אדווערטייזמענט: "מאשין אויטאמעישאן" אין אייער ביזנעס!

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר העשר
תגובות: 42
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: "מאשין אויטאמעישאן" אין אייער ביזנעס!

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » דינסטאג יולי 10, 2018 4:40 pm

די וועלט איז אויף מיט אזעלכע ווערטער ווי "מאשין אויטאמעישאן" און "ארטיפישעל אינטעלעדזשענס". מען שמועסט אז טעכנאלאגישע קאמפיוטערס נעמען איבער אלע פונקציעס פון די מענטשהייט. נאך אביסל וועלן זיי אלעס קענען איבערנעמען, און מיר מענטשן וועלן קענען גיין אויף וואקאציע אויפ'ן גאנצן יאר. אדער וועט מען זיי שיקן אויף וואקאציע אויך...

עס טוט זיך א דעבאטע אין די פאליטישע קארידארן צו מען מעג דאס צולאזן, היות די פשוט'ע באשעפענישן פונעם מין האנושי וועלן פארלירן זשאבס, און די אנאיפלוימענט ראטע וועט שטייגן צו רעקארד-ברעכנדע שטאפלען. אבער די ביזנעס-ריזן ווי גוגל, עמעזאן און מייקראסאפט, זענען דערווייל זייער צופרידן אויפצוטוישן זייער מענטשן-ארבייטער צו מאשינען, וועלכע טוען די ארבעט שנעלער, ווירקזאמער, אן קיין טעותים און ועל כולם – פאר די ביליגסטע פרייזן.

שטייט א אידל, א בעל הבית פון א "קליינע ביזנעס" און פרעגט זיך – צו קען איך אויך געניסן פון די טעכנישע פארשריט? קען איך אויך שניידן ארבייטער און זיי אויפטוישן מיט מאשינען? זענען פאראן פונקציעס וואס די טעכניק קען מיר גרינגער מאכן און אראפנעמען א שטיקל עול פון מיין קאפ?

ר' איד! מיר האבן היינט פאר אייך גוטע נייעס! איר קענט שוין יעצט אנהייבן געניסן פון אן אויסטערלישע ווירקזאמער פראגראם, וואס וועט אייך איינשפארן געלט און צייט, און העלפן פירן אייער ביזנעס צו העכערע שטאפלען בעז"ה.

*

אויב האט איר א ביזנעס וועט איר ווארשיינליך קענען רילעיטן צו דער פאלגענדער סצענע:

עס ליגט אינדרויסן צענדליגער טויזנטער דאלארן אין בילס, וואס מען ווארט פשוט אז עס זאל באצאלט ווערן. "קאלעקשאנס" איז אן אינטערגארלער טייל פון יעדע ביזנעס. סיי אויב איר האלט אויף א סעקראטאר פאר דעם צוועק אדער נישט, נעמט עס אויף אזויפיל טייערע צייט, נאכצולויפן קאסטומערס, קאלן איינמאל און נאכאמאל. עס גייט אריין דערין אן א שיעור שעות און געלט, בלויז צו קענען צוריקזעהן ערליך-פארדינטע געלט.

א צווייטע סארט דוגמא:

וואס טוט זיך אז איר ווילט צוריקהערן "פידבעק" פון אייערע קאסטומערס? וויאזוי זיי זענען געווען צופרידן; וועלכע סערוויס זיי וואלט ערווארטעט פון אייך; וויאזוי זיי באטראכטן אייער ביזנעס?! איז לכאורה די איינציגסטע וועג צו הייערן א סעקרעטאר אדער פירמע זאל ארומקאלן, אויספרעגן די קליענטן, אפשרייבן זייערע ענטפערס, און צושטעלן א באריכט!?

יא יא, אזוי איז געווען ביז היינט! אצינד איז די רעוואלוציע אויפ'ן וועג!

*

די בארימטע פירמע Call Pro האט אצינד פראקלאמירט 2 נייע, רעוואלוציאנערע אפציעס, וואס וועט העלפן יעדע ביזנעס צו טון "בילינג" און צו באקומען "פידבעק" פון קאסטומערס, אויף א גאר פראקטישע און ביליגע אופן. די נייע פראגראמען קענען גענוצט ווערן אויף פארשידענע פארמען, דערביי שפארנדיג צייט פון אייער טאג, און געלט פון אייער טייסטער.

New Feature 1#: Calling Merge

מיט דעם נייע אפציע קענט איר ארויסשיקן אויפ'ן טעלעפאן א "בראודקעסט" פאר אלע אייערע קליענטן מיט אן אפענעם באלאנס, און פאר יעדן איינעם עקסטער וועט דער מעסעדזש ווערן אויטאמאטיש קאסטומייזד מיט'ן סכום וואס ער איז שולדיג.

איר דארפט בלויז ארויפלאודן אן עקסעל-שיט מיט די באלאנס-אינפארמאציע אויפ'ן קאל-פרא סיסטעם, און דערנאך ארויסשיקן א פובליק-בראודקעסט, בשעת צו יעדע אינדיווידועלע נומער וועט אנקומען די ספעציפישע אינפארמאציע וואס איר ווילט שיקן צו יענעם.

ביישפיל: א פירמע וואס וויל ארויסשיקן א בראודקעסט צו קאסטומערס בנוגע "בילינג", וועט קענען ארויפלאודן די עקסעל-שיט מיט די סכום פון יעדנ'ס ביל, און די אלגעמיינע רעקארדירונג וועט זאגן

Hi Mr.____________ You have a balance of_____________$

דער סיסטעם וועט אריינלייגן פאר יעדן באזונדער די ציפער וואס מען איז שולדיג.

די סיסטעם וועט ערמעגליכן וויפיל קאלומס איר ווילט אינעם עקסעל-שיט, און ביים ארויסשיקן דעם בראודקעסט וועט אנקומען צו יעדן קאסטומער אלע פערזענליכע אינפארמאציע וואס איר ווילט שיקן.

New Feature 2#: Feedback

די צווייטע גאר נוצבארע פיטשער פון "פידבעק" וועט אייך געבן די מעגליכקייט אויפצוסעטן א "סורוועי" און ארויסשיקן פאר אלע אייערע קאסטומערס א.ד.ג. אין די סורוועי וועט איר קענען פרעגן שאלות וואס איר ווילט הערן פון אייערע קליענטן, וועלכע וועלן קענען ענטפערן דורכ'ן אויסוועהלן א קנעפל אויפ'ן טעלעפאן.

ביישפיל: ... וויאזוי זענט איר צופרידן פון אונזער קאסטומער סערוויס? דרוקט 1 פאר זייער גוט, דרוקט צוויי פאר גאנץ גוט, און דריי פאר שוואך... און אזוי ווייטער, וויפיל פראגעס איר ווילט. די רעזולטאטן וועט איר קענען זעהן אויפ'ן אנליין פארטעל.

אלזא, די נייע סערוויסעס זענען שוין א פאקט! איר קענט שוין אנהייבן געניסן פון די וואונדערבארע אפציעס, און זיך שפארן הויפענעס צייט און געלט. יעדע סארט ביזנעס קען געניסן פון די פונקציעס. פון גראסעריס ביז פראפערטי מענעדזשערס, פון מאנויפעקטערור ביז סערוויס-פראוויידער.

עס איז א נייע פארגעשריטענע וועלט, און עס איז נישטא קיין סיבה אז איר זאלט בלייבן הינטערשטעליג!

www.TheCallPro.com




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

פוטער
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2010 8:11 pm

תגובהדורך פוטער » מיטוואך יולי 11, 2018 8:34 am

ריפרעשינג צו זען א היימישע קאמפעני מאכט פראגרעס.

עס וועט זיין גיט
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 29, 2018 1:18 pm

וואס זאגט טראמפ צי דעים?

תגובהדורך עס וועט זיין גיט » מאנטאג אוגוסט 13, 2018 12:23 pm

אז עס קימט אריין די ראבעטס וועט פאלען די דזשאבס
אינטערסאנט ווען איך בין געווען א קינד האט מען געזאגט
אז נאך א פאר יאר ארים גייט זיין ראבאטס וואס גיייען קענען אלעס טין
א חבר פארציילט מיר ער איז געווען אין די נייע NYU שפיטאל
דארט גייט אלעס קאמפיטער די האסט א טעבלעט אויף די טישעל נעבען דיין בעט
אויב די ווילסט עפענן די פיראנג מאכט מען עס דורך די טעבלעט אין אנצידען די לייט קענסט עס טין דורך די טאבלעט
עס איז דיר צי הייס קענסטי מאכען הכער די עיר קאנדישן דורך די טעבלע
אין נאך מער אינטערסאנט ער זאגט מיר ער שטייט אין האל אינמיטען זעיט ער די טיר עפענט זיך
אין א וועגלע קימט צי פארן עס דרייט זיך איין אין שטעלט זיך אפ אין פראנט פין א טיר עס קימט ארויס א ארבייטער אין נעמט ארויס די עסען
אין זי גיט א דריק א קנעפעל (אין ווי אפגעשמיסט) די וועגלע דרייט זיך ציריק
אין ער פאר צים עק האל די טירן עפענען זיך ברייט כאלו איינער האט געדרעק א באטען עס זאל זיך עפענען
ער פארט ביזען עלעוועטער שטעלט זיך ווארטען אזוי ווי א מענטש נאך געציילטע סקאנדעס עפענט זיך די טיר פין די עלוועטער
ער פארט אריין
יעצט איז די שאלע אזוי
קארס וואס פארען אליין איז דא די וועלד גייט אלעס גיין דורך ראבאטס
איז וואס איז די בעסטע ארבייט זיך אויסצילערנען איך מיין אז די דזאבס גייען טראסקענן


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך איצט דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און איין גאסט