מארקעטינג: סוקסעספול עדווערטייזינג

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

איך ליין יעצט איבער דיין אישי וואס דו האסט דא ארויסגעשטעלט, זעה איך יעצט אז מ'רעדט גאר פון א גרעפיק קורס. דאס האב איך בכלל נישט באמערקט פריער וועו כ'האב מגיב געווען. און פון אלע מגיבים ביז אהער איז ניכר אז זיי האבן אויך נישט באמערקט.
אוועטאר
האסט נייעס
שר האלף
תגובות: 1099
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 11:43 am
לאקאציע: דא... אויב זעהסטו נישט, קוק גוט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האסט נייעס »

שטאלצער יוד האט געשריבן:איך ליין יעצט איבער דיין אישי וואס דו האסט דא ארויסגעשטעלט, זעה איך יעצט אז מ'רעדט גאר פון א גרעפיק קורס. דאס האב איך בכלל נישט באמערקט פריער וועו כ'האב מגיב געווען. און פון אלע מגיבים ביז אהער איז ניכר אז זיי האבן אויך נישט באמערקט.

דעס האב איך אויך נישט באמערקט.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

צולייגער האט געשריבן:אויב כ'מעג זאגן קריטיק, די לעצטע זאך וואס א מענטש וועט טוהן נאכן זעהן אזא עד, איז אויפהייבן א טעלעפאן און קאלן, ספעשל ווען ער האט נישט קיין בלאסן מושג ווער דאס איז און וואס אזוינס יענער האט אים צו אפפערן.

כ'זאג נישט נישט לייגן קיין טעלעפאן נומבער, אבער א וועבסייט, אדער אימעיל צו קריגן אפאר סעמפלס, איז א מאסט.

#מיין מיינונג.


אין איין ווארט: פארוואס זאל די עד מיך מאכן טראכטן איין מינוט פון איבערלאזן א לאנגיאריגער גרעפיק דיזיינער וואס שטעלט מיך צופרידן און רופן א צווייטן?

1) מעגסט זאגן וואס די ווילסט, אבער קריטיק קומט דא בכלל נישט אריין... דא רעדט מען פון פאקטן, איך האב עס שוין פראבירט, שוין דא רעזאלטס און כ׳וויל עס שערן מיטן עולם. פינטל.
2) צו דער עולם וועט נאכן זען אזא עד אויפהייבן א טעלעפאון וועל איך דיר שוין באלד זאגן...
3) און צו דיר ׳מזל מידיע׳ איך בעט דיר טאקע, לאז מיר נישט איבער... :lol:
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

אז דו זעסט גוטע רעזאלטס, פיין זאלסט האבן אסאך הצלחה.

אויב דו ווילסט הערן קאמפלימענטן, ביזט ריזיג, האסט גענומען שריט אין די גוטע ריכטונג, אזאך וואס אסאך טוען נישט, זיי חלמ'ן נאר..
אויב ווילסטו יא הערן וואס אנדערע האלטן, נו ליין ווייטער...

צו איך האלט אז דאס איז די בעסטע סטראטעגיע פאר דיר? כ'ווייס נישט.
א עד וואס מ'דארף נישט נוצן קאפ, און אדערסירט די פעין פוינט און סאלאשן וואס די מענטשן וועם דו צילסט גייט דורך, איז די בעסטע איידיע.

למשל אויב די מענטש וואס דו צילסט איז איינער וואס וויל ארבעטן פארט טיים, צו איינער וואס וויל באקומען אסאך א העכערע געהאלט, צו איינער וואס וויל ארבעטן פון שטוב, צו איינער וואס האט א האבי צו גראפיקס, צו איינער וואס איז א פאטאגראפער און וויל פארעכטן בילדער, צו איינער וואס זיכט א פראפעשן אא"וו, ווען דו ווייסט ווער זיי זענען, און דו פארשטייסט וואס זיי שטערט יעצט, און דו שרייבסט דאס, איז עס די בעסטע עד.

למשל: ווילט איר באקומען באצאלט דאפעלט ווי איר מאכט יעצט, און ארבעטן האלב די צייט?
אדער ווילט איר פארדינען דורך ארבעטן 4 שעה א טאג אין שטוב מער ווי איר פארדינט יעצט א גאנצן טאג?

בקיצור טארגעטעד צו די ניעד פון די קאסטומער, און דו קענסט צילן יעדע וואך א צווייטן.

און אויב איז דא א זאך פון וואס זיי האבן מורא, למשל אז זיי גייען זיך נישט אויסלערנען, אדער אז דו גייסט נישט אויסלערנען אלעס, אדער אז מענטשן האבן מורא פון די אינווייראמענט ביי די קורס, לייג אריין עפעס אוועקצונעמען די שרעק.

ווי למשל אז מענטשן האבן שוין פון די קורס געמאכט שיין פרנסה, אדער אז דא איז אלעס וואס איר דארפט, סיי אז איר זענט א בעגינער און סיי מיט אביסל עקספיריענס.

א סיין אויף די הייוועי וואס זאגט ווי מ'דארף גיין, ברענגט 100% רעזולטאטן, חוץ ווען ס'שטייט צופיל דערויף און דער דרייווער מיסט די עקסעט דארפנדיג ליינען אזויפיל.
לענינו, ווען איינער זיכט א וועג, און ער זעט א קלארע דירעקשאן צו זיין ציהל, האסטו אים געכאפט, ער דארף נישט קיין חידות, און ביי די וועי ווי אנדערע זאגן, א קאל טו עקשן מיינט נישט אויפצוהייבן א פאן געוואויר צו ווערן וויאזוי דו קענסט אים העלפן, דו קענסט מאכן א דאנלאד פון די קארס אווועוויא, למשל, דאס הייסט איך ווייס שוין וואס דו טוסט, איך וויל נאר וויסן מער, אבער סתם א נומבער, פאר איך ווייס און פארשטיי וואס דו טיסט, פארוואס דארפסטו איך זאל קאלן, אפשר וויל איך נישט טאטשן קיין קאמפיוטער, לאז זיי פאר די געלט צו שטיפן די צייט, קאלן קול מבשר און דריקן נאמבער 6 צו הערן מער...

דער
בנציון יאזעפאוויטש
שר חמש מאות
תגובות: 576
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 24, 2014 9:46 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בנציון יאזעפאוויטש »

מארקעטערס, ברענדערס, גראפיקערס קומטס אריין העלפן די וואס שטיצן אייוועלט, שטיצט די וואס שטיצן אייך

viewtopic.php?f=26&t=37714
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

פאר די וואס האבן נישט מיטגעהאלטן ביז אהער...

און א פריוו אריינצוברענגן אביסל מער טרענספערענסי פארן אלגעמיינעם עולם בנוגע מארקעטינג, בין איך אריינגעקומען מיט א קליינע דוגמא וואס איך האב עקספירימענטעד, און לאמיר פראבירן ארויסצונעמען א שטיקל לעקציע דערפון,

די רעדע איז געווען פון א קליין עד וואס די עיקר סערוויס וואס דעל בעל ה׳עד וויל דיר צושטעלן איז געווען באהאלטן אין די בעקגראונד (זע פריערדיגע תגובות - שפעטער האף איך צוריק צו קומען מסביר זיין די מעלה פון די מהלך, און פ״וו כ׳האב עס געטון)...

איך וויל זיך יעצט באציען צו איין נקודה; וויפיהל % עולם באמערקט די בעקגראונד חלקים פון א עד, קאנטשעסלי און סוב-קאנטשעסלי?

איז אזוי;

    • קאלס זענען געקומען אין גרויסן, מער ווי א געווענליכע זא סארט עד וואלט געברענגט
    די קאלס זענען געגאנגען צו א גוגל וואויס, און אנדערע ווערטער; כ׳האב נישט אויפגעהויבן און עס נישט געהערט קלינגען, נאר דער רופער האט געקענט לאזן א מעסעדזש
    • בערך 95% רופער האבן ניטאמאל געלאזט א מעסעדזש
    איך פארשטיי, אז זיי האבן נישט געהאט קיין אההנונג וואס די רעדע איז
    • די וואס האבן יא געלאזט א מעסעדזש האבן קלאר געוויסט וואס די רעדע איז
שטעלט זיך לכאורה ארויס אז רוב עולם אדער עכ״פ א גרויס חלק באמערקט ׳נישט׳ בעקגראונד סטאף נישטאמאל סוב-קאנטשעסלי, ווייל ווען יא וואלט ער באקומען א סיגנעל פון זיין סוב-קאנטשוס אז איינמענוט: ס׳דא נאך עפעס ווערטער דא... איידער כ׳גיי רופן איינעמ׳ס סעל (צו זיין פון די ערשטע געוואור צו ווערן די סיקריט ביהיינד דע עד....)

עכ״פ כהנה וכהנה קען מען שערן אינפא... ווער איז נעקסט?
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

[quote="Graphic24"][/quote]
שיינע לעקציע! כי לקח טוב נתת!
סוף מעשה במחשבה תחילה.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

אפדעיט אויף מארקעטינג תגובה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

מזל מידיע האט געשריבן:בס"ד

ר' יום טוב זאגט שטארק, אבער ס'איז אסאך טיפער פון דעם.... איך האב שוין געהאט אזויפיל מאל וואס מיט א קליינע בודזשעט האבן קליענטן געזאגט א מעכטיגן WOW אסאך מער ווי ביי פריערדיגע גרויסע בודזשעטן, אבער דאס איז אויך נישט קיין כלל.... ווענדט זיך צי מען מארקעט א ספר, מסיבה, פירמע, סערוויס, צדקה, נאמען, פראדוקט - טארגעט איז דזשענעראל אדער ביזנעס אדער יונגעלייט אדער עקרת הבית אדער נאר א געוויסע יונגע-עלטער אדער שטאט-פלאץ-גאס-חסידות. מיליאן און איינס זאכן.
...
וואס איז פשט? מען האט א מהלך, מען ווייסט די טארגעט... נישט אז מ'מוז עס טאן מיט פופציג אלפים. א קליינע פירמע מיט א NICHE טארגעט קען טאן די זעלבע זאך אויף א געצוימטע פארנעם, אבער ווייטער מיט וויסן צו וועמען מ'רעדט, וואס מ'וויל זאגן, וואס מ'וויל יענער זאל הערן-פארשטיין-טאן, וויאזוי מ'פירט אויס דעם ציל, דורך וועלכע סארט מידיע, אא"וו. מזל מידיע האט ממש יעצט געענדיגט איין אזא קליינע "ניטש" קאמפיין, עקסטרעם ענג אבער לעיזער-שטארק געצילט, פאר אונטער זעקס טויזנט דאלאר, ב"ה מיט הערליכע סוקסעס.


למעשה איז די אשכול געגאנגען אין אן אנדערע ריכטונג, כאמור לעי', אבער אז מ'האט שוין אנגעהויבן וויל איך געבן אן אפדעיט ממש פון דעם ענין. יעצט נאך די ערשטע פאזע פון א קליינע קאמפיין, אבער געצילט ממש ווי א לעיזער פאינטער דוקא אויף די פרטי-פרטית'דיגע פאטענציעלע קאסטומערס, פאר א מינימאלע בודזשעט, און די ריספאנס איז געווען למעלה מן המשוער, און בערך זעכציג פראצענט ריספאנדערס זענען פונקטליך וואס מען געוואלט ב"ה.

די ערשטע פראגע פון קליענטן ביי מארקעטינג פירמעס איז, וויאזוי מעסט מען די רעזולטאטן פונעם אינוועסטמענט? "דאס" איז איינע פון די וועגן, ב"ה.

וואס מיינט א "לעיזער-געצילטע" קאמפיין? למשל, א הארדוועיר קאמפאני זאל אדווערטייזן א נייע פראדוקט דוקא פאר מענטשן וואס זוכן א "פיליפס" שרויפן ציער פאר מענטשן וואס זענען געלינקט, אדער א ריעל עסטעיט בראוקער האט אפאר ליסטינגס אין א געוויסע געגנט דוקא פאר מענטשן פון קראון הייטס וואס זוכן צו קויפן אין געגנט פון 500 ביז 900 אלפים.

דארף מען טרעפן דעם "לעיזער פאינטער," און די טשענעל וואס טרעפט טאקע די מענטשן... אה, פיינע נייעס!
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Graphic24 האט געשריבן:[/size]• בערך 95% רופער האבן ניטאמאל געלאזט א מעסעדזש
[size=85]איך פארשטיי, אז זיי האבן נישט געהאט קיין אההנונג וואס די רעדע איז

לענ"ד האסטו עס שלעכט אויסגעטייטשט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

ווישוואש האט געשריבן:
Graphic24 האט געשריבן:[/size]• בערך 95% רופער האבן ניטאמאל געלאזט א מעסעדזש
[size=85]איך פארשטיי, אז זיי האבן נישט געהאט קיין אההנונג וואס די רעדע איז

לענ"ד האסטו עס שלעכט אויסגעטייטשט.

איך האב אזוי אנגענומען פאר צוויי סיבות, איינס ווייל לויט וויסאך קאלערס ס׳געווען האט נישט געשטימט מיט די פראצענט מענטשן וואס זיכן דאס וואס כ׳האב אדווערטייזט, צווייטנס ווייל גערופן און נישט לאזן א מעסעדזש מיינט אז מ׳איז נישט עכט אינטערסירט, און די זאך וואס כ׳האב אדווערטייזט איז א בחינה פון אדער ׳ווילסט׳ עס ווייל די האלסט אמת׳דיג דערביי אדער ׳נישט׳...
אוועטאר
Graphic24
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 10, 2018 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Graphic24 »

מזל מידיע האט געשריבן:געצילט ממש ווי א לעיזער פאינטער דוקא אויף די פרטי-פרטית'דיגע פאטענציעלע קאסטומערס, פאר א מינימאלע בודזשעט, און די ריספאנס איז געווען למעלה מן המשוער, און בערך זעכציג פראצענט ריספאנדערס זענען פונקטליך וואס מען געוואלט ב"ה.

יא, ריכטיג! צילן אויף א געוויסע קלייענטעל איז זייער א שטארקע מהלך וואס ארבייט, און פיהל מאל אויך ביליגער..
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

מה ענין גרעפיקס אצל מארקעטינג?
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3540
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

עס איז נישט קיין קלוגע איידיע צו באהאלטן אין אן עד קאפ-שטיק רמזים אדער עפעס א בעקגראונד לחש. דער געווענליכער ליינער איז נישט אין די גיסטע יעצט צו שפילן א געים. זאג אדער צייג אויף א קלארן אופן וואס די האסט צו פארקויפן און פארן פיינאליזירן די עד גיב א בליק דערויף פאר נישט מער ווי א סעקונדע צו זען אויב עס לייגט אראפ גענוג א שטארקע קעיס צוצוציען ליינער אנע נגיעות צו קוקן דערויף.

תפסת מועט תפסת. עפ"י רוב וועט א איבערגעפילטע עד - אפילו א שיינע - בלויז גורם זיין אז די צענטראלע מעסעדזש זאל פארוואסערט ווערן בעפארן לאנדן אין ציל. פארשטייט זיך אז געוויסע אינדוסטריעס זענען אן אויסנאם.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

די וועלט פון 'קרעדיט קארט' פראסעסינג איז זייער גרויס, און די קאמפעטישאן איז נאך גרעסער. עס יאווען זיך פירמעס וואס זוכן צו קאפיטאליזירן אויף די גוטע סוקסעסן פון די ערשטע היימישע פירמע'ס אין דעם געביט.
איינע פון די ערשטע אין די ליין ביים היימישן עולם, איז די גוט באקאנטע 'פידעליטי' פירמע, וואס טראגט די פירערשאפט פאזיציע ביים היימישן ציבור ווען עס קומט צו פעימענט פראסעסינג.
לעצטנס זענען זיי ארויס מיט א ברייטן מארקעטינג קאמפיין מיטן נאמען ''ס'דא א סיבה פארוואס', ווי זיי ברענגען ארויס אז זיי זענען די פירער ביי אונזער קאמיוניטי אין געביט פון 'פעימענט פראסעסינג' און אלעס ארום.
וואס ס'מיר נאר אינטערסאנט, אז די קאמפיין גייט אן אויך אין די דרויסענדיגע גאס. אין ''די ריעל דיעל'' האב מיר געזעהן די היימישע פידעליטי אדוועטייזמענט.
דאס איז נאך קיין וואונדער נישט, זינט זיי סערווירן פונקט אזוי גויאישע קונדן ווי אידישע. די שאלה איז נאר, אז אנקומענדיג צו דעם לינק, זעהט מען דארט אידישע זאכן צב''ש איינע פון די אפציעס דארט איז ''ס'דא א סיבה פארוואס רוב כשר'ע סופערמארקעטס נוצן פידעליטי'', וואס דאס איז נישט גוט זיך צו אידענטיפיצירן מיט א ספעציפישע גרופע -לייען אידן -, אין די צייט וואס זיי אדוועטייזן אין די ברייטע וועלט.
לדעתי.
כווייס נישט אלעס
שר האלף
תגובות: 1736
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 29, 2015 1:02 am
לאקאציע: BETWEEN

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כווייס נישט אלעס »

זיי ווייזן דיר יודישע זאכן ווייל זיי ווייסן ביזט א יוד
משה ישר
שר חמש מאות
תגובות: 734
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 05, 2018 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה ישר »

אהער און אהין האט געשריבן:די וועלט פון 'קרעדיט קארט' פראסעסינג איז זייער גרויס, און די קאמפעטישאן איז נאך גרעסער. עס יאווען זיך פירמעס וואס זוכן צו קאפיטאליזירן אויף די גוטע סוקסעסן פון די ערשטע היימישע פירמע'ס אין דעם געביט.
איינע פון די ערשטע אין די ליין ביים היימישן עולם, איז די גוט באקאנטע 'פידעליטי' פירמע, וואס טראגט די פירערשאפט פאזיציע ביים היימישן ציבור ווען עס קומט צו פעימענט פראסעסינג.
לעצטנס זענען זיי ארויס מיט א ברייטן מארקעטינג קאמפיין מיטן נאמען ''ס'דא א סיבה פארוואס', ווי זיי ברענגען ארויס אז זיי זענען די פירער ביי אונזער קאמיוניטי אין געביט פון 'פעימענט פראסעסינג' און אלעס ארום.
וואס ס'מיר נאר אינטערסאנט, אז די קאמפיין גייט אן אויך אין די דרויסענדיגע גאס. אין ''די ריעל דיעל'' האב מיר געזעהן די היימישע פידעליטי אדוועטייזמענט.
דאס איז נאך קיין וואונדער נישט, זינט זיי סערווירן פונקט אזוי גויאישע קונדן ווי אידישע. די שאלה איז נאר, אז אנקומענדיג צו דעם לינק, זעהט מען דארט אידישע זאכן צב''ש איינע פון די אפציעס דארט איז ''ס'דא א סיבה פארוואס רוב כשר'ע סופערמארקעטס נוצן פידעליטי'', וואס דאס איז נישט גוט זיך צו אידענטיפיצירן מיט א ספעציפישע גרופע -לייען אידן -, אין די צייט וואס זיי אדוועטייזן אין די ברייטע וועלט.
לדעתי.

איך האב געהערט אז 'פידעליטי' איז פארקויפט געווארן פאר א העטש פאנד, געדענק איך נישט צו פאר א אינו משלנו אדער פאר א נישט היימישער.
פארליר דיך נישט, האלט דיך גראד אויפ'ן דרך הישר, וועסטו אנקומען אי"ה.
אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהער און אהין »

משה ישר האט געשריבן:
אהער און אהין האט געשריבן:די וועלט פון 'קרעדיט קארט' פראסעסינג איז זייער גרויס, און די קאמפעטישאן איז נאך גרעסער. עס יאווען זיך פירמעס וואס זוכן צו קאפיטאליזירן אויף די גוטע סוקסעסן פון די ערשטע היימישע פירמע'ס אין דעם געביט.
איינע פון די ערשטע אין די ליין ביים היימישן עולם, איז די גוט באקאנטע 'פידעליטי' פירמע, וואס טראגט די פירערשאפט פאזיציע ביים היימישן ציבור ווען עס קומט צו פעימענט פראסעסינג.
לעצטנס זענען זיי ארויס מיט א ברייטן מארקעטינג קאמפיין מיטן נאמען ''ס'דא א סיבה פארוואס', ווי זיי ברענגען ארויס אז זיי זענען די פירער ביי אונזער קאמיוניטי אין געביט פון 'פעימענט פראסעסינג' און אלעס ארום.
וואס ס'מיר נאר אינטערסאנט, אז די קאמפיין גייט אן אויך אין די דרויסענדיגע גאס. אין ''די ריעל דיעל'' האב מיר געזעהן די היימישע פידעליטי אדוועטייזמענט.
דאס איז נאך קיין וואונדער נישט, זינט זיי סערווירן פונקט אזוי גויאישע קונדן ווי אידישע. די שאלה איז נאר, אז אנקומענדיג צו דעם לינק, זעהט מען דארט אידישע זאכן צב''ש איינע פון די אפציעס דארט איז ''ס'דא א סיבה פארוואס רוב כשר'ע סופערמארקעטס נוצן פידעליטי'', וואס דאס איז נישט גוט זיך צו אידענטיפיצירן מיט א ספעציפישע גרופע -לייען אידן -, אין די צייט וואס זיי אדוועטייזן אין די ברייטע וועלט.
לדעתי.

איך האב געהערט אז 'פידעליטי' איז פארקויפט געווארן פאר א העטש פאנד, געדענק איך נישט צו פאר א אינו משלנו אדער פאר א נישט היימישער.

יא פארקויפט געווארן.
ר' בנימין ווייזער איז אבער פארבליבן דער CEO.
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”