אדווערטייזמענט: אינגערמאן!!! שוין גענוג שלום געמאכט מיט די מצב! לאמיר טוהן עפעס למעשה...

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: אינגערמאן!!! שוין גענוג שלום געמאכט מיט די מצב! לאמיר טוהן עפעס למעשה...

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » מאנטאג יולי 30, 2018 12:55 am

אה, שלום עליכם טייערע פריינד!

לאמיר זיך פארשטעלן פאר אייך... איך הייס יעקב נפתלי ראזענבערג און איך בין א Strategic Intervention Coach.

א: פיין, אבער וואס פונקטליך טוהסטו?

י.נ.: איך העלף ארויס מענטשן דורך Strategic Intervention Coaching. אבער... איך גיי דיר נישט צוזאגן קיין גאלדענע גליקן.

א: פארוואס נישט?!

י.נ.: ווייל איך קען דיר נישט.


א: וואס מיינסטו צו זאגן מיט דעם?

י.נ.: יעדע מענטש איז אנדערש. די ביזט נישט דיין חבר און דיין חבר איז נישט דיר.

וואס ארבעט פאר אים וועט נישט דווקא ארבעטן פאר דיר און וואס ארבעט פאר דיר וועט נישט דווקא ארבעטן פאר אים.

א: איז וואס פונקטליך איז דיין מהלך?

י.נ.: איך ווייס נישט.


א: וואס?????????????? יעצט בין איך שוין אינגאנצן צומישט...

י.נ.: אקעי, לאמיר עס מסביר זיין קלאר.

איך ווייס נישט וואס איך קען טוהן פאר דיר – ווייל עס ווענדט זיך אין דיר.

איך גיי דיר נישט נעמען און פרובירן צו אריינקוועטשן אין מיין מהלך אדער סיסטעם וואס איך האלט דארף ארבעטן דאס בעסטע.

וואס איך טוה איז, אז איך נעם מיין knowledge און וויסנשאפט און איך connect עס צו דיין לעבן און וויסנשאפט. איך וועל ניצן אלעס וואס איך האב דיר צו העלפן דערגרייכן דיין ציהל אויף א וועג וואס וועט ארבעטן פאר דיר.

איך ווייס נישט אלעס, אבער איך גלייב אז די ענטפערס וואס די זוכסט ליגן ביי דיר.

מיר ווייסן אלע אז רוב מאל איז עס נישט אז מיר ווייסן נישט וואס צו טוהן, עס זענען נאר דא פארשידענע זאכן זאכן וואס פארמישן אונז אדער וואס האלט אונז צוריק פון טוהן וואס מיר ווילן אדער דארפן טוהן. צומאל איז עס פחד... צומאל ווערט מען צומישט ווייל עס זענען דא צופיל אויסוואלן און מ'ווייסט נישט וויאזוי צו מאכן א ריכטיגע decision... אדער אמאל ווערט מען אזוי צומישט פון אלע "noise", יעדעם'ס דיעות און מיינונגען, אז ס'איז שווער צו וויסן וואס איז עכט און וואס איז נישט א.א.וו.

דורך מיטטיילן מיט דיר פון די וויסנשאפט וואס איך פארמאג, זיך איך דיך צו געבן די מיטלען צו איבערקומען דאס וואס שטייט דיר און וועג אז די זאלסט קענען דערגרייכן דאס וואס די ווילסט.

א: איז פאר וועם איז דיין coaching געאייגנט?

י.נ.: עס איז געווענליך דא איין סארט מענטש וואס זוכט צו ארבעטן מיט א coach: איינער וואס זוכט פאר מער.

האסטו זיך שוין אמאל געוואונדערט...?

    * איך האב פרנסה ב"ה אויפן טאג טעגליכע לעבן – אבער וויאזוי וועל איך חתונה מאכן מיינע קינדער?

    * בין איך די איינציגסטע וואס מוטשעט זיך מיט anxiety, stress און fears?

    * איך ווייס וואס איך דארף טוהן צו מצליח זיין – איז פארוואס טוה איך דאס נישט למעשה?

    * איך וויל נישט, קען נישט, אדער בין נישט געמאכט צו האבן מיין אייגענע ביזנעס – קען איך נאך אלץ מצליח זיין אויף א ברייטע פארנעם? אויב יא, וויאזוי?

    * צו בכלל, האט איר שאלות, קשיות און מחשבות וואס איר שעמט זיך דורכצושמועס'ן מיט אייער נאנטע ווייל זיי וועלן סיי ווי נישט פארשטיין?

אויב ביזטו פון די וואס האלטן נישט ביים "שלום מאכן מיט די מצב" ווייל "אזוי איז עס" און "מ'קען סיי ווי גארנישט טוישן"... נו, דעמאלטס לאמיר כאפן א שמועס.

א: פיין. אבער וויאזוי קען איך וויסן צו די ביזט די מענטש פאר מיר?


י.נ.: איך האב אזא הנאה פון דיין פראגע. ווייל די ביזט גערעכט.

נישט יעדער איז געמאכט פאר יעדעם און איך גלייב אז די האסט די רעכט צו וויסן ווי ווייט מעגליך צו עפעס וועט ארבעטן פאר דיר איידער די אינוועסטירסט צייט, כח און געלט.

און טאקע דערפאר האב איך געעפנט די אשכול. אין די אשכול וועל איך מיטטיילן מיט ענק פראקטישע עצות, סטראטעגיעס, tools און וויסנשאפט וואס קען ענק צוניץ קומען. אזוי וועלן ענק זיך קענען אביסל באקענען מיט מיר און מיין ארבעט.

אבער חוץ פון דעם, איז נאר דא איין וועג צו עכט וויסן צו איך בין די מענטש פאר דיר – דאס אויספרובירן (גענצליך פריי פון אפצאל)

צו באקומען אייער FREE coaching session:

    * Call/Text: 845-414-3922 (דריקט 0). Direct line: 845-414-3575

    * אדער שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com

    * פארבינדט זיך מיט מיר אין אישי

    * אדער דא האט איר א ספעציעלע לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

מיר וועלן צוזאמען באשטימען א צייט פאר א געהעריגע Free coaching session. (נישט קיין sales call נאר אן עכטע coaching session). נאך די איין session וועלן מיר ביידע וויסן קלאר צו איך בין די coach פאר דיר צו נישט.

*** ניץ אויס די רואיגע זומער טעג, און זייט גרייט פאר'ן קומענדיגע סעזאן ווי קיינמאל בעפאר! ***




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

פארוואס זענען נישט דא מער אינגעלייט וואס זענען מצליח אין ביזנעס?

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » מאנטאג יולי 30, 2018 9:07 am

פארוואס זענען נישט דא מער אינגעלייט וואס זענען מצליח אין ביזנעס?

משאין כן, קען מען זעהן פיל מער פון די וואס זענען שוין 30/40 יאר אין ביזנעס וואס האבן יא מצליח געווען אין די אינגערע יארן. איז וואס איז די חילוק פון אמאל און היינט?
ס'איז דא מער ווי איין סיבה דערצו פארשטייט זיך, אבער איינע פון די הויפט סיבות איז צופיל אינגעלייט היינט צוטאגס ווען זיי עפענען א ביזנעס זוכן זיי זיך א competition.

וואס מיין איך צו זאגן מיט דעם?

דער אינגערמאן גייט ארויס און קוקט אויף ביזנעסער, סיי אידישע און סיי גויעשע, און ער וועלט זיך אויס זיין ביזנעס. דערנאך וועט ער א גאנצע צייט קוקן אויף זיין competition און זיכן זיי נאכצוטוהן, און האפענטליך זיין בעסער ווי זיי. ער וועט נאכטוהן און פרובירן צו זיין בעסער מיט זיין website, מיט advertising, מיט styles און וואס נישט... ( מ'רעדט נישט דא פון וויסן וואס דיין competition טוהט. מ'רעדט פון בעצם נאכטוהן יענעם, נאר פרובירן צו זיין בעסער...)

אבער דאן איז די וועג צו הצלחה גאר, גאר שווער. די וועג צו מצליח זיין איז נישט דורך נאכטוהן.

יעדע מענטש איז unique. די האסט שטארקייטן, טאלאנטן, אינטערעסן און צומאל איז עס אן אייגענארטיגע געמיש פון עטליכע זאכן צוזאמען מיט וואס קיינער אויף די וועלט איז נישט די זעלבע.

נעם דיין אייגנארטיגקייט, דיין uniqueness און ברענג עס אריין אין דיין ביזנעס. דיין ביזנעס זאל ווערן צאמגעפלאכטן מיט דיין uniqueness. יא, קען זיין די וועסט דארפן זיין creative מיט וויאזוי דאס צו טוהן.

צומאל קען עס זיין אן אייגנארטיגע וועג פון מארקעטינג, אמאל איז עס וויאזוי מ'נעמט אויף א קליענט, אדער עפעס וואס מ'טוהט נאך וואס מ'ענדיגט צו די ארבעט. אודאי דארפסטו טראכטן א גאנצע צייט וויאזוי די קענסט צופרידנשטעלן דיינע קליענטן אויפ'ן בעסטן אויפן. דאס איז אבער עפעס וואס אנדערע קענען נאכטוהן.

אויב אבער די ברענגסט אריין דיין אייגנארטיגקייט אין דיין ביזנעס אויף סיי וואס פאר אן אויפן, איז דאס עפעס וואס קיינער קען דיך נישט נאכטוהן.

און דאן וועסטו שפילן דיין אייגענע game. דאן וועסטו נישט נאר גרינגער און שנעלער מצליח זיין בעזהשי"ת, נאר די וועסט האבן פיל מער הנאה פון דיין ארבעט אין די זעלבע צייט!

*צו זעהן א ווידיא ווי איך ערקלער די נושא:

http://liveyourtruedream.com/young-people-succeed-in-business/

https://www.dropbox.com/s/3i89lgr4plemtpl/Young%20People%20Succeed%20In%20Business.MOV?dl=0
לעצט פאראכטן דורך יעקב נפתלי רזב אום מאנטאג יולי 30, 2018 9:16 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

וואס שטערט דיר?

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » מאנטאג יולי 30, 2018 9:12 am

איינע פון די זאכן וואס שטערט א מענטש אין ביזנעס בפרט, און אין לעבן בכלל, און האלט אים צוריק פון אנקומען וואו ער וויל – איז די מענטש אליין.

ער שטייט זיך אליין אין וועג, און אפט מאל קען ער זיך אליין אינטערהאקן די פוס און זיך אליין צוריקהאלטן פון אנקומען צו די נעקסטע step; צו וואו ער וויל זיין, סיי אין זיין לעבן און זיכער אין זיין ביזנעס/ job.

וואס מיין איך צו זאגן מיט דעם?

א מענטש ווערט באקוועם אין זיין comfort zone. ער גייט אריין אין א "פלאץ" וואו ער איז באקוועם.
ער מאכט אזויפיל און אזויפיל געלט, ער טוט אזויפיל השתדלות, ער לייגט אריין אזויפיל כח אין זיין ביזנעס/ job, ער טוט דעס אין זיין לעבן, ער טוט אזוי מיט זיינע קינדער... און אזוי מיט אלעס אנדערש אין זיין לעבן. ער ווערט באקוועם מיט וואו ער איז און דאס ווערט אנגערופען א comfort zone.

צו זיך ארויסרוקען פון די comfort zone איז זייער שווער. פארוואס?

ווייל די רגע וואס ער רוקט זיך ארויס פון זיין comfort zone ווערט ער uncomfortable, ער ווערט אומבאקוועם. און דאס וועט אים שטופען, רוב מאל אן ער זאל אפילו כאפן, צו טוהן וואס ס'פעלט אויס צוריקצוגיין צו זיין comfort zone, און צוריקווערן באקוועם.

אבער איין מאל ער רוקט זיך יא ארויס, און ער גייט פאראויס אפילו ס'איז נישט באקוועם, וועט ער זייער שנעל באקומען א נייע comfort zone. אבער דאס מאל אין א העכערע, בעסערע פלאץ. ער וועט ווערן באקוועם מיט מער געלט, מיט א בעסערע לעבנסשטייגער און וואס נאר עס זאל זיין; סיי ברוחניות און סיי בגשמיות.

איז וויאזוי קען מען זיך שטארקן און זיך ארויסרוקען פון די אייגענע comfort zone?

היינט וועל איך מיטטיילן מיט אייך צוויי וועגן, צוויי אנדערע מהלכים וואס א מענטש קען ניצן דאס צו קענען באווייזן און קענען ווייטער שטייגן.

די ערשטע וועג איז: טאנץ ארויס!

נעם דיך צאם און מיט דרייסטקייט טוה עפעס וואס איז גאר ווייט ארויס פון דיין comfort zone. ס'איז נישט גרינג, אבער ס'וועט דיך געבן די כח צו אנקומען און דערגרייכן שנעלער.
ס'איז אבער נישט אלעמאל מעגליך צו ניצן דעם מהלך. נישט אלעמאל האט מען די כוחות, געדולד, אדער אפילו די מעגליכקייט דאס צו קענען באווייזן. איז וואס נאך קען מען טוהן נישט צו בלייבן stuck אין די comfort zone?

דאן איז דא א צווייטע וועג: נעם די ציהל צו וואס די ווילסט אנקומען, און הייב עס אן צו חזר'ן אין דיין מח איין מאל א טאג צו אפילו איין מאל א וואך. טראכט דערפון און לאז עס לויפן אין דיין מח.

דערנאך, בעט איינע פון דיינע נאנטע זאלן דיך דערמאנען פון די ציהל יעדע שטיק צייט.

ס'קען זיין אז די ערשטע פאר מאל זיי וועלן דיך דערמאנען וועסטו ווערן נערוועז – ווייל די ביסט נאכנישט גרייט פאר דעם. אבער צוביסלעך וועסטו ווערן מער באקוועם מיט די געדאנק און אפשר אפילו בעטן זיי זאלן דיך דערמאנען מער אפט דערפון! מיט די צייט, וועסטו ווערן מער און מער ‘’comfortable’’, ביז עס וועט קומען די צייט וואס די וועסט קענען נעמען די נעקסטע שריט און עס טוהן למעשה.

*צו זעהן א ווידיא ווי איך ערקלער די נושא:

http://liveyourtruedream.com/master-your-comfort-zone/

https://www.dropbox.com/s/3dhz3sdkwq2fn04/Comfort%20Zone.mp4?dl=0
`
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

אוועטאר
מאנטריאלע'ר
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 01, 2012 10:09 pm

תגובהדורך מאנטריאלע'ר » מאנטאג יולי 30, 2018 3:48 pm

שלום עליכם הרב ר' יעקב נפתלי שליט"א.

שוין געהאט מיט אייך א פרייע קאנסולטעישן ב"ה, איר זענט געוואלדיג....

איך רעקאמאנדיר פאר סיי וועם וואס וויל מצליח זיין און שטייגן און ביזנעס אדער אין פריוואטע לעבן... פראבירט אויס א פרייע קאנסולטעישן ביי ר' יעקב נפתלי, איר וועט שטארק הנאה האבן...

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

איין מינוט! וואס איז Strategic Intervention Coaching?

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:10 pm

גוטע שאלה. דאס איז עפעס וואס איך ווער געפרעגט אסאך און איך וועל עס פרובירן צו מסביר זיין אז עס זאל זיין גרינג צו פארשטיין.

עס זענען דא אסאך מיני coaches און רוב פון זיי זענען טרענירט און ארויסהעלפן א מענטש אין א ספעציפישע חלק פון זיין לעבן. א sports coach וועט העלפן זיין קליענט זיך פארבעסערן אין sports, א voice coach וועט העלפן א מענטש צו אויסארבעטן און פארבעסערן זיין קול, א ביזנעס coach וועט ארבעטן מיט א מענטש אויף זיין ביזנעס און אזוי ווייטער... און די זעלבע וועג זענען רוב life coach trainings געבויט אויף א ספעציפישע חלק פון א מענטש'ס לעבן. זיי וועלן געווענליך זיין געציהלט אויף צו ארבעטן מיט א מענטש אויף זיין goals אדער אויף זיינע beliefs (עפעס וואס א מענטש גלייבט פאר זיך צו זיין אמת) א.ד.ג

משאין כן, איז א Strategic Intervention coach געווארן טרענירט אויף א ברייטע פארנעם צו פארשטיין די פארשידענע זאכן וואס ליגן אינטער די שוועריגקייטן וואס א מענטש האט, אדער וואס עס קען זיין די סיבה פארוואס ער קומט נישט אן ווי ער וויל. א SI coach איז טרענירט צו נעמען די צייט צו אמת'דיג פארשטיין א מענטש, זיין וועלט, זיין מהלך המחשבה, זיין נאטור... און ערשט דערנאך דורך פארשידענע וועגן אים העלפן פארשטיין וואס זיין פראבלעם איז און אים געבן די בעסטע מיטלען וואס איז נאר פארהאן צו למעשה איבערקומען זיין שוועריגקייטן סיי יעצט און סיי אין די צוקונפט.

און טאקע דערפאר וועט א Strategic Intervention coach נישט ארבעטן אויף די זעלבע וועג מיט יעדע קליענט. ווייל יעדע מענטש איז אנדערש. זיין לעבן און נאטור איז אנדערש! און כאטש אויבנאויף קען די פראבלעם אויסזעהן די זעלבע, קען די אורזאך און אויך די בעסטע מיטל וויאזוי צו למעשה איבערקומען די פראבלעם אויף א פראקטישן אויפן זיין גאר אנדערש.
נאך איין נקודה וואס איז וויכטיג צו באטאנען איז אז אין Strategic Intervention גלייבן מיר אז קיין איין מענטש איז נישט "צובראכן" און דארף נישט ווערן "גע'fix'ט". מיר ווייסן אויך אז רוב ענטפערס וואס א מענטש זוכט ליגט באהאלטן ביי אים אליין.

נאר, אזויווי מיר ווערן נישט געווענליך אויסגעלערנט וויאזוי צו ניצן די געוואלדיגע, אומשאצבארע מתנה וואס די רבונו של עולם האט אונז אלע געשאנקען – אונזער מח, די מעגליכקייט צו טראכטן און פילן... קענען מיר זיך אנקלאפן און פארשידענע פראבלעמען און שוועריגקייטן.

ווי אויך, ווייסן מיר אז זאכן האלטן זיך און איין טוישן און א מענטש'ס לעבן: מ'האט חתונה, קינדער ווערן עלטער, געלט, געזונט... און אזויפיל אנדערע זאכן וואס זענען נישט דווקא און אונזער קאנטראל. דאס קען מאכן אז כאטש א וועג פון לעבן אדער זיין האט גע'ארבעט פיין ביז יעצט וועט עס שוין מער נישט ארבעטן פאר א מענטש אויף ווייטער.
א Strategic Intervention coach איז דא, מיט די וויסנשאפט וואס ער פארמאגט דיך צו העלפן זיך אליין פארשטיין, ארבעטן מיט דיר, דיך העלפן און ווייזן למעשה וויאזוי איבערצוקומען דיינע שוועריגקייטן אויף א וועג וואס וועט ארבעטן פאר דיר, ווי אויך דיר געבן די מיטלען צו ווייטער גיין לעתיד בעזרת ה'.

איז וויאזוי קענסטו מיך העלפן אויך מיט מיין ביזנעס?

קודם כל, לאז מיך עפעס קלאר מאכן: איך בין נישט קיין ביזנעס consultant, כאטש איך ווייס אסאך וועגן ביזנעס בכלל.
די סיבה פארוואס איך קען דיך העלפן מיט דיין ביזנעס/ דזשאב איז אזוי. עס איז דא א כלל אז ביזנעס איז:
80% psychology און 20% mechanics

וואס דאס מיינט איז אז, 80% פראצענט פון א מענטש'ס הצלחה אין ביזנעס ווענדט זיך אין אים אליין – זיין פסיכאלאגישע און עמאציאנאלע שטארקייטן. עס ווענדט זיך אין ווי גוט ער קען זיך ספראווענען מיט פראבלעמען, מיט דורכפעלער... ווי שטארק ער איז מיט זיך, די זאכן וואס ער גלייבט און וואס איז וויכטיג ביי אים... און נאך... נאר 20% ווענדט זיך אין די טעכנישע באשלוסען און זאכן וואס ער טוהט. די פראבלעם איז אז מיר מיינען אז עס איז פונקט פארקערט...

איך ווייס נישט צו איך וועל דיך קענען העלפן מיט די 20% (מעגליך אז יא... און אפילו ווען נישט איז דא גענוג וועגן און פלעצער צו באקומען די אינפארמאציע וואס מען זוכט) איך ארבעט בעיקר אויף די 80% און טאקע דערפאר קען איך בעזרת ה' ארויסהעלפן מענטשן מיט זייער ביזנעס אדער דזשאב...
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מאנטאג אוגוסט 06, 2018 10:22 pm

יעקב נפתלי שכח מהאמיר זייער הנאה פון דיינע שיערים
"קיפ איט אפ"
ווען איר ליינט א שרעקעדיגע מעשה זייט נישט
דערשראקן,דער שרייבער באקומט באצאלט אין צייט...

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 10:38 am

א גרויסן ייש״כ בשעה שיש.
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1592
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

תגובהדורך אויפגעפרישט » דינסטאג אוגוסט 07, 2018 5:04 pm

בקוצר וואס טוט א קאטש? און וואס נישט? איר ארבעט דורך טעלעפוין אדער סקייפ?
טרינק 8 גלעזלעך וואסער, און האלט אייך פריש, געזונט און מינטער. . .

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 12:45 am

אויפגעפרישט האט געשריבן:בקוצר וואס טוט א קאטש? און וואס נישט? איר ארבעט דורך טעלעפוין אדער סקייפ?


גוט געפרעגט.

קודם וועל איך זאגן וואס א קאטש איז נישט:

א קאטש איז נישט א טעראפיסט - א טעראפיסט וועט ארבעטן מיט א מענטש אויף א מעדעצינישע פארנעם דורך דיאגנאזירן א פראבלעם און אויסארבעטן א היילונגס פראצעדור ניצנדיג ספעציפישע מיטלען ווי למשל מעדעצין און געוויסע סארט טעראפי. אפט מאל וועט ארבעטן מיט א טעראפיסט זיין מער געציהלט אויף פארשטיין און דערגיין וואס די פראבלעם איז (אויפ'ן עבר) און עס קען נעמען צייט ביז א מענטש זאל אנפאנגען צו זעהן רעזולטאטן.

א קאטש איז נישט א קאנסאלטענט (כאטש מענטשן מישן אפט מאל אויס די צוויי) - א קאנסאלטענט וועט אריינקומען, באטראכטן די מצב למשל אין א ביזנעס, אויב ער טויגט, וועט ער נעמען די מיה צו אויסגעפונען ווי מער דעטאלן איבער די נושא און וואס ער ספעציאליזירט (למשל ביזנעס) און דערנאך וועט ער געבן זיין עצה און הדרכה. ער וועט נישט דווקא באגלייטן די מענטש און למעשה אויספירן זיינע עצות. (מ'וואלט עס געקענט צוגלייכן צו די אמאליגע עצה געבער...)

איז וואס איז א קאטש? ס'איז די גרינגסטע צו פארשטיין מיט א משל פון וואו די גאנצע מושג פון קאוטשינג האט זיך אנגעהויבן. קאוטשונג האט זיך אנגעהויבן אין די וועלט פון ספארטס. וואס טוט א קאוטש? ער נעמט א שפילער, באקענט זיך מיט אים אויף א טיפע פארנעם, ער דערגייט פונקטליך זיינע שוואכקייטן/ שטארקייטן און דערנאך ארבעט ער מיט אים אויף א וועג ארויסצוברענגען זיינע שטארקיייטן, איבערקומען זיינע שוואכקייטן און אים העלפן ווערן די בעסטע שפילער וואס איז נאר שייך.
פארוואס קען ער עס נישט טוהן אליין? ווייל מיר ווייסן אלע אז עס איז אוממעגליך פאר א מענטש זיך אליינס צו קענען "זעהן" אן קיין נגיעות, און ארויסהאבן די גאנצע בילד. מיר ווייסן אלע די ווערד פון באקומען א דרויסענדיגע בליק אויף סיי וואס.

צוביסלעך האט זיך די מושג פון קאוטשינג צושפרייט אויך אין אנדערע פעלדער ווי ענטערטעינמענט, ביזנעס און נאך... און יא אלץ א life coach ארבעט איך מיט מענטשן אויף זייער לעבן און מיט די מענטש אליין, כדי ער זאל קענען אנקומען צו וואו ער וויל און זיין לעבן צו איז עס אין ביזנעס/דשאב אדער אין זיין פריוואטע לעבן.

איך ארבעט געווענליך אויפן טעלעפאן אדער סקייפ/webcam.

און פאר די וואס קווענקלען זיך וועגן ארבעטן מיט א קאוטש אויפן טעלעפאן וועל איך זאגן צוויי זאכן:
איינס: איך האב באקומען ספעציעלע טרענירונג דווקא יא צו קענען ארבעטן מיט קליענטן אויפן טעלעפאן.
צוויי: פרוביר עס אויס (ס'קאסט דאך נישט קיין געלט...). ס'איז זייער מעגליך אז איר וועט זיין סורפרייזט...
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

גיי נאך דיין פחד!

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:21 am

די וועסט א סך מאל הערן מענטשן זאגן פאר די וואס זיכן צו מצליח זיין אין די ביזנעס וועלט, אז זיי זאלן צוהערן וואס זייער הארץ זאגט זיי אדער זיי זאלן נאכגיין זייער passion א.ד.ג.

דאס איז אלעס ריכטיג, אבער איך האב נאך אן עצה פאר דיר; גיי נאך דיין פחד.

וואס הייסט?

איך רעד נישט פון די פחד וואס דער אייבערשטער האט אריינגעלייגט אין די נאטור פון א מענטש צו אים צוריקהאלטן פון זיך אריינלייגן אין א סכנה.

איך רעד פון די פחד וואס א מענטש שפירט ווען ער האט אן איינפאל, א געדאנק וואס לאזט נישט נאך אדער וואס ער האט שוין געטראכט דערפון א לאנגע צייט – אבער ער האט מורא.
ער האט מורא ווייל וואס וועלן מענטשן/ מיין משפחה/ חברים זאגן? ווייל וואס וועט זיין אויב איך בין נישט מצליח? וועל איך פארלירן מיינע חברים? וועל איך עס טאקע קענען באווייזן?
גיי נאך דיין פחד! ס'וועט זיין שווער. אפשר צומאל אומדערטרעגליך. יא ס'קען זיין אז מענטשן וועלן לאכן, די וועסט פארלירן דיינע חברים און ס'איז נישט זיכער אז די וועסט מצליח זיין!

אבער געדענק די כלל:

אז די האסט מורא, און ס'איז נישט א פחד וואס איז דארט צו דיך באשיצן פון אן אמת'ע סכנה, דעמאלטס איז די פחד וואס די פילסט א סימן אז דאס איז עפעס וואס איז גאר וויכטיג.
אז ס'וואלט נישט געווען וויכטיג וואלסטו נישט מורא געהאט. אז די האסט מורא איז א סימן אז ס'איז וויכטיג.

גענוג וויכטיג אז ס'לוינט זיך די risk וואס איז די cause פון די פחד וואס די פילסט.

שטארק דיך. טוה עס. ווייל דאס איז וואס וועט דיך העלפן וואקסן און שטייגן!

*צו זעהן א ווידיא (דאס מאל אין ענגליש) ווי איך ערקלער די נושא:

http://liveyourtruedream.com/follow-your-fear/
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

פארוואס באקום איך נישט די געוואונטשענע רעזולטאטן?

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » מיטוואך אוגוסט 08, 2018 10:29 am

האסטו זיך שוין אמאל געוואונדערט פארוואס די באקומסט נישט אלעמאל דיינע געוואונטשענע רעזולטאטן? צומאל קען עס אפילו אויסזעהן ווי מ'ארבעט שווער, מ'טוט א גוטע ארבעט, אבער דאך פארדינט מען נישט דאס וואס מ'וויל צו ס'איז טאקע געלט אדער עפעס אנדערש וואס מ'זוכט.

נו, לאמיר דיך ערקלערן א כלל וואס איז ווייניג באקאנט, קען אויסזעהן אומגערעכט, אבער איז וויכטיג צו פארשטיין אויב וויל מען טאקע דערגרייכן אויסערגעווענליכע רעזולטאטן.

איז אזוי; ווען איינער טוט א שוואכע ארבעט, וואס פאר א רעזולטאטן באקומט ער? איך שטעל מיך פאר איר האט גענטפערט: שוואך. אבער ניין! פאר שוואכע ארבעט באקומט מען נישט קיין שום רעזולטאטן! מ'באקומט נישט גארנישט, מ'ווערט פארשיקט א.א.וו.

וועסטו זאגן; נעע, איך טוה א גוטע ארבעט. איז וואס זענען די רעזולטאטן פאר א גוטע ארבעט? יא, איך ווייס אז ס'איז נישט גערעכט, אבער פאר א פשוט'ע גוטע ארבעט באקומט מען שוואכע רעזולטאטן. דאס איז די מציאות.

די נעקסטע שפרינג ארויף איז ווען מען טוט אן אויסגעצייכענטע ארבעט. דאן באקומט מען שוין גוטע רעזולטאטן.

איז וויאזוי קען מען באקומען אויסגעצייכנטע רעזולטאטן? דאס איז צו נעמען די לעצטע קליינע סטעפ און גיין פון טוהן אן אויסגעצייכנטע ארבעט צו אן אויסערגעווענליכע, outstanding, ארבעט.

ווען די שטייסט ארויס, מער ווי געווענליך, מיט דיין געטריישאפט, סערוויס, טאלאנט... צו סיי וואס. דאן קענסטו דערגרייכן דיין ציהל פון באקומען אויסגעצייכנטע רעזולטאטן בעזרת ה'.

*צו זעהן א ווידיא ווי איך ערקלער די נושא (אין אידיש):

http://liveyourtruedream.com/how-to-get-outstanding-results/

https://www.dropbox.com/s/c4y3zuue7mtmb3a/Get%20Outstanding%20Results.mp4?dl=0
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

מ'קען נישט צופרידנשטעלן יעדעם...

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » זונטאג אוגוסט 12, 2018 11:48 am

די ווילן, צו וועלן צופרידנשטעלן יעדן איינעם, איז עפעס וואס איז אין די נאטור פון רוב מענטשן.

די פראבלעם איז ווען מ'פראבירט צו ציפרידנשטעלן "יעדעם" אין ביזנעס אויך.

גייסטו שרייען "וואס הייסט? דארף איך דען נישט צופרידנשטעלן מיינע קליענטן?"

אודאי- אבער מ'רעדט נישט פון דעם. איך רעד דא פון אנעמען יעדעם'ס מיינונגען, הערות און עצות וואס יא צו טוהן און וואס נישט. מ'הייבט אן צו פארגעסן ווער מ'איז אלץ א ביזנעס און מ'פארלירט די אייגענע uniqueness.

וואס געשעהט דאן איז גאנץ פשוט. ס'קען זיין אז די וועסט צופרידנשטעלן רוב עולם (די וועסט קיינמאל נישט צופרידנשטעלן יעדעם...), אבער די וועסט נישט האבן קיין עכטע, שטארקע, loyal קליענטן. די וועסט נישט האבן צופיל אמת'ע fans וואס וועלן פון זיך אליין דיר ברענגן נאך און נאך ביזנעס. די וועסט ווערן פונקט ווי יעדן איינעם...

משאין כן, אויב וועסטו יא בלייבן מיט דיין אייגענארטיגקייט, מיט דיין passion און דיין uniqueness, וועסטו טאקע פארלירן אפאר מעגליכע קליענטן וואס וועלן נישט ליב האבן וואס די טוהסט. די וועסט גאנץ מעגליך האבן קעגנער אדער מענטשן וואס גלייכן נישט דיין ביזנעס (דרך אגב, דאס איז עפעס וואס געשעהט ביי יעדע זאך וואס איז מצליח... אבער דאס איז פאר אן אנדערס מאל...)

אבער פון די אנדערע זייט וועסטו פיל שנעלער attract'ן דיין ideal client. ווי אויך וועסטו געניסן פון קליענטן וואס זענען אמת'ע fans און וועלן כסדר צוריקקומען און דיר ברענגן נאך
קליענטן- פון זיך אליין.

ס'איז דיין אויסוואל. וואס איז די ריכטיגע וועג פאר דיר און דיין ביזנעס?

*צו זעהן א ווידיא ווי איך ערקלער די נושא:

http://liveyourtruedream.com/you-cant-please-them-all/

https://www.dropbox.com/s/f2mjqxsi4hff4he/You%20can%27t%20please%20them%20all.mp4?dl=0
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268

יעקב נפתלי רזב
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 2:48 pm
לאקאציע: Montreal
פארבינד זיך:

די דארפסט אדער די מוזט?

תגובהדורך יעקב נפתלי רזב » דינסטאג אוגוסט 14, 2018 1:10 pm

מיר האבן אלע גאנצע רשימות מיט זאכן וואס מיר וואלטן געוואלט טוהן, געדארפט טוהן – אבער למעשה טוהן מיר דאס נישט; מיר פירן נישט אויס למעשה. פארוואס?

פון די אנדערע זייט, האבן מיר שוין אלע געהאט צייטן וואס מיר האבן זיך צאמגענומען און יא געמאכט א טויש אדער אויסגעפירט דאס וואס מיר האבן געוואלט.

וואס ברענגט א מענטש צו יא אויספירן למעשה? צו מאכן א טויש און זיך האלטן דערמיט?

עס איז דא דריי זאכן וואס דארפן געשעהן כדי א טויש זאל זיך האלטן אדער אז א מענטש זאל טוהן סיי וואס.

די ערשטע זאך איז אז ס'דארף זיך טוישן פון עפעס וואס מ'דארף טוהן – צו עפעס וואס מ'מוז טוהן. עס דארף זיך טוישן פון א should צו א must.

מיר דארפן טוהן א סך זאכן. אבער די מציאות איז אז מיר וועלן זייער זעלטן טוהן עפעס וואס מיר "דארפן" טוהן.
מיר טוהן זאכן וואס מיר "מוזן" טוהן. אז ס'ווערט א must, דעמאלטס האט מען די מעגליכקייט אז עס זאל טאקע געשעהן.

די צווייטע זאך איז אז א מענטש דארף נעמען די אחריות אז ער אליין מוז מאכן די טויש.

יא, די קענסט באקומען הילף פון אנדערע, און אפט מאל זאל מען באקומען הילף אדער הדרכה פון אנדערע, אבער קיינער קען נישט מאכן דעם טויש חוץ דיך אליין. די אליין ביסט אחראי צו די טוהסט יא צו די טוהסט נישט.

ס'ווענדט זיך נישט אין קיינעם; נישט דיין מדריך, coach, therapist, צו סיי ווער. נעם responsibility פאר דיינע מעשים און די וועסט קענען אנקומען גאר ווייט.

ערשט דאן קען מען צוקומען צו די לעצטע step וואס דאס איז וויסן און גלייבן אז מ'קען מאכן דעם טויש.
ווייל אפילו עפעס וועט ווערן א must, און די וועסט וויסן אז דו ביסט דער וואס מוז מאכן דעם טויש, קען געשעהן אז די מענטש גלייבט נישט אז ס'איז בכלל מעגליך צו מאכן דעם טויש אדער אויספירן למעשה.

Push די limits פון וואס איז יא מעגליך און וואס נישט. לאז דיך נישט פארפירן פון אלטע געדאנקן אדער דורכפעלער. די קענסט, און בעזרת ה', וועסטו, אויספירן אדער אנהאלטן דעם טויש.

הצלחה רבה!

* צו זעהן א ווידיא ווי איך ערקלער די נושא:

http://liveyourtruedream.com/is-it-a-should-or-a-must/

https://www.dropbox.com/s/9rs4uvfs6n4lx4u/Is%20it%20a%20SHOULD%20or%20a%20MUST%20Yiddish.MOV?dl=0
פאר אייער FREE coaching session:
* Call/Text: 845-414-3922 (דרוקט 0). Direct line: 845-414-3575
* שיקט אן email צו: info@liveyourtruedream.com
* א לינק צו מיין calendar צו קענען אליינס מאכן אן appointment: https://lytd.as.me/?appointmentType=7650268


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט