Amazon Logistics - עמעזאן שיפפינג ביזנעס געלעגנהייט

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן

Whiz
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:31 pm

Amazon Logistics - עמעזאן שיפפינג ביזנעס געלעגנהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Whiz »

עמעזאן גייט א טריט ווייטער אין די שיפפינג ביזנעס:

עמעזאן האט געמאלדן א נייע פראגרעם, זיי אינווייטן סתם עמך אידן פון ארום די וועלט זאלן עפלייען צו אנהייבן זייער אייגענע לאקעל עמעזאן שיפפינג ביזנעס.

עמעזאן וועט ברענגען די פעקלך פון זייער פולפילמענט סענטער ביז צו א לאקעל סטאנציע, און די לאקעל עמעזאן שיפפינג קאמפעניעס וועלן קער נעמען פון די לעצטע פאר מייל פון דעליוועריס און וועלן עס דארפן דעליווערן ביז צום קאסטומער.

מען דארף האבן גרייט $10,000 צו אינוועסטן, ווי אויך אנהייבן מיט א מינימום פון פינעף ווענס. די ווענס וועלן דארפן זיין עמעזאן פריים געברענדעט און וועט נאר מעגן גענוצט ווערן פארן עמעזאן דעליוועריס.

צו עפלייען קליקט דא
https://logistics.amazon.com/marketing
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

שייך פאר א איד? ווייל מ׳וועט מיזן לכאורה דעליווערן אויך שבת יו׳׳ט.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

קען זיין א גוטע אינוועסטמענט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
צימישעניש
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צימישעניש »

מטעמים האט געשריבן:קען זיין א גוטע אינוועסטמענט.

אויב איך אינוועסטיר 10 טויזנט דאללער . ווער פירט די ביזנעס אמאזאן אליינס אדער איך
עס וואלט אפשר גיווען אינטערסאנט אויב איך דארף נאר איוועסטירן אין עס קומט ריוח אן דארפן ארבייטען ......
אה!
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

מטעמים האט געשריבן:קען זיין א גוטע אינוועסטמענט.

איך וואלט נישט אינוועסטעט אין דעם.

1) איך גלויב נישט אז עמעזאן גייט לאזן מאכן געלט אויף דעם, זיי האבן נישט קיין רעקארד פון איבערלאזן געזונטע פראפיט מארדזשינ'ס פאר זייערע ווענדאר'ס / ביזנעס פארטנער'ס.

2) דאס איז העכסט ווארשיינליך נישט קיין לאנג טערם אינוועסטמענט, עס שיינט ווי עמעזאן וויל טעסטן דעם פעלד פאר זיי נעמען עס איבער אינגאנצן, און ווילן אויספירן דעם טעסט אויפן בארד פון אפאר ענטרעפענוער'ס וואס פרייען זיך צו טוהן ביזנעס מיט עמעזאן, און זענען נאך גרייט צו צאלן 10 אלפים דערפאר. ווען דאס גייט קומען, בלייבן די אינוועסטארס איבער אן קיין כי הוא זה פון קאנטאקטס, אינפארמעישן אדער סיי וואס צו קענען נעמען אזא שווערע ביזנעס ווי "לאקעל דעליווערי אין א ספעציפישע עריע" צו א נעקסטע לעוול.
געשטימט פאר ראשעק הול
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

עס איז דא א אויסגעטרענע ביזנעס ''פעדעקס'' וואס אלע דעלעוועריס ווערט געטאן דורך Franchise
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

אדער קען מען אראפלייגען די אנדערע זייט פון בילד אנדערשט, זיי האבען דעליוועריס איבער די גאנצע וועלט און זיי ווילען שטארק אליינס ראנען זייער דעליווערי סיסטעם אבער ווי עס שיינט ווילען זיי נישט עפענען א נייע יו פי עס קאמפעני זיי נעמען אריין שותפים דערין.

אויב יו פי עס און יו עס פי עס ארבייטען צוואנציג פראצענט פאר עמעזאן דאן האבען זיי א דעפיניט צען - צוואנציג ביליאן דאלער אינדאסטרי אויף זייער הענט וואס זיי קענען היינט איינקעשן אויף, דאס אז זיי לאזען נישט איבער קיין פראפיטס איז אמת אבער עגעין אויב יעדע ווען קען מאכען זיבעציג אלפים פער יאר און מען קען האבען ביז פיר ווענס איז עס עפעס וואס איז אינטערסאנט.

און איין טאג וועלן זיי מער נישט ארויסגעבן די קאנטראקטס און ווער עס קויפט עס יעצט איין וועט עס דאן קענען פארקויפען פאר צוויי הינדערט טויזענט דאלער פער קאנטראקט.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
אחת ואחת
שר שלשת אלפים
תגובות: 3665
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 09, 2018 12:01 pm
לאקאציע: אין קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחת ואחת »

10K איז זייער ביליג אויב זיי טוען די ארבעט נאכדעם,
פרוטה ופרוטה מצטרפת לחשבון גדול
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

דריי הונדערט טויזנט דאללער א יאר מיט פערציג טראקס/ווענס און הונדערט ארבעטער איז נישט ווערד דאס געלט.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Haklal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3976
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Haklal »

מטעמים האט געשריבן:אדער קען מען אראפלייגען די אנדערע זייט פון בילד אנדערשט, זיי האבען דעליוועריס איבער די גאנצע וועלט און זיי ווילען שטארק אליינס ראנען זייער דעליווערי סיסטעם אבער ווי עס שיינט ווילען זיי נישט עפענען א נייע יו פי עס קאמפעני זיי נעמען אריין שותפים דערין.

אויב יו פי עס און יו עס פי עס ארבייטען צוואנציג פראצענט פאר עמעזאן דאן האבען זיי א דעפיניט צען - צוואנציג ביליאן דאלער אינדאסטרי אויף זייער הענט וואס זיי קענען היינט איינקעשן אויף, דאס אז זיי לאזען נישט איבער קיין פראפיטס איז אמת אבער עגעין אויב יעדע ווען קען מאכען זיבעציג אלפים פער יאר און מען קען האבען ביז פיר ווענס איז עס עפעס וואס איז אינטערסאנט.

און איין טאג וועלן זיי מער נישט ארויסגעבן די קאנטראקטס און ווער עס קויפט עס יעצט איין וועט עס דאן קענען פארקויפען פאר צוויי הינדערט טויזענט דאלער פער קאנטראקט.


די בעסט קעס סינערויא איז אז זיי וועלן נישט ארויסגעבן קאנטראקטס פאר אנדערע, אבער זעלבסט פארשטענדליך דאס איז נאר אויף זייערע טורמס וויאזוי זיי טוען ביזנעס אין זיי האבן א רעקארד דערויף

זיי דארפן דיך נישט יעצט מער ווי ווען די פארקויפט פראדוקטן אויף עמעזאן כנלע"ד
בד"ו וואסערע אינטערע האבן זיי נישט צי פארקויפן מער קאנטראקטס
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9182
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

ווישוואש האט געשריבן:דריי הונדערט טויזנט דאללער א יאר מיט פערציג טראקס/ווענס און הונדערט ארבעטער איז נישט ווערד דאס געלט.

4 ווענס - אויב איך האב גוט געלייענט
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

נאופ, פערציג.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Whiz
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Whiz »

ווישוואש האט געשריבן:נאופ, פערציג.


With the time it can lead you to upto 40 vans.
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6973
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די פראפיט פון $300,000 פער יאר איז מיט'ן חשבון פון 40 ווענס און 100 ארבעטער, און אויף דעם האב איך געשריבן אז עס לוינט נישט.

און איך ווייס נישט וויפיל זיי האבן גערעכנט פאר אווערהעד וכדו', וואס פאר א היימישע איד איז עס בדר''כ מער ווי פאר א גוי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
Whiz
שר מאה
תגובות: 182
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 26, 2014 7:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Whiz »

Correct
אטעטשמענטס
IMG_0946.PNG
IMG_0946.PNG (736.34 KiB) געזען 2400 מאל
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3772
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

א ביזנעס מיט אזא אווערהעד, וואס די פראדזשעקשן איז נישט צו ברענגען קיין צען פראצענט פראפיט אין בעסט קעיס סענעירא, איז נישט ווערד אפילו לצור ע"פ צלוחיתו.

פארגעסט נישט, דאס איז א ביזנעס וואס האלט אקופייד דעם אייגנטומער מערב עד ערב. מען קען נישט דאס טוהן אלס א סייד דזשאב.
געשטימט פאר ראשעק הול
אפשר דאך?
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 11, 2015 5:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפשר דאך? »

מטעמים האט געשריבן:קען זיין א גוטע אינוועסטמענט.

Sounds like a great opportunity. Invest in 40 vans and hire employees, and get shut down for afew late deliveries. And have the opportunity to appeal by email.....l
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”