אדווערטייזמענט: אפיציעלע "קאל פרא" אשכול - וועכנטליכע אפדעיטס

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 29, 2019 7:59 pm

CallPro האט געשריבן:קאל-בעק נומער: ווען מען וועט אריינקאלן אדער צוריקקאלן אייער פערזענליכע קאל פרא נומער וועט מען קענען הערן אלע פריערדיגע מעסעדזשעס, פון די פארגאנגענע 7 טעג.

נעכטן פרובירט צוריקצוקאלן און ס'האט נישט געארבעט

CallPro
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

תגובהדורך CallPro » מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:49 am

יוראפ האט געשריבן:
CallPro האט געשריבן:קאל-בעק נומער: ווען מען וועט אריינקאלן אדער צוריקקאלן אייער פערזענליכע קאל פרא נומער וועט מען קענען הערן אלע פריערדיגע מעסעדזשעס, פון די פארגאנגענע 7 טעג.

נעכטן פרובירט צוריקצוקאלן און ס'האט נישט געארבעט


קענסט אפשר געבן מער אינפארמאציע?

דיין משפחה גרופע האט שוין אויפגעסעט א נייע אייגענע נומער, אדער באנוצן זיי זיך נאך מיט די דזשענעראל קאל-פרא נומער? די 'קאל בעק' אפציע איז א נייע אפדעיט וואס איז עוועילעבל פאר אלע משפחות\גרופעס, אבער מען דארף עס פשוט אויפסעטן מיט אן אייגענע טעלעפאן נומער.

אויב איז דאס שוין יא פון א נייע, אייגענע נומער, ביטע רעפליי און לאז אונז וויסן. מיר האבן נאך דערווייל נישט געהערט אזא קאמפלעינט און, אויב איז עס דא, ווילן מיר עס פארעכטן ווי שנעלער.

א דאנק.

CallPro
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

די קריעטיוויטי קאנטעסט...

תגובהדורך CallPro » זונטאג דעצמבער 15, 2019 5:45 pm

עס לעבט זיך צווישן די קאל-פרא מעמבערס. פארוואס זאלט איר נישט מיטהאלטן?...

פאלגענד טיילן מיר אייך מיט אן אימעיל וואס איז ארויסגעגאנגען צו אלע מעמבערס, איבער אן אינטערעסאנטע פראגראם וואס האלט זיך יעצט טיף אינמיטן קאכן.


די קריעטיוויטי קאנטעסט!

אין דעם אימעיל וויקלען מיר אויף א גאר אינטערעסאנטע "קאנטעסט" וואס קאל-פרא פירט דורך אין די יעצטיגע טעג.

אינערהאלב די קאל-פרא ליניעס לויפן דורך גאר אינטערעסאנטע און שעפערישע מעסעדזשעס.

עס האט זיך ארויסגעשטעלט א גאר-אינטערעסאנטע און אומערווארטעטע תועלת פונעם סיסטעם, ווען אדאנק די טעלעפאן-סיסטעם ווערט אנטוויקלט גאר אסאך טאלאנט, קריעטיוויטעט און פרישקייט פון גרופע-אנפירער און משפחה-מעמבערס וועלכע מעלדן זייערע שמחות און מעלדונגען אויף אינטערעסאנטע און אייגנארטיגע וועגן.

פארוואס זאלן נישט אנדערע מענטשן הנאה האבן, און פארוואס זאל מען נישט מיטטיילן די געדאנקען מיט אנדערע משפחות\גרופעס?!

אין די קומענדיגע 2 וואכן וועלן מעמבערס קענען אריינשיקן זייערע אינטערעסאנטע מעסעדזשעס, וואס זיי האבן געהאט בעבר ובהוה אויף זייער גרופע, און די קאל-פרא שטאב וועט אי"ה אויסוועלן דעם מערסט-שעפערישע און אייגנארטיגע מעסעדזש. דער געווינער מעסעדזש וועט ארויסגעשיקט ווערן פאר אלע מעמבערס צו הערן, און דער געווינער וועט באלוינט ווען מיט א $100 גיפט-קארד.

*

ווי באקאנט האט קאל פרא געברענגט א דראסטישע רעוואלוציע מיט'ן העלפן משפחות אויפבויען ברידערליכע קשרים און פארשטארקערן די אהבה ואחוה שלום וריעות, מיט א ווייטגרייכנדע השפעה לטובה.

אצינד אז עס שטעלט זיך ארויס נאך א גרויסע בענעפיט פון 'קאל-פרא', ווילן מיר העלפן פארשפרייטן און אויפארבעטן די טאלאנטן און געדאנקען פון נאך מעמבערס.

חשוב'ער מעמבער: צי ווייסט איר פון וואס מיר רעדן?...

אויב יא, אפשר וואלט איר געוואלט העלפן בארייכערן די טעלעפאן-ליניעס פון אנדערע קאל-פרא מעמבערס?

*

אריינצושיקן אייער מעסעדזש, דאונלאוד דעם ריקארדינג פון אייער Audio Library און רעפלייט דעם פייל צו דעם אימעיל.

(אויף אייער פארלאנג קענען מיר צופאסן דעם מעסעדזש און ארויסנעמען פריוואטע משפחה-פרטים אז עס זאל זיין גרייט ארויסצוגיין אין פובליק.)

פאר סיי-וועלכע הילף רופט אין אפיס אויף 845-378-1500.

מיר ווארטן צו הערן פון אייך...!

CallPro
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

א באריכט פון אפיס

תגובהדורך CallPro » זונטאג דעצמבער 22, 2019 3:11 pm

ווילאנג די "קריעטיוויטי קאנטעסט" גייט ב"ה פאראויס מיט א פרישקייט, ברענגען מיר אייך א שנעלע באריכט איבער די אפדעיטס פון די פארגאנגענע וואכן.

אונזער דעוועלאפמענט טיעם שלאפט נישט... כמעט יעדע וואך איז דא פארשריט, א פרישע אפדעיט, א נייע פיטשער, און מען גייט בס"ד פאראויס צוצושטעלן א היי-ענד, סאפיסטיקירטע סיסטעם און סערוויס פאר כלל ישראל.

אפדעיטס אינעם "טעקסט מעסעדזשינג" סיסטעם

מיר האבן בס"ד אויפגעבויט דעם "טעקסט מעסעדזש" פעידזש אויפ'ן Online portal, מיט א רייע גאר באקוועמע און נוצבארע פיטשערס, פאר די באקוועמליכקייט פון אונזערע באנוצער.

1 | אויסשטעל
עס איז איבערגעארבעט געווארן דעם Front End פונעם פעידזש אז דער אויסשטעל זיין העכסט באקוועם און קלאר. צווישן אנדערע קען מען זען ביי וויפיל קערעקטער מען האלט, און אויך אויב די מעסעדזש ווערט צעטיילט אין צוויי קען מען זען וואו עס צעטיילט זיך.

2 | Edit Text
נאכן שרייבן א טעקסט-מעסעדזש און עס סעיווען, קענט איר שפעטער צוריקגיין און עס איבערארבעטן. למשל אויב איר שטעלט אן אז עס זאל ארויסגיין מארגן, קענט איר שפעטער אין טאג עס עדיטן.

3 | Reuse
איר קענט איבערנוצן אן אלטע טעקסט וואס איר האט גענוצט בעבר. די סיסטעם וועט עס געדענקען און איר וועט עס קענען איבערנוצן אין א שפעטערע געלעגנהייט.

4 | Rename
איר קענט טוישן דעם קעפל פונעם טעקסט סיי-ווען.

*
מיר ארבעטן ווייטער אויף נאך פארשידענע אייגנשאפטן וואס די קאסטומערס האבן פארלאנגט. צווישן אנדערע אז מען זאל קענען שיקן א Test מעסעדזש צו בלויז 1 נומבער, צו אויספראבירן אויב די מעסעדזש איז גוט.


Call and Text


עצה טובה אריינגעשיקט דורך א מעמבער:

"איך האב לעצטנס אנגעהויבן צו נוצן ענקער 'טעקסט' אפציע צוזאמען מיט די קאלס. יעדע מאל נאך א וואויס-מעסעדזש שיק איך ארויס א טעקסט-מעסעדזש מיט די אינהאלט פונעם קאל אין קורצן. דער עולם האט שטארק הנאה דערפון."

נוצט אויס די ברייטע אויסוואל פון אפציעס און פיטשערס וואס קאל-פרא שטעלט צו, און נעמט ארויס די מאקסימום פונעם סיסטעם.

בפרט יעצט ווען עס קומט דער חנוכה סעזאן פרובירט אויס די עצה. ווען מען מעלדט אויפ'ן טעלעפאן א צוזאמקום וכד', שיקט נאכדעם ארויס א טעקסט-מעסעדזש מיט די אינפארמאציע אין קורצן. עס וועט זיין גרינגער פאר די משפחה-מיטגלידער עס צו סעיווען און נאכקוקן שפעטער.

ווי אויך קען די 'טעקסט' אפציע צונוצקומען אלס א "רימיינדער" בשעת דעם אווענט וכד'. צ.ב. שיקט ארויס א רימיינדער די טאג\נאכט פון אייער חנוכה מסיבה.



Group conversations!

יא דאס קען מען אויך טון...!

עס מאכט זיך אפט אז א מעמבער קאלט אריין מיט א ביטע אז מען זאל ארבעטן אויף א געוויסע "ספעשילייזד פיטשער", וואס ער קען נוצן.

און זייער אסאך מאל איז אונזער ענטפער: יא! איר קענט עס טון מיט די יעצטיגע פיטשערס! מען דארף נאר וויסן וויאזוי.

די וואך פרעגט א מעמבער וויאזוי ער קען מאכן אז די גרופע-מיטגלידער וועלכע באקומען די מעסעדזשעס, זאלן קענען "רעפלייען" צו די גאנצע גרופע, און עס זאל ווערן אן אקטיווע "שמועס" צווישן אלע גרופע-מיטגלידער.

דער ענטפער: דאס קען מען טון דורכ'ן Quick Send אפציע.

דער גרופע-פירער קען ארויסגעבן די "קוויק סענד פין-נומבער" פאר אלע גרופע-מיטגלידער. דורך דעם קען יעדער צוריקקאלן די קאל פרא נומבער, אריינלייגן די פין-נומבער, אריינזאגן זיין רעפליי-מעסעדזש, און עס ארויסשיקן צו די גאנצע גרופע.

קיינער קען נישט האבן צוטריט צו די קאנטאקטס אדער אנדערע פעימענט אינפארמאציע פון דעם אקאונט, מען קען נאר איין זאך: אריינלייגן די פין און ארויסשיקן א מעסעדזש צו די גרופע.
און נישט נאר דאס: יעדער פון די גרופע קען אריינרופן די גרופ-נומבער און איבערהערן אלע מעסעדזשעס, איינס הינטער'ן צווייטן!


The Call Pro
Phone: 888.604.2610
Web: Thecallpro.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 18140
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג ינואר 24, 2020 2:27 pm

שכח פארן מזכה זיין מיטן קנאות קאל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5061
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג ינואר 26, 2020 12:04 am

כאויך.

ברויך האבן אן אפציע צו ריפארטן אביוז, וואס זאל ברענגען צו פארשפארן דעם רויבער'ס אקאונט. (אדער כאטש זיך צו אנסובסקרייבן)

CallPro
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

קאל פרא אין די פראנט ליניעס - אין די קאראנא עפאכע

תגובהדורך CallPro » זונטאג מאי 03, 2020 4:15 pm

אילו לא באנו אלא בשביל זה דיינו!

קאל פרא דאנקט השי"ת אז אין אזא אנגעשטרענגטע צייט פאר כלל ישראל, האט אונזער סיסטעם געדינט אלס א זעלטענע פאראייניגונגס מיטל און רעטונגס ברעט פאר הונדערטער משפחות, אריינברעגנדיג א ווארימקייט, רואיגקייט און שמייכל ביי אזויפיל אידישע קינדער.

אין די לעצטערע וואכן, דורכאויס די קאראנא-קריזיס, האט אונזער סיסטעם דערגרייכט צו א היסטארישע טרעפיק, וואס ווייזט אז היימישע משפחות האבן ב"ה געקענט ארויסנעמען די מאקסימום בענעפיטן פונעם סאפיסטיקירטן "קאל פרא" סיסטעם, וואס מיר האבן אויפגעבויט מיט אזויפיל יגיעה און שווייס.

אין די זעלבע צייט וואס די וועלט איז געקומען צו אן א.ג. אפשטעל, און טויזנטער משפחות זיצן איינגעשפארט אינדערהיים, האט זיך אבער ב"ה נישט אפגעשטעלט די נאנטשאפט און קשר צווישן משפחה-מיטגלידער, חברים און גרופעס, און מיט די הילף פון "קאל פרא" סיסטעם האלט מען זיך פארבינדן טעלעפאניש און מען שטארקט זיך גאר מיט אהבה ואחוה שלום וריעות.

אמת, מיר ווייסן אז מען דארף זיך דערווייטערן פון אנדערע מענטשן, סאושעל דיסטעסינג, מיר זענען מחיוב אויסצופאלגן די אנווייזונגען פון די דאקטורים און זיך היטן דאס געזונט, אבער די הרחקה איז נאר פיזיש!

אדרבה! יעדע פוס וואס מיר דערווייטערן זיך פון אנדערע, דארף ווערן פארטוישט מיט נאך א פאון-קאל; יעדע האנט-רייכן וואס מיר האלטן זיך צוריק פון געבן, דארף ווערן א מחשבה וואס מיר טראכטן פון א צווייטן, וויאזוי זיך צו דערנענטערן עמאציאנאל, געבן א גוט ווארט, ארויסהעלפן און זארגן פאר אנדערע.

און דאס איז געווען דער פריידיגער פאקט וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אין די לעצטע צוויי חדשים, און זעצט פאר מיט'ן פולן אימפעט.

באריכטן פון די קאל פרא אפיסעס צייגן אז יעדע וואך זענען דורכגעגאנגען איבער א מיליאן קאלס דורך די קאל פרא ליניעס! אינערהאלב אזויפיל ווי 15,000 בראודקעסטס.

די אינפארמאציע ווייזט אז די דורכשניטליכע בראודקעסט איז געווען פאר 66 טעלעפאן-נומבערס, דאס באדייט אז משפחות און קלענערע גרופעס האבן גענוצט דעם סיסטעם אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, אנגעהויבן פון גאר אסאך משפחות פון בלויז 10 נומבערס, און ארויף ביז פארצווייגטע משפחות פון עטליכע הונדערט נומבערס בליעה"ר.

עס זענען ארויסגעגאנגען אלע סארט טעלעפאן-קאלס און מעסעדזשעס, אנגעהויבן פון מעלדונגען בנוגע שמחות און לעצט-מינוטיגע טוישונגען; עס זענען ארגאניזירט געווארן קאנפרענץ-קאלס און תהלים-זאגן חבורות, און אזוי אויך האבן בני משפחה ארויסגעשיקט גוטע ווערטער און חיזוק ווי אויך עצות טובות פאר די טעג.

קאל פרא האט אויפגענומען א גרעסערע שטאב אין די טעקניקל סופארט אפטיילונגען, צו קענען באהאנדלען די גרויסע צאל פון בראודקעסטס, און ווי עס ווערט איבערגעגעבן האט דער סיסטעם ב"ה געארבעט גוט און אפעקטיוו אויף כמעט הונדערט פראצענט אן קיין שום פראבלעמען.

ווילאנג די לאגע וועט אנהאלטן ווייסט איין באשעפער, אבער איין זאך איז זיכער אז משפחות און חברים וועלן זיך ווייטער האלטן נאנט, שעפן חיזוק איינער פון צווייטן, און נאך פילפאכיג מער פארשטערקערן די נאנטשאפט און אהבה צווישן אידן.

"קאראנא" מיט אלע אירע צרות און נאכווייען עפנט אבער אויך אויף נייע האריזאנטן, געלעגנהייטן און א נייע בליק אויף אסאך זאכן אין לעבן. איינס פון די קענען באצייכנט ווערן דער געדאנק אז משפחות האלטן זיך נאנט און פאראייניגט דורכ'ן טעלעפאן, און דאס קענען מיר מיטנעמען אויף ווייטער, ווען מיר גייען אי"ה בקרוב צוריק צום טאג-טעגליכן לעבן.

פאר סיי-וועלכע פראגע אדער הילף רופט 845-378-1500

CallPro
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 05, 2018 12:53 pm

פרישע אפדעיטס פון פארלאפענע פאר וואכן

תגובהדורך CallPro » זונטאג יוני 28, 2020 5:27 pm

קאל-בעק באנוצער קנעפלעך

מיר זענען צופרידן צו מעלדן א העכסט-נוצבארע נייע אפדעיט צום סיסטעם, וואס וועט זיין א אויסטערלישע בענעפיט פאר אלע באנוצער און משפחות:
ווען מען קאלט צוריק די "קאל בעק נומער" פון די גרופע, וועט מען שוין יעצט קענען נוצן די קנעפלעך אויפ'ן טעלעפאן זיך צו רוקן פאראויס אדער אויף צוריק, און נאך אנדערע אפציעס, ווי פאלגענד:

• דרוקט #1 צוריקצוגיין 5 סעקונדעס
• דרוקט #4 צוריקצוגיין 1 מינוט
• דרוקט #7 צוריקצוגיין צו א פריערדיגע רעקארדינג

• דרוקט #3 צו גיין פאראויס 5 סעקונדעס
• דרוקט #6 צו גיין פאראויס 1 מינוט
• דרוקט #9 צו גיין צום נעקסטן ריקארדינג

• דרוקט #2 צו פאוזען פאר 5 מינוט
• דרוקט נאכאמאל #2 צו שפילן ווייטער

• דרוקט סיי-ווען #5 צו הערן די אינסטרוקציעס
• דרוקט # צו ווערן געטרענספערט צו די הויפט פאון-לאונטש סיסטעם
• דרוקט * צוריקצוגיין צום אנהייב

032.PNG
032.PNG (20.25 KiB) געזעהן 316 מאל


OGG. Files

אויפ'ן פארלאנג פון מערערע קאל-פרא מעמבערס צו ערמעגליכן דאס אפלאודן .ogg פיילס צו די אודיאו לייבערי, מעלדן מיר מיט פרייד אז מיר האבן עס שוין בס"ד ערמעגליכט און איר קענט שוין יעצט אפלאודן רעקארדירטע פיילס אין איינע פון די פאלגענדע דריי פארמאטן:
 Mp3
 Wav
 Ogg

(פאר אייער אינפארמאציע: ווען מען דאונלאוד א וואויס-נאוט פון וואטסאפפ צו א קאמפיוטער, ווערט עס א ogg פייל. די יעצטיגע אפדעיט ערמעגליכגט צו קענען ערהאלטן וואויס-נאוטס פון קרובים, וכד', און עס אפלאודן אויפ'ן קאל פרא סיסטעם.)

נייע, רייכע פיטשערס!
Billing Dashboard: כאפט א בליק אין אייער פארטעל אויף די שפאגל-נייע "בילינג דעשבארד", וואו מען קען זען זייער קלאר א דעטאלירטע ריפארט וויפיל מען האט געצאלט פאר יעדע בראודקעסט.
:Push-to-connect מעגליכקייט איז אצינד אויטאמאטיש עוועילעבל פאר אלע אקאונט. עס וועט געטשארדזשט ווערן פאר יעדע מינוט וואס די קאול איז קאנעקטעד. די סכום וועט אריינגערעכנט ווערן אינעם ס"ה פונעם גאנצן בראודקעסט, און אראפגערעכנט ווערן פון די אקאונט. ווי פארשטענדליך וועט איר קענען זען א ריפארט דערפון אינעם Billing dashboard.
Auto replenishment: אויב נוצט איר די Pay-as-you-go פעימענט-אפציע, וועט איר קענען אנשטעלן אז אויב די באלאנס אין די אקאונט קומט אן צו א מינימום סומע, זאל זיך אויטאמאטיש טשארדזשן די קרעדיט קארד און צוריק אנפילן די אקאונט. - אויפ'ן זעלבן אויפ'ן ווי EZ Pass ארבעט אין ניו יארק - כדי א בראודקעסט זאל זיך נישט דארפן אפשטעלן אינמיטן, ווייל מען איז אויסגעלאפן פון געלט.

נייע פעקעדזשעס!
• עס איז בס"ד גענצליך איבערגעארבעט געווארן די פעימענט-פעקעדזשעס פאר די אלע וועלכע נעמען די Pay-As-You-Go אפציע, מיט'ן צולייגן פיל מער פעקעדזשעס, וואס גיבט די געלעגנהייט צו קויפן פארשידנארטיגע קלענערע און גרעסערע פעקעדזשעס.
• ווי א גרעסערע פעקעדזש איר קויפט אלס ווייניגער קאסט אייך פער קרעדיט.
• זעט אלע פעקעדזשעס ביי די Pay-As-You-Go בילינג פעידזש.
• קרעדיטס וואס איר קויפט מיט Pay-As-You-Go וועלן מער נישט עקספייערן, און איר קענט עס נוצן ווילאנג איר ווילט.

פאר סיי-וועלכע פראגע אדער הערה רופט אונזער קאסטומער סערוויס נומער 845-378-1500


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט