0%apr credit cards

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

0%apr credit cards

תגובהדורך צימישעניש » זונטאג יולי 08, 2018 5:13 pm

אגוטן חברי הקרעיטשמע ... עס איז לעצטענס דא זייער אסאך אדווערטייזט ווערט אפראווט אויף 25k -200k a loan אן קיין אינטרעסט דאס רופט מען %0 apr פאר א יאר .אמאל איז עס א קאמפעני אדער סתם א אינגערמאן וואס קען זיך גוט אויס מיט קרעדיט קארדס אא"וו
עס ארבעט אז זיי שטעלן צוזאם דורך balance transfer פון איין קרעדיט קארד צו די צוויטע מיט א 0 % apr דאס מיינט אז די קארטעל האט א בענעפיט אויס צובארגען געלט אויף 0 פראצענט למשל אויף די ערשטע יאר עס איז ביי געוויסע קארטלעך ביז 18 חדשים . די וואס מאכן עס טשארדשען 5-8 פראצענט פון וויפיל די ווערסט approved
איך זיך עס צו מאכן למשל איך האב גיטרענספערט מיין אמעריקען עקספרעס every day card צו טשעיס freedomביידע האבן 0 % apr
יעצט ווי אזוי גייט מען ווייטער?!

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 08, 2018 6:03 pm

ממש א שאד צו באצאלן פאר איינעם דיר צו עפענן א קרעידט קארד, מ'דארף נישט קיין קאליטש דעגרי פארדעם...

אז מען איז פארזיכטיג מיט די מינימום פעימענטס און דאה דעיטס קען מען געניסן פון א פרייע הלוואה פאר א יאר צוויי, באט דער שפיל קען נישט אנגיין אויף אייביג, סוף סוף דארף מען באצאלן די חובות.

קיין איין באנק ערלויבט נישט צו באצאלן א חוב מיט זייער געלט, דאס הייסט איר וועט נישט קענען באצאלן א טשעיס קארטל מיט סיי וועכע אנדערע טשעיס קארטל, אדער באצאלן אן אמעקס קארטל מיט א נייע אמעקס א.א.וו.

רוב בענק רעכנן א פארצענט 3%-5% אויף באלאנס טרענספער'ס, אויף גרעסערע געלטער מאכט דאס אויס א שיינע סכום.

טראגן א גרויסע קאלעקטיווע באלאנס אויפן ריפארט שלעפט שטארק אראפ דעם קרעידט סקאור, אלץ רעזולטאט וועלן בענק שווערליך ארויסגעבן גרעסערע לימיטס, אויב בכלל עפפראוו'ן.

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

תגובהדורך צימישעניש » זונטאג יולי 08, 2018 10:06 pm

יא ריכטיג עס איז א הלואה אויף א יאר .. אבער עס איז די ביליגסטע און בעסטע פארשטייט זיך אז מען דארף האבען און חשבון פון ווי עס צו בייצאלען די כלל איז אז מען קען נאר טרענספערן א באלאנס פון איין קאמפעני צו די צווייטע למשל פון american express צו chase freedom אדער פון chase צו capital one QUICKSILVER וכו' און די קאמפעני וועט אייביג טשארדשדען 3% פון דיין באלאנס וואס די ברענגסט אים אריין אויף זיינע פלייטצע'ס
אבער די וועג פון עס טוהן שנעל און ווערן אפראוועד ביי אלע קארדס דאס וויל איך וויכטיג וויסען .עפעס א וועג איז דא אז מען אפלייט אפאר קארטלעך אויף אמאל מילא ווערסטו אפראוועד וויל דיין קרעדיט ווער נישט גיטוישט און די זעלבע פאר מיניט \ אויך אז מען פריסט די קרעדיט ?! אויכעט ווי אזוי עס צו האבען ווי קעש וכדומ'
עפעס אזוי אויב איינער האט אינפערמאציע ביטע ארויף קומען ייש"כ

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 08, 2018 10:22 pm

אייביג איז נישט ריכטיג, ס'איז דא קארטלעך וואָס אפפערן פרייע טרענספערס אלץ באנוס.

די טריק וואס די רעדסט ארבעט אז מען פילט אויס עטליכע אפליקאציעס אין עטליכע בראוזער פעדזעב, און דאן דריקט מען דעם לעצטן דריק אויף אלע איינס נאכן צווייטן.

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

תגובהדורך צימישעניש » זונטאג יולי 08, 2018 10:27 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אייביג איז נישט ריכטיג, ס'איז דא קארטלעך וואָס אפפערן פרייע טרענספערס אלץ באנוס.

די טריק וואס די רעדסט ארבעט אז מען פילט אויס עטליכע אפליקאציעס אין עטליכע בראוזער פעדזעב, און דאן דריקט מען דעם לעצטן דריק אויף אלע איינס נאכן צווייטן.

וואס מיינט עס און עקסטערע windo א new tab וויעס רופט זיך

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 08, 2018 10:31 pm

יא, א עקסערע טעב ווינדאו אדער בראוזער.

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

תגובהדורך צימישעניש » זונטאג יולי 08, 2018 10:35 pm

יעצט כבוד חביבי 'לאז גימאכט' אגרויסן ייש"כ פארן אונז ארויס העלפען פון א צימישעניש , גיט ארויס מער אביסעל אייערע עקספיריענס די סדר הדברים און ביי וועם עס צולאזן די לעצטע וכו'
עס איז א דרגא פון ' וחי אחיך עמך'

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 08, 2018 11:04 pm

פערזענליך האב איך עס קיינמאל געטון, און נישט עפלייט פאר עטליכע קארטלך אויף אמאל.

די פאטענט קומט פון דענסדיעלס, די אויפטו איז אז אויב זעהן די קרעדיט ביוראען אז איר האט עפלייט צו די זעלבע באנק אין די זעלבע פאר סעקונדעס, וועלן זיי אפט עס נאר רעכנן פאר איין אינקווארי, וואס דאס איז בעסער פארן סקאור.
א אנדערע סברא איז דא אז אפי' מיט אנדערע בענק איז אין די זעלבע פאר סעקונדעס בעסער ווייל מעגליך די נייע אינקווארי ווער נישט געזען ווערן אזוי שנעל, וועט מען גרינגער עפפראווט ווערן.

וויכטיג צו וויסן אז די קרעדיט קארד פירמעס ווערן שטרענגער און שטרענגער ווי מער מענטשן נוצן זיי אויס. טשעיס האט א רול אז זיי עפפראוו'ן נישט קיין קארט פאר איינער וואָס האָט געעפענט 5 קארטלעך אין די לעצטע צוויי יאר.
אמעקס האט איינגעפירט אז זיי גיבן נישט די באנוס פאר איינער וואס האט שוין געהאט די קארטל אמאל.
און אזוי ווייטער און ווייטער. די פוינט איז נישט צו אביוזן די סיסטעם מיט'ן עפענען/צומאכן קארטלעך אן קיין חשבון.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מאנטאג יולי 09, 2018 9:27 am

א הארד איקנוויירי איז אינסטענט, סוף טאג וועט די קרעדיט ביורא בדר''כ צוזאמשטעלן די אינקווייריס וואס 'קאודן' די זעלבע.

דהיינו: צוויי טשעיס פערסאנאל אפליקעישנס וועט ווערן צוזאמגעשטעלט, אבער א טשעיס ביזנעס און פערסאנאל וועט בלייבן אלס צוויי פולס, ווייל ס'קאוד אנדערש.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

Shuli
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 2:23 pm

תגובהדורך Shuli » מאנטאג יולי 09, 2018 9:41 am

לאז געמאכט האט געשריבן:יא, א עקסערע טעב ווינדאו אדער בראוזער.


ווי איך פארשטיי וועט סטאם א נייע טעב נישט ארבעטען ווייל די זעלבע בראוזער וועט האבען די זעלבע סעסשין.
העסט מוזן נוצן אנדערע בראוזערס אדער incognito ווינדא.

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מאנטאג יולי 09, 2018 6:49 pm

איך האב שוין אפאר מאל אויפגעסיינט אויף אפאר קארטליך אויף איין מאל
עס מיז נישט זיין אויף איין מאל ממש און די פאר מינוט וועט עס אויך ארבייטען. עס נעמט צייט די סיסטעם זאל אויפכאפן אז מען האט עפלייעט פאר קרעדיט קארדס

איך טו עס יעדע יאר. עס נעמט 6 חדשים און די קרעדיט גייט צוריק ארויף. און נאך אפילו העכער ווייל די האסט שוין מער קארטליך אויף דיין נאמען

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

תגובהדורך צימישעניש » מאנטאג יולי 09, 2018 10:07 pm

איך טו עס יעדע יאר. עס נעמט 6 חדשים און די קרעדיט גייט צוריק ארויף. און נאך אפילו העכער ווייל די האסט שוין מער קארטליך אויף דיין נאמען

וואס טוסטו יעדעס יאר? אדרבה העלף מיר ארויס מיט דיין עקספיריענס דער עולם וועט הנאה האבן זיך צו באקענען מיט די אינפארמעישן ייש"כ

אוועטאר
בשעה שיש
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 26, 2018 5:35 pm
לאקאציע: עולם החלומות

תגובהדורך בשעה שיש » מאנטאג יולי 09, 2018 10:15 pm

פריינד האט געשריבן:איך האב שוין אפאר מאל אויפגעסיינט אויף אפאר קארטליך אויף איין מאל
עס מיז נישט זיין אויף איין מאל ממש און די פאר מינוט וועט עס אויך ארבייטען. עס נעמט צייט די סיסטעם זאל אויפכאפן אז מען האט עפלייעט פאר קרעדיט קארדס

איך טו עס יעדע יאר. עס נעמט 6 חדשים און די קרעדיט גייט צוריק ארויף. און נאך אפילו העכער ווייל די האסט שוין מער קארטליך אויף דיין נאמען

אין ווי אזוי מענעדשטסטו עס?
לעולם חשבתי יותר משדברתי
ודברתי יותר ממה שכתבתי!

צימישעניש
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 03, 2018 11:05 pm

תגובהדורך צימישעניש » מאנטאג יולי 09, 2018 10:42 pm

קום ארויס קלאר מיט די גאנצע פראסעסינג פליס......
ייש"כ

פריינד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 18, 2018 12:11 pm

תגובהדורך פריינד » מאנטאג יולי 09, 2018 11:52 pm

די שווערסטע חלק איז מאכן זיכער צו באצאלן צייטליך. איך האב מיר אויפגעסעט א קעלענדער מיט רימיינדערס מיט אלע דא דעיטס פון די קארטליך

יעצט כדאי צוהאבן א גוטע קרעדיט צו ווערן אפראווד קען מען נישט האבן קיין הויעכע באלאנס אויף די קרעדיט קארטליך

וואס מען קען טוהן איז 2 זאכן קודם איין יאר נוצן די ווייבס נאמען און די אנדערע די אייגענע נאמען
אדער אויב האסטו א ביזנעס איז עס גרינגער ווייל ביזנעס קרעדיט קארטס ליגן נישט אויפן קרעדיט ריפארט
די חסרון איז נאר עס איז נישט דא קיין סאך ביזנעס קארטליך מיט 0 APR און 0 באלאנס טרענספער

מיט די יארן האב איך שוין גענוג א הויכן קרעדיט ליין אז איך נוץ שוין נישט מער ווי 20-30 פראצענט קרעדיט
קען איך יעדע יאר אפלייען פאר נייע קרעדיט קארטליך
נאר יעדע יאר פון א צווייטע באנק. ווייל מען קען נישט מאכן קיין באלאנס טרענספער צו א קארטל פון די זעלבע באנק

ווידעראמאל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 6:16 pm

תגובהדורך ווידעראמאל » דינסטאג יולי 10, 2018 8:36 am

איך האב אויפגעסעט די Due Dates פין אלע מיינע קארטלעך פאר די זעלבע טאג, עס העלפט צי צאלען בייצאטענס, אין אויך ווערט the credit bureaus updated same date.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 10, 2018 10:17 am

איך נוץ מינט צו האלטן טרעק אויף די באלאנסן און דאה דעיטס.

Mint.com

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג יולי 10, 2018 11:20 am

לאז געמאכט האט געשריבן:איך נוץ מינט צו האלטן טרעק אויף די באלאנסן און דאה דעיטס.

Mint.com

please write alittlebit more clear about mint.com
is there any type of fees? they are good company? i wanna know before i sign up
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2459
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג יולי 10, 2018 11:49 am

נעגלוואסער האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:איך נוץ מינט צו האלטן טרעק אויף די באלאנסן און דאה דעיטס.

Mint.com

please write alittlebit more clear about mint.com
is there any type of fees? they are good company? i wanna know before i sign up

עס איז זייער טראסטבאר (זעלבע פירמע ווי קוויקבוקס) עס איז גענצליך פריי פון אפצאל.

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 715
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » דינסטאג יולי 10, 2018 12:01 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:
נעגלוואסער האט געשריבן:
לאז געמאכט האט געשריבן:איך נוץ מינט צו האלטן טרעק אויף די באלאנסן און דאה דעיטס.

Mint.com

please write alittlebit more clear about mint.com
is there any type of fees? they are good company? i wanna know before i sign up

עס איז זייער טראסטבאר (זעלבע פירמע ווי קוויקבוקס) עס איז גענצליך פריי פון אפצאל.

thanks
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

שפע רב
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 5:54 pm

האמיר געטרייט צו עפלייען פאר אפאר קארטלעך אויף איין מאל, אין למעשה ביי די דריטע קארטל האבן זיי מיר מער נישט אנגענומען, דא איז דע אויסצוג פון דע אינו נתקבל, קוקט אויס אז דע געים ארבעט שוין נישט
Unfortunately, at this time we are not able to approve your application for a Discover® card due to the following:

NUMBER OF INQUIRIES IN THE LAST 3 MONTH

ברזילי
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 06, 2018 6:20 pm

תגובהדורך ברזילי » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 6:40 pm

בד"ו וואו קען מען טשעקן קרעדיט סקאר פאפרי

מזל ברכה
שר חמישים
תגובות: 84
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:49 pm
לאקאציע: לייפציג

תגובהדורך מזל ברכה » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:19 pm

רבון העולם אתה בטחוני אתה פטרוני תננו לחן לחסד ולרחמים בעיניך ובעיני כל ותצליחנו... (תנחומא וישב,ח)
AMAZON COUPONS

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:45 pm

לאז געמאכט האט געשריבן:אייביג איז נישט ריכטיג, ס'איז דא קארטלעך וואָס אפפערן פרייע טרענספערס אלץ באנוס.

די טריק וואס די רעדסט ארבעט אז מען פילט אויס עטליכע אפליקאציעס אין עטליכע בראוזער פעדזעב, און דאן דריקט מען דעם לעצטן דריק אויף אלע איינס נאכן צווייטן.

די עצה איז טאקע גוט אבער ס'מאכט אן גרויסע שאדן אויף די קעדיט ווען זיי זעהן אז מ'האט געעפנט מער פון איין קארטל/לאון אין 3 חדשים. אין אזא פאל לוינט זיך יא צוגיין צו א מומחה
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3302
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » דאנארשטאג אוגוסט 09, 2018 9:49 pm

שפע רב האט געשריבן:האמיר געטרייט צו עפלייען פאר אפאר קארטלעך אויף איין מאל, אין למעשה ביי די דריטע קארטל האבן זיי מיר מער נישט אנגענומען, דא איז דע אויסצוג פון דע אינו נתקבל, קוקט אויס אז דע געים ארבעט שוין נישט
Unfortunately, at this time we are not able to approve your application for a Discover® card due to the following:

NUMBER OF INQUIRIES IN THE LAST 3 MONTH

די געים ארבעט נאך יא. אבער צו עס מאכן ברויכסטו האבן א מומחה וואס קוקט נאך דיין קרעדיט צו זעהן ווען און וואס און וויאזוי ס'לוינט זיך דיר
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot] און 6 געסט