אההה... די יום טוב פסח.
נאך לאנגע וואכן פון העפטיגע הכנות און ענדליך טרעפט מען זיך זיצן ביים סדר טיש ארומגענומען מיט די שיינעדיגע פנימער פון די משפחה און נאנטע קרובים...
לאמיר זיך נישט נער'ן. הלואי ווען עס זאל זיין אזוי פשוט פאר יעדן.
די מציאות איז, אז אזויווי יעדע יום טוב. איז פסח א צייט וואס מ'פארברענגט אסאך, זייער אסאך צייט מיט די משפחה.
און דאס איז שוין נישט אזוי פשוט.
צו ס'איז האבן די קינדער אינדערהיים פאר לאנגע טעג אן קיין געהעריגע סדר... בחורים בין הזמנים... א שוואגער וואס גייט דיר אויף די נערוון מיט וועם די וועסט דארפן פארברענגען א האלבע יום טוב ביים שוויגער... אדער א שוועסטער מיט וועם מ'קומט זיך נישט אזוי גוט אויס...
זאכן ווערן אנגעצויגן. ס'הייבט אן צו ווערן קאמפליצירט... פארפלאנטערט... און אנשטאט הנאה האבן און פארברענגען צוזאמען, קען מען קוים ווארטן זיך צוריקצוזעהן ביים ארבעט אדער כולל, די קינדער צוריק און חדר/ ישיבה און אלעס צוריק צום געווענליכען סדר מיט די איינציגסטע האפענונג אז מ'זאל עס האבן "איבערגעלעבט" אן צופיל שאדן.
ס'מוז אבער נישט זיין אזוי.
יעדער איינער, יעדע משפחה און יעדע מצב איז אנדערש. אבער די ערשטע נקודה צו געדענקן איז:
די גייסט זיי נישט טוישן. די מציאות איז אז מיר קענען נישט טוישן א צווייטע מענטש. די מערסטע וואס מיר קענען איז האבן א השפעה אויף זיי.
אבער וואס מיר קענען יא באמת קאנטראלירן איז זיך אליינס. וויאזוי מיר טראכטן אדער פילן וועגן א געוויסע מצב ווענדט זיך אין אונז. מיר קענען אפשר נישט טוישן זייער מיינונג אבער מיר קענען יא טוישן וויאזוי מיר פילן דערוועגן.
איז וויאזוי טוט מען דאס?
נעם די צייט און פראביר אמת'דיג צו פארשטיין יענעם. ס'איז נישט קיין חילוק ווער איז יא אדער נישט גערעכט, צו ס'איז א קינד, א בחור אדער אן ערוואקסענעם. יעדע זאך וואס א מענטש טוט איז דא א סיבה פאר דעם. נעם די צייט פשוט צו פארשטיין. און אז די ביסט נישט זיכער- פרעג.
די מינוט וואס די וועסט באמת פארשטיין יענעם, וועט עס טוישן די גאנצע בילד. זיי וועלן עס פילן און די וועסט האנדלען די מצב אינגאנצען אנדערש.
געדענק, פאר די שפרינגסט אדער טוהסט סיי וואס - נעם די צייט צו פארשטיין יענעם קודם.
אבער ווי דערמאנט פריער, יעדע מענטש, מצב און משפחה איז אנדערש.
די ווילסט טוהן דיינס צו באמת פארשטיין איינער וואס איז א challenge פאר דיך נאך יעצט פאר יום טוב און האפענטליך האבן א רואיגערע, פרייליכערע יום טוב?
נעם די צייט און schedule א free session און לאמיר כאפן א שמועס דערוועגן.
ווארט אבער נישט צו לאנג צו קליקן די לינק, ווייל ס'איז ערב יום טוב ביי מיר אויך און ס'איז נאר דא א באגרעניצטע צאל פון free sessions אוועיליבל...
https://lytd.as.me/Iveltא כשר'ן פרייליכען יום טוב!