איך האב צוויי פעלער, פון צוויי דאקטוירים, וואס איך האב אויף זיי געוויסע טענות איבער מיין באהאנדלונג. בכלל, איז די וועלט פון סואען אין אמעריקע א ביזנעס. אין מיין פאל איז פשוט אז איך איך שפיר אז א דאקטער האט מיר מיס-באהאנדלט.
די שאלה איז, ווי אזוי ארבעט עס? - וואס דארף מען טון פאר דעם? - וויפיל זענען די שאנסן צו מצליח זיין דערין און וויפיל קען מען באקומען דערפון?
סאוען א דאקטער - ווי אזוי?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
איך טייל נישט קיין דעות, עס איז אבער נישט אזוי ראטזאם אלעמאל. רעד דיך דורך מיט א גדול בישראל איידער דו טוסט סיי וועלכע שריט.
אויב די געזעץ איז מחליט אז דו קענסט באקומען 75 אלפים פאר אזא אקט, מיינט נישט אז עפ"י הלכה מעגסטו עס ארויסשלעפן פונעם גוי, במקום שיש חילול ה'... חוץ מזה, מכאן שניתן רשות לרופא, ער האט די רשות און די איבריגע איז פון הימל.
איך ווייס א איד אין וויליאמסבורג וואס האט געוואלט סוען א דאקטאר נאכן אים אנמאכן שאדנס פארן לעבן, ער האט געפרעגט הגה"ק ר' יעקב מאיר שעכטער שליט"א און ער האט אים געראטן צו שטיין ווייט דערפון. ער האט אים דערביי צוגעוואונטשן אז ער זאל זוכה זיין צו עשירות פון מער אויסגעהאלטענע מקורות. די ברכה איז מקויים געווארן במלוא חפניים...
נישט לאנג צוריק האט עמי געהאט א מעשה איבער איינער וואס האט געוואלט סוען א גויאישע דאקטאר, למעשה האט דער דאקטער אים דערציילט אז אלס קינד האט ער געזען מיט די אויגן ווי זיין טאטע שטיקט זיך צום טויט, ער האט גארנישט געקענט טון זייענדיג א דריי יעריג קינד. דאס בילד איז אים קיינמאל נישט ארויס פון קאפ, ער האט דעמאלטס באשלאסן אז אויף דער עלטער וועט ער ווערן א דאקטאר און ראטעווען לעבנס. יעצט ווילסטו מיר סוען פאר טון אזא העלדישע שריט?! פארשטייט זיך אז ער האט מברר געווען די מעשה און זיך תיכף אפגעהאלטן דערפון.
ויש להאריך בזה עוד, ואיש כל הישר בעניו יעשה ויצליח.

סואען א דאקטער
ווייסט איינער פון א גוטע לאיער ביטע? צו מען מעג וועל איך שוין פרעגן מיין רב
ישר כח למפרע
ישר כח למפרע