בלאט 1 פון 1
טעקס ID בעקגראונד טשעק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2008 10:59 am
דורך בןהרחמן
-איך ווייס אויב די נושא איז אויפן גוטן פלאץ, אויב נישט זאל מען עס לייגן וואו עס באלאנגט-
יעצט צום ענין
איז דא א וועג וויאזוי מען קען נאכטשעקן אויף מיין טעקס איי.די. אויב עס ווערט גענוצט אויף זאכען אן מיין ערלויבעניש? ווער עס האט אינפארמאציע זאל זיך מעלדען (פארשטייט זיך די בעסטע איז אויב מען קען בחנם)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2008 11:39 am
דורך לחיים ולברכה
קודם שלום עליכם בעני (נישט זיך פארשטוישן מיט רבינו הגדול...).
דיין שאלה איז אויפ'ן גוטע פלאץ, אבער כ'ווייס דיר נישט וואס צו ענטפערן. כ'בין (דערווייל) נישט צופיל באקאנט מיט די שטאטישע זאכן.
איינער קען זיך אויס דערמיט?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2008 1:31 pm
דורך לאז געמאכט
עס איז דא די דריי גרויסע קרעדיט ביורא'ס דארט קענסטו באקומען א ריפארט בחנם דורך רופן אויף 877-322-8228 קענסט בעטן פון איין קאמפעני צו פון אלע דריי אין זיי וועלן דיר דאס צושיקן אויפ די פאסט
אנליין קענסטו האבן אויף אסאך פלעצער איינס ווייסיך עס הייסט טרי קרעדיט ביורא
נאט אייך א לינק אבער זיי געבן דיר דאס טאקע אויפן פלאץ בכנם אין קסף אבער די דארפס אריין שטעלן דיין קארטל אין אויב די קענסלס נישט פאר דרייסיג טעג העלן זיי דיר רעכענן אבער איך האב געקענסל גראד נאכדעם וואס זיי האבן מיר געגעבן די ריפארט פון וואס עס טוט זיך מיט מיין קרעדיט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2008 5:11 pm
דורך לאז געמאכט
פונקט האב איך היינט באקומען אן אימעיל פון אזא קאמפעני....
פאר ווער סכאפט נישט ס'איז א סקעם איך מיין אזוי עכ"פ אין ס'איז גאנץ אבוויעס אינטערסאנט גאגעל האט עס אריין געלאזט אין מיין אינבאקס
אבער סאיז נישט קיין קשיא לעטלי באקום איך אן א שיעור פון די גארביטש אין מיין אינבאקס איך זאג לעטלי ווייל אמאל איז דאס נישט געווען זיי האבן ממש אלעס ארויס געפילטערט לא כן היום ווען א גרויסע חלק גליטש זיך אריין - ניישט געזארגט מיין ספעם האט א פאר הונטערט מעסעטשס אין איך דיליט עס זייער אפט אבער 6-7 פון די אפפאל אין מיין אינבאקס איז אויך אסאך איך האב דאס נישט ליב צו זען...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2008 7:31 pm
דורך קרעמער
לאז-געמאכט;
רעדסטו נישט פון א קרעדיט רעפארט?
בן-הרחמן רעדט פון א TAX ID בעקגראונד טשעק.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 10:38 am
דורך לאז געמאכט
איך מיין אז עס איז היינו הך אויף די קרעדיט ריפארט קען מען זען יעדע אינקיורי וואס איז געווען אויף דיין סאשעל סיקיורעטי סא אטאמטיש ווייסטו צו איינער טוט זאכן מיט דיין נאמען אויב ס'איז דא אינקיורי וואס די ווייסט ניטש וואס דאס איז דארף מען תיכף מאכן אן אינוועסטיגעשן
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 22, 2008 12:30 pm
דורך לחיים ולברכה
לאז געמאכט;
ווי דערמאנט דא, ווען איינער עפענט א קארפארעישאן באקומט דער קארפארעישאן אן עקסטערע סאשעל וואס רופט זיך טעקס איי די (אדער EIN). דו מוזט נישט איינגעבן דיין סאשעל פאר די רעגירונג, און אויף דעם ארויף האט בעני געפרעגט צו מ'קען טשעקן אויף א קארפארעישאן.
ס'איז אן אינטערסאנטע פראגע וואס כ'ווייס נאכאלץ נישט. כ'מיין אז די איינציגסטער וועג איז צו קאנטאקטן די איי אר עס זעלבסט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 24, 2008 11:57 am
דורך בןהרחמן
לאז געמאכט האט געשריבן:עס איז דא די דריי גרויסע קרעדיט ביורא'ס דארט קענסטו באקומען א ריפארט בחנם דורך רופן אויף 877-322-8228 קענסט בעטן פון איין קאמפעני צו פון אלע דריי אין זיי וועלן דיר דאס צושיקן אויפ די פאסט
אנליין קענסטו האבן אויף אסאך פלעצער איינס ווייסיך עס הייסט טרי קרעדיט ביורא
נאט אייך א לינק אבער זיי געבן דיר דאס טאקע אויפן פלאץ בכנם אין קסף אבער די דארפס אריין שטעלן דיין קארטל אין אויב די קענסלס נישט פאר דרייסיג טעג העלן זיי דיר רעכענן אבער איך האב געקענסל גראד נאכדעם וואס זיי האבן מיר געגעבן די ריפארט פון וואס עס טוט זיך מיט מיין קרעדיט
קודם שכח פאר די אלע חברים וואס פרובירן צו העלפן
איך וויל נאר וויסן צו די פלעצער וואס דו האסט אנגעצייכנט איז SAFE צו געבן אויפן טעלעפאן אדער אויפן געוועבאכץ די טעקס ID אזוי ווי לעצטענס איז געווען אסאך אידענטיפיקאציע גניבות, אדער די זענען גרויסע לעגאלע קאמפאניס וואס עס לוינט זיך זיי נישט מכח לא מרע חזקתיה און מען קען זיי קלאגן אויף שווערע געלטער?