שו"ת #2 - וויסן צו וואס איך בין געאייגענט
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 19, 2008 3:33 pm
איך האב באקומען א ביכל אין דערהיים ווי א סוקסעספולער ביזנעסמאן אפפערט מיר א קורס ווי אזוי צו מאכען געלט אן קיין פיינענשיל ריסקס און אן קיין אינוועסטמענטס - נאר אביסל צייט. די קורס פארשטייט זיך קאסט געלט.
די ביזנעס גייט אזוי:
למשל, איינער קויפט א הויז, אבער אנשטאט בארגן געלט פון די באנק בארגט ער די געלט פון דער מוכר זעלבסט און ער באצאלט אים חודש'ליך מיט פראצענט.
דער שרייבער פונעם ביכל שרייבט אז איינס פון 30 הייזער אין אמעריקא, איז אינוואלווד אזא קעש נאוט.
ווי אויך טוען דאס מענטשען מיט קארס, מאביילס, לאטערי טיקעטס וכו'.
וואס געשעט אבער אויב דער מוכר פון די הויז דארף וויכטיג האבן קעש, דאן פארקויפט ער די קעש נאוט אויף א דיסקאונט פרייז. אן אינוועסטער קויפט א נאוט וואס וועט אים אריין ברענגען 150 טויזענט אין די נעקסטע 10 יאר (אינקלאדינג פראצענט) פאר 120 טויזענט דאללאר.
ס'איז דא א וועב זייטל ווי דער שרייבער עדווערטייזד די קעש נאוטס פאר דער וואס וויל עס קויפן.
ער זאגט אז זיין קורס וועט דיר אויסלערנען ווי אזוי צו טרעפען די קעש נאוטס, און איין מאל מ'טרעפט עס דארף מען קאנטעקטען די בעל הקעש נאוט, און אויב ער וויל עס פארקויפן לייג איך עס ארויף אויפ'ן וועבזייטל, און ווען איינער קויפט די נאוט וואס איך האב געפאוסט באקום איך מעקלערס געלט.
ער זאגט אז ס'איז דא איבער 350 ביליאן דאללאר ווערט אין קעש נאוטס!
ער זאגט מיר צו אויב איך סיין אויף פאר זיין קורס וועט ער מיר צושטעלען די ערשטע 250 נעמען פון בעלי קעש נאוטס פאר פרי.
לויט מיין ארימער אפשאצונג: ס'איז דא א מקום צו מאכן געלט, אבער אזוי ווי דו שרייבסט – מ'מוז אינוועסטן 'אביסל' צייט, ווי אויך די קורסן.
ס'איז דא זייער אסאך ביזנעסער וואס ארבייטן אויף די וועג. אין א געוויסע זין איז דאס אזוי ווי .... נע, כאשוין פארגעסן די נאמען.... (למשל שעקלי) מ'בויט אויף א רינג און קייט פון קאסטומערס אין די לענג און די ברייט. כ'שטעל זיך פאר אז דער עולם כאפט פון וואס איך רעד.
ביי די אלע איז אויך די לאזונג: מ'דארף גארנישט אינוועסטירן. אבער מ'דארף קויפן יעדן חודש פאר כך וכך, און אויב ווילסטו מאכן געלט דארפסטו שאפן נאך אסאך קאסטומערס וואס גייען קויפן יעדן חודש פאר אזויפיל און אזויפיל געלט. פארשטייט זיך אויף דיין חשבון.... דו גייסט מאכן די קאמישאן.
דאס זעלבע מיט'ן שואל'ס ביזנעס, אויב ביזטו כיטרע, און דו קענסט טאקע טרעפן און כאפן די נאוטס, און דו האסט גוטע קאמיוניקאציע סקילס אז דו קענסט דערנאך רעדן צו יענעם און דאס פאוסטן, מה טוב ומה נעים, אבער אויב נישט, וועסטו האבן אינוועסטירט געלט, צייט, און עגמת נפש.
דאס איז אלעס אויב ס'איז אמת, אויב דער גאנצע ביזנעס הויבט זיך נישט אן, אדער ס'זענען דא אנדערע וואס פרובירן צו אויסכאפן די נאוטס פון דיר, איז דאך נישט שייך וואס צו רעדן. אבער פון די ביזנעס וואס דו האסט מיר אנגעצייכנט, קוקט אויס אז ס'איז יא נארמאל. די שאלה איז נאר צו דו ביזט גרייט צו זיצן מיט שחור'טעס ביים קורס, און אויב דו האלסט אז דו קענסט איבעררעדן די מוכרים.
לאמיר אייך מיטטיילן אן ענליכע מעשה פון מיין עקספיריענס. איינער האט מיר געפרעגט א צייט צוריק איבער א טרעוועל קאמפאני וואס ארבייט אויך אויף די דערמאנטע סיסטעם, מ'דארף צאלן צו זיך אויפסיינען, מעמבערשיפ, און דערנאך באקומט מען די קאמישאן פון יעדן טיקעט וואס ווערט באשטעלט דורך דיר. זיי זאגן אז די טיקעטס זענען שפאט ביליג, און מ'האט אסאך בענעפיטס אויפ'ן פליגער וכו' וכו'. איז אזוי, אויב ביזטו אן אקטיווער און דו האסט וואו צו זוכן קונים אויף טיקעטס, אשרי לך. אבער פון די מעשה וואס איך בין באקאנט, איז יענער נישט געווען אזוי, יענער האט טאקע געמיינט אז מ'וועט האבן פון וועם צו שאפן טיקעטס, אבער למעשה זענען די טיקעטס נישט געווען אזוי ביליג, און די בענעפיטס זענען נישט ווערד געווען גארנישט, ובכן האט יענער כמעט נישט געהאט קיין קונים.
איך האב דאס געזאגט פאר יענעם אין אנהויב, אבער יענער האט נישט געוואלט הערן דערפון, יענער האט זיך געזעהן מיט'ן פולן טאש איידער'ן אנהויבן דאס ביזנעס.
פון וואנעט האב איך געוואוסט צו זאגן איבער די טרעוועל? פון ריוויוס! כ'האב אסאך גענישטערט און געזוכט איבער דעם קאמפאני. איז אזוי: אויף דעם עצם ביזנעס האט קיינער נישט געלייקענט. אויף דאס אז מ'מאכט געלט, ווי איינער. אבער אויף די בענעפיטס האבן כולם כאחד געזאגט אז ס'איז גארנישט ווערד.
סך הכל; פון יעדער ביזנעס – אויב ס'איז נארמאל – קען מען מאכן געלט. אבער נישט פאר יעדן איז יעדער ביזנעס געמאכט. איינער וואס קען גוט קאמפיוטערס און האט שוואכע קאמיוניקאציע סקילס, וועט דער אויבנדערמאנטע ביזנעס נישט העלפן ולא כלום. ריוויוס אויף דער שואל'ס ביזנעס ווייזט אויך אז דער ביזנעס איז א נארמאלער ביזנעס. נאר איינער פרייט זיך מיט זיין הצלחה – וואס דאס מיינט אז ער טויג דערצו. און א צווייטער שעלט אז ער האט נישט געמאכט קיין פרוטה, ווייל ער טויג נישט דערצו. אבער אלץ נארמאלע ביזנעס און סקעמס קוקט מיר אויס אז ס'איז יא נארמאל, די שאלה איז נאר ווי טיף דער גאלד גרוב איז....
דאכט זיך אז מיט דעם איז אויך פארענטפער די שאלה פון הר"ר אנדי פעטיט שליט"א.
אנטשולדיגט פאר'ן צופארענעם שמועס, כ'בין נישט מיושב.