דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » זונטאג ינואר 13, 2019 11:45 pm

It's very risky to have most of his wealth in one single stock.

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג ינואר 13, 2019 11:55 pm

מיין עפראוטש איז אז וואל מארט זאל עפענען די FBA געדאנק, וואס דעיס איז די איינציגסטע וועג אז וואל מארט אדער עני וואן זאל קענען ווערן אזוי גרויס ווי עמעזאן.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:00 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין עפראוטש איז אז וואל מארט זאל עפענען די FBA געדאנק, וואס דעיס איז די איינציגסטע וועג אז וואל מארט אדער עני וואן זאל קענען ווערן אזוי גרויס ווי עמעזאן.


איך געדענק די צייטן נאך פאר fba ,
Amazon האט דעמאלס אינטערגעברענגט ebay און געווען די גרעסטע אפילו אן fba פאר א שיינע שטיק צייט

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:04 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
געריבענער סוחר האט געשריבן:מיין עפראוטש איז אז וואל מארט זאל עפענען די FBA געדאנק, וואס דעיס איז די איינציגסטע וועג אז וואל מארט אדער עני וואן זאל קענען ווערן אזוי גרויס ווי עמעזאן.


איך געדענק די צייטן נאך פאר fba ,
Amazon האט דעמאלס אינטערגעברענגט ebay און געווען די גרעסטע אפילו אן fba פאר א שיינע שטיק צייט

FBA איז טאקע א חלק פון די פאזעל, אבער יעצט ווער ער האט דעיס קען וואל מארט נישט אנקימען לקרסילי רגליו.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:14 am

איך וואלט געווען זייער סעללער פרענדלי, געקאנטאקט אלע סעלער'ס, און געמאכט נארמאלע רולס, וואס אויב מ'האלט איין בלייבט מען פארקויפן, און מ'ווארפט נישט אראפ יעדע מינט, און כ'וואלט געהא א טיעם פון מענטשן אין די קאמפאני געהעריג צו רעדן און שמוסן.
געהעריג דורך געקוקט רעוויואס, און היידשעקערס.

איך וואלט באהנדלט סעלער'ס ווי ביזנעס פארטנער'ס, און געגעבן עפעס א רענקינג בענעפיט פאר איינעם וואס ברענגט א נייע פראדאקט די ערשטע מאל, און צוגעזאגט נישט אליין
צו קאמפיטן מיט מיינע אייגענע סעלער.

כ'וואלט געעפנט סופער סטארס פון ווי צו דעליווערן, כ'וואלט געגעבן די אפשן פאר סעלער'ס, צו צאלן שיפינג ס'זאל ליגן אין אלע סטארס, אדער נאר שיקן לאקאל, און צאלן שיפינג צו ווייטע קאסטומער, דאס הייסט מ'קען זיין א סעלער נאר אנליין אדער אפפליין אויך.

כ'וואלט צוגעשטעלט א געשמאקע מארקעטינג טיעם מיט העלפ פאר סעלערס צו קענען קויפן וואס זיי ווילן.

מ'קען פשוט ארויף גיין אויף עני סעללער אדער בייער פורום און אנהייבן פיקסן איין פראבלעם נאכ'ן צווייטן, עס איז בכלל נישט אזוי שווער, מ'קען אין איין יאר איבערנעמען אלע אמאזאן סעלער'ס, דאס מאכט אויס האלב אמאזאן, און די אנדערע האלב פון אמאזאן אליין איז אויך האלב וואס זיי האבן געגנב'ט פון סעלער'ס, די נייע סייט וועט עדווענטשאלי געווינען.

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:16 am

לייפציק האט געשריבן:איך וואלט געווען זייער סעללער פרענדלי, געקאנטאקט אלע סעלער'ס, און געמאכט נארמאלע רולס, וואס אויב מ'האלט איין בלייבט מען פארקויפן, און מ'וואפר און מ'האט א מענטש אין די קאמפאני געהעריג צו רעדן און שמוסן.
געהעריג דורך געקוקט רעוויואס, און היידשעקערס.

איך וואלט באהנדלט סעלער'ס ווי ביזנעס פארטנער'ס, און געגעבן עפעס א רענקינג בענעפיט פאר איינעם וואס ברענגט א נייע פראדאקט די ערשטע מאל, און צוגעזאגט נישט אליין
צו קאמפיטן מיט מיינע אייגענע סעלער.

כ'וואלט געעפנט סופער סטארס פון ווי צו דעליווערן, כ'וואלט געגעבן די אפשן פאר סעלער'ס, צו צאלן שיפינג ס'זאל ליגן אין אלע סטארס, אדער נאר שיקן לאקאל, און צאלן שיפינג צו ווייטע קאסטומער.

כ'וואלט צוגעשטעלט א געשמאקע מארקעטינג טיעם מיט העלפ פאר סעלערס צו קענען קויפן וואס זיי ווילן.

מ'קען פשוט ארויף גיין אויף עני סעללער אדער בייער פורום און אנהייבן פיקסן איין פראבלעם נאכ'ן צווייטן, עס איז בכלל נישט אזוי שווער, מ'קען אין איין יאר איבערנעמען אלע אמאזאן סעלער'ס, דאס מאכט אויס האלב אמאזאן, און די אנדערע האלב פון אמאזאן אליין איז אויך האלב וואס זיי האבן געגנב'ט פון סעלער'ס, די נייע סייט וועט עדווענטשאלי געווינען.

מיט אביסעלע מזל

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:22 am

רעסטאראנט האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן: די נייע סייט וועט עדווענטשאלי געווינען.

מיט אביסעלע מזל

פארשטייט זיך, און מיט סיעתא דישמיא.
די פאקט אז אמזאן פייט מיט זייערע ביזנעס פארטנער'ס, גייט איין טאג צוריק שמייסן אהיים.
עס איז דא סעלערס פון הונדערטער מיליאנען, וואס גיין אוועק פון אמאזאן, און האבן נישט עכט ווי צוגיין, חוץ אויף אייגענע סייט'ס, וואס די רייץ צו מאכן פרישע פרודאקטן איז נישט אזוי גרויס.

רעסטאראנט
שר חמש מאות
תגובות: 997
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג ינואר 14, 2019 12:28 am

נו אפשר נעמען זיך צוזאם היימישע סעללערס און מען עפענט אן אייגענע עמעזאן קאמפיטאשען? יעדער ווארפט אריין געלט , היימישע אידישע קעפ זענען דאך דאס בעסטע וואס איז דא אויפן מארקעט , עס איז ידוע אז אין די ערשטע שטארקע יארן זענען א ריזן פארצענט פון אלע עמעזאן סעללערס געווען היימישע אידן , געווען איינער וואס איז געווען איינע פון די 10 גרעסטע סעללער אקקאונטס

נו ווער שפרינגט אריין? :smile:

ווילעךיא
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 26, 2015 1:18 am

תגובהדורך ווילעךיא » מאנטאג ינואר 14, 2019 1:26 am

דער סעללער איז דארט ווי דער קאסטומער איז...
עמעזאן האט נישט אויפגעבויט א פלאטפארם פון סעללערס... ער האט אויפגעבויט א דעסטינאציע פאר עמך מענטשן און נאכדעם אנגעפאנגען צו ניצן די פאפולערע דעסטינאציע צו פארקויפן נאך זאכן.
קענסט נישט בויקאטירן קיין קאסטומער... נישטא אזאנס... די קאסטומערס זענען די בעלי בתים. זיי זענען קובע ווי דער מוכר זאל זיין...
אויב ווילסטו קאנקערירן מיט עמעזאן דארפסטו טרעפן וויאזוי צו שלעפן מיליאנען מענטשן וואס קויפן צו אן אנדערע וועב זייטל... די פארקויפערס וועלן שנעל אהין קומען אויב די קויפערס דרייען זיך דארט.

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » מאנטאג ינואר 14, 2019 1:38 am

דער קאסטומער איז אויך דא, מ'דארף א געשמאקע סיסטעם, גוטע פרייזן און אביסעלע מארקעטינג, אז כ'האב איין ביליאן דאלער צו די זייט, טאנץ איך אריין...

אזא פלעטפארום ווי אמאזאן די סייט אליין הייבט אן ביי א שיינע פאר מעלאנעס, מארקעטינג, פאסיליטיס, און נאכדעם צו קענען מיט זיי קאמפיטן, גייט נישט אזוי גרינג, אבער, איך געדענקט ווי קיינער האט נישט געגעלייבט אז וואלמארט וועט ביטקן קעימארט.

בלי לחץ
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 25, 2012 10:17 am

תגובהדורך בלי לחץ » מאנטאג ינואר 14, 2019 1:54 am

פרוכט בוים האט געשריבן:ווען איינער זאגט דיך אז ער האט קאנעקטשענס מיט די גרעסטע corporate CEO אדער ער האט ביליאנס און איז גרייט צו הערן דיין עדווייס וויזוי צו קאמפיטן מיט עמעזאן נישט קיין חילוק וועלעכע וועג און אויף וועלעכע חלק פון עמעזאן אז יענער זאל מאכן געלט און די זעלבע צייט שטארק קאמפיטען מיט עמעזאן, אדער צו ארבעטן צוזאמען מיט קאמפעטישנס פון עמעזאן אדער מיט ביזנעסער (למשל און גראסערי שאפ רייט וכד, טארגעט, יו פי עס, און search גוגל וכד)נאר א משל אדער אנדערע קאמפעניס וואס וועלן לכאורה און די לאנג ראן ווערן effected אדער צו געמאכט אדאנק עמעזאן, זיי ארויף צו ברענגען און די זעלבע צייט דערלאנגען א שנעלקע פאר עמעזאן, וועלעכע איידיעס אדער עדווייס וואלסטו געגעבן


סתם פאר אינטרעסאנטקייט, איר פרעגט ווייל איר ווילט עפעס למעשה אדער אלץ אן אינטרעסאנטער שמיעס?

לכאורה איז אפיליעט לינקס שטארק שילדיג אין עמעזאן'ס הצלחה, ס'דא מיליאנען סייטס און יוטוב ווידעאס וואס שיקן קאסטומערס צו עמעזאן. היינט מאכט מסתם נישט אזוי פיל אויס אבער אנהייב איז עס געווען א געוואלדיגער געדאנק פאר קאסטומער עקוואזישן.

זייער FBA סיסטעם איז אויך נישט אוועקצומאכן, טויזנטער סעלערס וואלטן ווען פארקויפט אויף וואלמארט ווען זיי האבן ווען די אלע פולפילמענט סענטערס.

דערווייל איז נאכנישט דא קיין איין מארקעטפלעיס וואס האט אזא גרינגע אינטערפעיס פאר סעלערס, וואלמארט איז זייער קאמפלאצירט.

סעלערס זענען אויך א גרויס חלק פון עמעזאן'ס מארקעטינג, יעדער סעלער פראבירט צו שטיפן זיינע סחורה און ברענגען ווי מער קאסטומערס, אזוי ארום פארדינט שוין עמעזאן אויך אויף קאסטומער עקוואזישן.
איך גלויב אז רוב סעלערס וואלטן זיך צוגעכאפט צו פייטן עמעזאן, יעצט זענען זיי צוגעבינדן צו עמעזאן'ס חסדים און עס איז אפילו נישט דא דער ריכטיגער קאמפעטישן פון וועם עמעזאן זאל מורא האבן אז זיי וועלן פארלירן די אלע סעלערס (און פראדוקטן/אינאוועישן).

לדעתי איז דזשעטס דורכפאל געווען אז זיי האבן געהאט גאר א שלעכטע סירטש ענזשין, מען האט נאר געקענט טרעפן עפעס אויב האט מען עס געזוכט מיט די זעלבע קיווארדס ווי דער סעלער האט אריינגעלייגט, עמעזאן פון די אנדערע זייט איז שטארק אויפגעארבעט און ברענגט זייער אקוראטע סיערטש רעזולטאטן, דאס מאכט דעם גאנצן שאפינג עקספיריענס זייער געשמאק און גרינג.

קוקט אויס ווי עמעזאן איז דערווייל דא טא סטעי, נישט דא קיין ערענסטע קאמפעטישן פון וועם מורא צו האבן, על כל פנים אין די שארט ראן

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4339
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג ינואר 14, 2019 7:56 am

בר דעת האט געשריבן:It's very risky to have most of his wealth in one single stock.

וואסערע שייכות האט דאס מיט'ן גט? ער קען איר געבן סטאקס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט