בלאט 1 פון 1

ביזנעסלייט! בואו חשבון!

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 6:05 pm
דורך לחיים ולברכה
כ'וויל אייך מיטטיילן וואס כ'האב מיטגעהאלטן אין די פארגאנגענע טעג ווען א ביזנעסמאן האט מיר גערופן צו איבערשמועסן דער מצב ביי אים אין ביזנעס. ס'האנדעלט זיך פון א ביזנעס וואס איז אנגעגאנגען פאר עטליכע יאר, אבער דער בעה"ב איז נישט ענערגיש, און דערפאר האט עס נישט אזוי שטארק מצליח געווען. דער בעה"ב האט אריינגענומען א שותף, דער אינגערמאן וואס האט מיר גערופן, אן ענערגישע אינגערמאן, וואס האט איבערגענומען דער 'ארבייט' חלק פונעם ביזנעס. דהיינו, ער ברענגט סעילס און רעדט צו די קאסטומערס, און דער אלטע בעה"ב 'פירט' די אפיס ארבייט. אביסל שפעטער האט דער ענערגישע אינגערמאן אריבערגעברענגט דאס גאנצע (?) אפיס צו זיין לאקאציע, און דער אלטע בעה"ב איז געבליבן ווי ביז יעצט...

הכלל, לכבוד דאס אריבערברענגונג פונעם אפיס האט מיר דער אינגערמאן אריבערגערופן כ'זאל אים העלפן אויפסעטן די אפיס. כ'האב דאס גערן אנגענומען, מיר האבן זיך אראפגעזעצט אפאר מאל און אלעס איבערגעגאנגען פון א' ביז ת'.

נאט אייך א באריכט פונעם ביזנעס:

אין די לעצטע פאר חדשים האט דער אינגערמאן מצליח געווען צו אויפארבייטן כפלי כפלים, מיט סעילס פון בערך 150,000$ (אויף אלע אידן געוואונטשן – אדער מער). אבער... אריינגעקומען איז נאר אן ערך פון 30,000$... אסאך בילס זענען בכלל נישט געווען אריינגעלייגט אינעם קאמפיוטער. און גאר אסאך פעימענטס זענען אויך נישט געווען רעקאדירט. די בענק סטעיטמענטס (ער האט זיי ניטאמאל....) זענען נישט געווען רעקאנסיילד (מער איבער דעם אין א באזונדערע ארטיקל). קוויקבוקס האט געוויזן א נעגאטיווע באלאנס אין באנק פון 1500$. קרעדיט קארדס וואס זענען שוין אין פייל זענען נישט געטשארדזשט געווארן. ער האט געהאט איבער 'הונדערט' (100!) נייע מעסעדזשעס...... רוב זענען טאקע געווען פון א טאג וואס דער טעלעפאן האט נישט געארבייט, אבער עטליכע זענען פון אפאר טעג פריער. קיין איין איינציג ביל איז נישט געווען רעקאדירט, און אויך נישט די 'קאסט אף גודס סאלד' וואס ער האט געצאלט, וכו' וכו' וואס כ'קען נישט אויסרעכענען צוליב גילוי און צוליב פארשטענדליכע סבות.

אין איין ווארט, דער ביזנעס איז א גוטע ביזנעס מיט שטארקע אויסזיכטן, ס'האט אסאך געלט אינדרויסן וואס מ'דארף קאלעקטן, ער האט נישט קיין אהנונג וואס קאסט עם די סחורה וואס ער פארקויפט, און ער ווייסט נישט ווי איין און ווי אויס.

דאס הארץ גייט אויס..... איך פרוביר אים ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך, אבער ס'גייט מיר זייער שווער ווייל ער הערט זיך צו צו אנדערע אינגערלייט וואס האבן בכלל נישט קיין עקספיריענס, און ער ספענד טויזענטע דאלארן אויף נישטיגקייטן וואס ווען ער פרעגט מיר און ער ווערט געוואויר אז ס'איז נישט גוט אדער ס'פעלט נישט אויס, איז שוין די געלט ארויס פונעם טאש.

כ'שרייב דאס לזכרון בעלמא, כ'וויל דאס אמאל איבערליינען און זיך דערמאנען פון די גאנצע באזוך און האפענטליך קאמפערן צו די דעמאלטסדיגע גוטע שטאנדפונקט פון די ביזנעס. ווי אויך, צו אויפוועקן די חברים דא אויפ'ן סייט אז ס'איז וויכטיג צו האלטן חשבון אויף יעדע פרט ופרט, און בשום אופן נישט אנהויבן א ביזנעס פאר דו ווייסט פונטקליך וואס ס'דארף געטוהן ווערן אז דער ביזנעס זאל קענען אנגיין און שטייגן, און ווער ס'גייט טוהן די אלע וויכטיגע זאכן. אנדערש קען מען טאקע ברענגען אסאך סעילס, אבער ס'איז נישטא וואו די ברכה זאל חל זיין.

אסאך הצלחה.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 6:20 pm
דורך איך_הער
שיין און באלערענד, שכוח.

פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2008 8:07 pm
דורך קרעמער
שלעפער יענעם איין אויף א טאג צוויי לשם מצוה, און שטעל די ביזנעס אויף די פיס.

Re: ביזנעסלייט! בואו חשבון!

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2008 10:30 am
דורך thefact
לחיים ולברכה האט געשריבן:האט מיר דער אינגערמאן אריבערגערופן כ'זאל אים העלפן אויפסעטן די אפיס. כ'האב דאס גערן אנגענומען, מיר האבן זיך אראפגעזעצט אפאר מאל און אלעס איבערגעגאנגען פון א' ביז ת'.

דאס הארץ גייט אויס..... איך פרוביר אים ארויסצוהעלפן ווי ווייט מעגליך

אסאך הצלחה.

חיים ברוך;
וויפיל טשארדזשסטו?

_________________

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2008 11:49 am
דורך לחיים ולברכה
קרעמער; אז די פיס איז שלעפעריג קען מען גארנישט טוהן.... כ'מיין צו זאגן אז דער יסוד איז וואקעלדיג און שלעפעריג, איז נישטא קיין גרויס האפענונג, חוץ אויב די פיס וועלן זיך אויפוועקן.

איי ווי זיס האט זיך אויסגעדריקט א איד(ענע) וואס איז באקאנט מיט די מעשה, "זיי פירן א ביזנעס ווי אינגלעך אין חדר שפילן ביזנעס קארדס..."

דע פאקט; אין אישית.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2008 5:09 pm
דורך 3x0
לחיים, שכוח פאר די אינטערעסאנטע ערציילונג.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 13, 2008 11:25 pm
דורך שוועמל
אן עלטערער איד ביי אונ אין ביהמ"ד זאגט תמיד:

איך בין טאקע די 'באס' אבער זי איז די 'באס דרייווער'

פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 14, 2008 5:56 pm
דורך אנדי פעטיט
חיים ברכה, יעצט געענדיגט ליינען,

די זכות זאל דיר ביישטיין פאר אלע גוטען זאכן וואס דו טוסט.

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 12:17 am
דורך salads
חיים,
דיינע אדווייזן זענען וואונדערבאר.


(בדרך הלצה.
זאג נאר,
ברכה העלפט דיך אויך, צו די מאכסט עס אליינס?)

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 12:22 am
דורך מאשקע
ביהיינד עוורי סוקסעספטל חיים דעיר איז עי ברכה...

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 20, 2008 9:26 am
דורך 3x0
מאשקע, פיין געענטפערט.