ריוויוז (reviews) אנליין וועם זאל איך גלייבען
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 17, 2008 3:24 pm
בעצם איז דער שאלה נוגע פאר כמעט א יעדע פעלד וואס ס'איז נאר שייך.
אויב איינער וויל גיין צו אן האטעל און מ'ליינט די reviews אנליין, אפאר זאגן אז דאס איז געווען זייער בעסטע האטעל און אפאר זאגען דיר אז דאס איז אזא מין עקעלדיגע פארשמעקטע האטעל, וועם זאל מען גלייבען?
אויב איינער האט אן אפפער אפצוקויפען א ביזנעס וואס האט reviews אנליין ווי אזוי ווייסט מען וועמען צו גלייבען?
וואס איז מיר נוגע איז אזוי.
איך באקום כסדר ביזנעס אפפערס אין די מעיל, אנגעהויבן פון קורסעס פאר אנליין איבעי גוגל וכו' ביזנעסעס ביז ווענדינג מאשינען און פראמאושענעל אייטעמס וכדו'. איך האב זיי ליב אדורך צו ליינען און זען פון וואס מ'רעדט דארט. 99 פראצענט דערפון ווארף איך ארויס באלד ווי מ'ענדיגט עס ליינען. אמאל אמאל א יובל ווען עס ציט מיין אויפמערקזאם נעם איך עס מיט אין די אפיס די נעקסטע טאג און איך טו די ריסערטש אנליין צו זען וואס מ'רעדט דא און ע"פ רוב געפין איך אויס אזוי אז ס'איז נישט פאר מיר.
די וואך האב איך אבער באקומען אן אפפער פאר אן אינטערסאנטע ביזנעס איידיע וואס האט מיר זייער געצויגן. איך האב גוט אדורך געליינט די מאטריאל און איך בין נעכטען נאכט ספעציעל אריין געקומען אין אפיס צו מאכען ריסערטש און ווי אויך היינט בין איך שוין ביזי מיט דעם אפאר שעה.
איך האב מיך נאך קיינמאל נישט געטראפן אזוי צוריסן אין מיין לעבן.
די אלע וואס שרייבען פרא דער איידיע פרובירען נישט איינצורעדען אז מ'ווערט א מיליאנער איבער נאכט אבער זיי האלטן אז ס'איז א גוטע און בא'טעמ'טע וועג צו מאכען געלט אן צו דארפען נעמען צופיל אייגענע ריסקס. ווי אויך זאגן אלע אז מ'קען אריין גיין אין דעם שטייטליך און מ'מוז נישט גלייך אלעס אויף געבן דערפאר. זיי אלע שטיפן שטארק אז מ'זאל עס אויסטרייען.
פון די אנדערע זייט זענען דא הונדערטער וואס שרייבען אזוי פיל שלעכטס אויף דער זאך. אז זיי האבן גארנישט געמאכט און זיי האבן נישט געוואוסט ווי שווער עס וועט זיין וכדו' נאך אין נאך.
ווי אזוי ווייס איך וועמען צו גלייבען?
פון איין זייט ווייס איך אז ס'דא אזוי פיל סקעמס אויף די וועלט היינטיגע טעג, פון די אנדערע זייט וויל מען דאך נישט בלייבען משעובד צו א בעל הבית לעולם דוד מיט א לימיט אויף די אינקאם.
ווען און ווי אזוי קען איך וויסען אז יעצט איז די צייט אריין צו שפרינגען?