כינעזער פאבריקן נעמען איבער די פרייוועט לעבל אינדאסטרי אויף אמעזון

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

כינעזער פאבריקן נעמען איבער די פרייוועט לעבל אינדאסטרי אויף אמעזון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וואו שוין ברייט באקאנט פאר די עוסקים במכירה אויף אמעזון דורך פרייוועט לעבל - OEM האבן די כינעזער traders אנגעהויבן מיט א שטיק צייט צוריק אליין צו טוהן ביזנעס אויף אמעזון און אזוי ארום טוהן זיי אויסמיידן די אלע אמעריקאנע ביזנעסער וואס פלעגן קויפן ביי זיי פאר פרייוועט לעבל ביזנעס.

עס האט זיך אנגעהויבן אויף א שטילע און קליינע פארנעם אבער עס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אויף א מאסיווע פארנעם.

און א שטאפל ווייטער האט אמעזון האט אנגעהויבן אפעציעל צו געבן קורסעס אויסצולערנען די פאבריקן וויאזוי צו טוהן ביזנעס אויף אמעזון און וויאזוי צו שיקן סחורה קיין FBA גרינגערהייט

די כינעזער האבן זיך אזוי שנעל געריקט אז היינט קומט ארויס באריכטען אז די גאנצע אמעזון OEM ביזנעס אין אמעריקא שטייט אין א סכנה פון ווערן א פארגאנגענהייט
אדאנק וואס די חברה קומען אריין אסאך ביליגער

עס איז באריכטעט געווארן אין די נייעס שפעקעלאציעס אז אמעזון האט גאר הנאה פון די מצב און דעריבער שטעלן זיי זיך צו מער צו זיי און לאזן צו די אלע אומלעגאלע שטיק וואס זיי טוהן ובעיקר מיט דעם וואס זיי לאזן די fake reviews וואס זיי לייגן און די מאסן על אף וואס אמעזון קען עס זייער גרינג נאכגיין.

עד רוזנבערג האט היינט ארויסגעשטעלט א online poll וואו עד פרעגט צו די עולם האלט אז אמעזון לאזט עס צו בדווקא אדער פשוט די כינעזער נעמען מער advantage צוליב דעם וואס זיי האבן נישט מורא

אזוי צו אזוי , איז דא וואס זאגן אז די דאזיגע מארקעט פון אריינברענגען שמאטעס מיט א לעבל פון א ״מושה זיך מיך״ ברענד איז בעיסעקלי אווער

עס איז קלאר אז איינער וואס איז unique און האט עפעס ספעציעל אדער האט ער א patent גייט נישט אריין איי די גאנצע דיסקאסיע


איז דא וואס מיינען אז די גאנצע שמועס איז נאר פאר OEM למעשה שטעלט זיך ארויס אז עס עפעקטירט אויכעט שטארק די גרויסע ברענדס און די סיבה איז פשוט:
ווען דער קוסטומער זיכט צו קויפן לדוגמה א drill און ער זעהט א ברענד vs פרייוועט לעבל ברענד און עס איז א חילוק פון 10-20 דאלער העט דער קוסטומער צוצאלן אפאר דאלאר פארן ברענד ווייל מענטשן גלייכן א ברענד
אבער ווען די OEM קומט אריין פאר העלפט פרייז איז גאר אן אנדערע מעשה און לענינינו וויבאלד די פאבריקן קומען פארקויפן דירעקט קענען זיי אריינקומען מורא׳דיג ביליג און דעריבער איז עס א דירעקט געפאר פאר שי major brands

נו, וואס האלט דער עולם?
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איך שריי שוין א לענגערע צייט אז ס'איז כמעט שחמט!

מיר האבן נישט קיין פעקטאריס, אבער מיר פלעגן נאך קענען גיין קיין טשיינע און אימפארטן און מאכן א גוטע מארקאופ, דאס גייט זיך בקרוב ענדיגן, ווייל זיי פארקויפן אלעס גלייך צום קאנסומער דאהי דורך עמאזן.

עמאזן איז דער גרעסטער דיזעסטער פאר פרייוועט ביזנעס אין אמעריקע. דער אינדווידואל פרייט זיך נאך יעצט ווייל ער קויפט ביליג גלייך פונעם כינעזער, אבער למעשה שיסט מען זיך אליינס די פוס. ווי אויך ווען זיי וועלן האבן די גאנצע מארקעט וועלען זיי אנהייבן די שיקן ריכטיגע גארבעדזש.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אטעטשמענטס
china amz.jpg
china amz.jpg (126.56 KiB) געזען 4493 מאל
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וואס גייט זיין דא ???
אוועטאר
אויפגעפרישט
שר האלף
תגובות: 1897
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 18, 2016 8:24 pm
לאקאציע: שטורעם אין גלעזל וואסער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפגעפרישט »

איך האלט שוין לאנג, אז עס וועט נישט לאנג אנהאלטן, מען קען זיך צאם נעמען סעלערס און ניצן די עקספיריענס, צו עפענען אייגענע סייט, אדער זיך אריין לאזן אין א נייע אינדאסטרי. . .
לשנה הבאה בירושלים
לשנה טובה תכתב ותחתם לאלתר לחיים טובים ולשלום
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

אדער וועט קומען גרויסע טאריפס אויף זיי, ווי ס'קומט טאקע.
אדער וועט אמאזאן דארפן באצאלן גרויסע טעקס אויף זייערע סעילס וואס זיי צאלן נישט.
אדער וועט אויפקומען קאסטקא - דשעט וכד' און זאגן פאר סעלערס מיר טוען דאס נישט, און מיר געבן אזעלכע דיסקאנטס פאר ענק, אויב מ'פארקויפט נישט אויף אמאזאן, און די קאמפעטישן וועט זיך אנהייבן.
און אדער וועט זיך אנהייבן עפענען מאנופעקטורינג אין אמעריקע צוריק, נאכדעם אלע טראמפ בענעפיטס.

אדער אלע צוזאמען. איין זאך איז זיכער, דער באשעפער געט פרנסה נישט אמאזאן.

און נאך א פוינט, גוטע מארקעטערס פארקויפן אסאך אויף אמאזאן, נישט דוקא גוטע פראדאקטס, און די כינעזער זענען זייער שלעכט אין דעם.
אוועטאר
אַבּערוואַס
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אַבּערוואַס »

לייפציק האט געשריבן:אדער וועט קומען גרויסע טאריפס אויף זיי, ווי ס'קומט טאקע.
אדער וועט אמאזאן דארפן באצאלן גרויסע טעקס אויף זייערע סעילס וואס זיי צאלן נישט.
אדער וועט אויפקומען קאסטקא - דשעט וכד' און זאגן פאר סעלערס מיר טוען דאס נישט, און מיר געבן אזעלכע דיסקאנטס פאר ענק, אויב מ'פארקויפט נישט אויף אמאזאן, און די קאמפעטישן וועט זיך אנהייבן.
און אדער וועט זיך אנהייבן עפענען מאנופעקטורינג אין אמעריקע צוריק, נאכדעם אלע טראמפ בענעפיטס.

אדער אלע צוזאמען. איין זאך איז זיכער, דער באשעפער געט פרנסה נישט אמאזאן.

און נאך א פוינט, גוטע מארקעטערס פארקויפן אסאך אויף אמאזאן, נישט דוקא גוטע פראדאקטס, און די כינעזער זענען זייער שלעכט אין דעם.

רט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6810
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

די כינעזע זענען זייער פלייסיג און גוטע לערנערס. זיי וועלן זיך לערנען וואס עס פעלט זיך אויס
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

אמת, אבער די אמעריקאנער מענטעליטעט ווען ס'קומט צו קויפן, וואס דאס איז מארקעטינג אין אמעריקע, פארשטייען זיי נישט אזוי גוט, איך קען זייערע וועבסייטס, און מארקעטינגס, עס איז זייער פראדוקט בעיסד און פרייס בעיסד, וואס דא איז זייער שטארקייט..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אה! ווען טראמפ האט געוואלט לייגן טאריפס האבן מאנכע געוויינט אז ס'לייגט זיי חרוב די ביזנעס... איך האב דעמאלטס געשריבן אז טשיינע נעמט סייווי איבער דיין ביזנעס... לייג ארויף אויף זיי טאריפס און גיי מאך דיין אייטעם דא אין אמעריקא...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

לייפציק האט געשריבן:און נאך א פוינט, גוטע מארקעטערס פארקויפן אסאך אויף אמאזאן, נישט דוקא גוטע פראדאקטס,


אויב מ'מארקט א שלעכטע פראדאקט, גייט מען עס נישט קויפן א צווייטע מאל.
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

נא_שכל האט געשריבן:איך שריי שוין א לענגערע צייט אז ס'איז כמעט שחמט!

ווי אויך ווען זיי וועלן האבן די גאנצע מארקעט וועלען זיי אנהייבן די שיקן ריכטיגע גארבעדזש.

די בראך איז אז זיי שיקן די זעלבע גוטע סחורה וואס אונז קויף מיר ביי זיי צו פארקויפן אויף עמעזאן.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

אַבּערוואַס האט געשריבן:
לייפציק האט געשריבן:און נאך א פוינט, גוטע מארקעטערס פארקויפן אסאך אויף אמאזאן, נישט דוקא גוטע פראדאקטס, און די כינעזער זענען זייער שלעכט אין דעם.

רט.


מאך איבער דיין ריסערטש
צענדליגער כינעזער סעללערס זענען היינט #1 סעללער אויף אמעזון
זיי האקן fake reviews און קיינער קען נישט קומפיטען מיט זייערע פרייזן

זיי זענען היפש געלערענט מיט אלע אמעזון טריקס
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12437
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

און ווער זאגט אז ס'איז כינעזע? אפשר איז עס גאר עמעזאן אליין אונטער א שלייער...?
אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2961
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלד וויליאמסבורג »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה! ווען טראמפ האט געוואלט לייגן טאריפס האבן מאנכע געוויינט אז ס'לייגט זיי חרוב די ביזנעס... איך האב דעמאלטס געשריבן אז טשיינע נעמט סייווי איבער דיין ביזנעס... לייג ארויף אויף זיי טאריפס און גיי מאך דיין אייטעם דא אין אמעריקא...

די פראבלעם איז אז די טעריפ'ס שאטן נישט פאר די טשיינע סעללער'ס נאר פאר אמעריקאנער אימפארטערס, ווייל אינטער $200 איז דיוטי פרי, און אינטער $2500 איז אינפארמעל ענטרי, ממילא ווען די קויפסט פונם כינעזער סעלער ווערסטו נישט עפפעקטירט פון די טעריף, נאר די סעלער וואס אימפארט פון טשיינע ווערט באגראבן.
.
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה! ווען טראמפ האט געוואלט לייגן טאריפס האבן מאנכע געוויינט אז ס'לייגט זיי חרוב די ביזנעס... איך האב דעמאלטס געשריבן אז טשיינע נעמט סייווי איבער דיין ביזנעס... לייג ארויף אויף זיי טאריפס און גיי מאך דיין אייטעם דא אין אמעריקא...


טראמפ האט געטוהן א טעות מיטן האקן אויף בעזאס פערזענליך - ער וואלט געדארפט רעדן וועגן די נושא פון די אשכול אן קיין פערזענליך

ועל כולם איז זייער שווער צו האקן אויף א זאך וואס מיליאנען אמעריקאנער גלייכן זייער
אלע קוסטומערס פון אמעזון פרייען זיך זייער צו די נידריגע פרייזן
ס״ה שטערט עס פאר די פאר אידעלעך- אמעזון סעללערס
דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 457
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 12:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל בוימענגארטן »

לייפציק האט געשריבן:אדער וועט קומען גרויסע טאריפס אויף זיי, ווי ס'קומט טאקע.
אדער וועט אמאזאן דארפן באצאלן גרויסע טעקס אויף זייערע סעילס וואס זיי צאלן נישט.
אדער וועט אויפקומען קאסטקא - דשעט וכד' און זאגן פאר סעלערס מיר טוען דאס נישט, און מיר געבן אזעלכע דיסקאנטס פאר ענק, אויב מ'פארקויפט נישט אויף אמאזאן, און די קאמפעטישן וועט זיך אנהייבן.
און אדער וועט זיך אנהייבן עפענען מאנופעקטורינג אין אמעריקע צוריק, נאכדעם אלע טראמפ בענעפיטס.

אדער אלע צוזאמען. איין זאך איז זיכער, דער באשעפער געט פרנסה נישט אמאזאן.

און נאך א פוינט, גוטע מארקעטערס פארקויפן אסאך אויף אמאזאן, נישט דוקא גוטע פראדאקטס, און די כינעזער זענען זייער שלעכט אין דעם.

על ראשון ראשון...

אויב גייט קומען טאריפס גייט עס אויך זיין אויף אלע סעלערס וואס ברענגן אריין סחורה פון טשיינע..

כלפי טעקס, פון וועלכע טעקס רעדסטו אז עמעזאן זאל דארפן אנהייבן צאלן? וועלכע טעקס צאלן זיי נישט יעצט? אויב גייט מען דארפן אנהייבן צאלן סטעיט סעילס טעקס פאר יעדע אנליין ארדער אפי ווען דער מוכר איז נישט אין יענע סטעיט, גייט עס אייניג עפעקטירן יעדעם אייניג און עמעזאון מיט די טשיינע סעלערס בלייבן ווייטער מיט ידם על העליונה מיט זייערע ביליגע פרייזן.

כ'פארשטיי נישט וואס דו שרייבסט בנוגע זשעט, קאסטקא, אויב א קאסטומער גייט קענען קויפן אלע זאכן אויף עמעזאן פאר ביליגער פארוואס זאל ער אריבער גיין בכלל צו זשעט אדער קאסטקא?

די לעצטע זאך איז זיכער אמת, און מ'דארף דאס אין איין חזר'ן 'פרנסה געט דער הייליגער באשעפער און נישט קיין שום אנדערער'!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

ווייסט איינער וואס טראמפ האט גערעדט מיט די בעה״ב פון Alibaba ווען ער האט זיך געטראפן מיט אים?

כהאב א חשד אז דאס איז געווען די נושא
און טראמפ האט אים געבעטן הילף אינטערצוברענגן Amazon
די פראבלעם איז אבער, אז אויב טראמפ ברענגט אינטער אמעזון העט די עולם אריבערגיין צו Ali Express
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

כ'מיין אז דער אלי עקספרעס איז אונטער די זעלבע בעל הבית פון אליבאבא, עס איז א ריטעיל ברענטש פון די אליבאבא קאמפאני.

לגבי גרויסע טשיינע סעלערס, ידעתי בני ידעתי, איך בין א סעלער אסאך יאר אויף פרייוועט לעבל פראדוקטס, עס איז נאך דא אסאך נישט אויפגעארבעטע פראדוקטס וואס מ'קען נאך מאכן.

עס איז דא אסאך פראדאקטס וואס כינעזער זענען 1# סעלערס, און מיט אביסל סיעתא דישמיא, קען מען פעסט פארקויפן ווייטער די זעלבע פראדוקטן מיט בעסערע מארקעטינג.

לגבי דשעט און קאסקא, אויב א סעלער רעכנט אויס אלע טשארדשעס, צאלט ער אוועק באלד האלב פאר אמאזאן, אויב קענען זיי געבן בעסערע דילס, קען מען ביטען אסאך אמאזאן פרייזן, כ'רעדט שוין נישט פון בעסערע סערוויס/

און ביי די וועי, למשל קאסקא טראגט דעם נאמען "ווי אמעריקאנער האבן ליב איינצוקויפן" זיי האבן איבער 90 מיליאן באצאלטע מעמעברס, באלד ווי אמאזאן 100 מיליאן, און זיי האבן סטארס אלל אווער, מיט משוגענע קאסטומער סערוויס, זיי קענען ווערן א קאפאטישן לייק נעווער ביפאר, און איך האלט אז זיי טוען דאס שטילערהייט, איבערהויפט מיט די נייע דעליווערי אין בערך צוויי שעה, צו וויניגער, און זיי זענען שטארק ווי אמאזאן איז דערווייל שוואך, עסן, באלק, פארמעסי.

לגבי טעקס, כ'מיין זיי דארפן געהעריג צאלן דא, אבער זיי צאלן נישט, שוין לאנג דא א געשריי מ'זאל מאכן אזוי אין אייראפע, אז מ'דארף צאלן פאראויס VAT, און מ'באקומט צוריק אויב מ'איז אלידשעבל.

כ'גלייב נישט אז טראמפ'ס פייט מיט אמאזאן - בעזאס איז פארטיג... און איך גלייב נישט אז די פייט איז נאר געווען וועגן די וואשינגטאן פאסט, אז מ'זאגט אז טשיינע טשיעט, שריי נישט טרעיד וואר, יא, זיי טשידן.

אבער אפילו נאך אלע טעקס, זייער לעבן קאסט ווייניגער און זיי קענען רעכנען ווייניגער, אבער כ'גלייב אז מאנופעקטשערינג גייט געבן דא א באסט.

די פרייוועט לעבעל איז צו א גרויסע פראצענט פון אמאזאן אז אמאזאן זאל עס לאזן גיין פאלן, די בעסטע איידיע פראדאקטס קומט פון "אונז" טשיינע קען קאפיען, אבער אויב גייט זיך דאס נישט אפשטעלן, גייען די סעלערס טרעפן א נייע פלאץ ווי געשריבן פריער, די כח איז זייער גרויס, זיי אין געלט, סיי אין מענטשן מיט כוחות אין אינווענשן אדער אין אומפראווען פראדוקטן, עס גייט נישט פארשוויגן ווערן.

און איך האב א חלום אז ביז אפאר וואכן גייט מען אנהייבן אלעס אין נארט קאריע, די נייע בומינג אקאנאמי, די זעלבע אינוועסטארס וואס האבן אויפגעבויעט טשיינע, גייען דארט אינוועסטן, און אמעריקע וועט געבן בענעפיטס פאר דארט אינוועסטן, און ס'וועט נעמען נאך 10 יאר ביז די מענטשן דארט וועלן וויסן וויאזוי צו פארקויפן אויף אמאזאן..

עניוועי ווי פריער געשריבן, מ'זעמער מתפלל למי שעושר והכבוד שלו, דער זן ומפרנס מקרני רעמים עד ביצי כנים, וואס אלעס וואס טוט זיך אויף דער וועלט דרייט זיך נאר ארום אונז אידן, ער וועט אונז נישט פארלאזן.
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

לייפציק - היינט באלעק איך מיר מיט דיינע באשרייבונגען.

נהניתי מאוד מאוד
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4272
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

מטעמים האט געשריבן:לייפציק - היינט באלעק איך מיר מיט דיינע באשרייבונגען.

נהניתי מאוד מאוד

גא"מ.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4116
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס עפעס? »

@ לייפציק
סקוקט אויס וואו די סעילס איז פיין געווען ביי דיר היינט..

ביטע פארגעס אביסעל פון דיין כח הדימיון (קאריע/קאסטקא/ וכדומה) און רעדט אביסעל פונעם מציאות
א אינגערמאן וואס טוט היינט פרייוועט לעבל אן האבן קיין patent וויאזוי אין דער וועלט גייט העלפן זיין מארקעטינג?!
וואו כהאב מסביר געווען איז נישטא קיין שום סודות וואס אונז ווייס מיר מער וואו זיי
די גרעסטע הוכחה איז , ווען מזעהט זיי נעמען איבער גאנצע קאטעגאריעס און ווערן און no time בעסטסעללער
איך קען דיר ווייזן הונדערטע דוגמאות
קיינער קען נישט competen מיט זייערע פרייזן. נקודה..
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32537
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אה! ווען טראמפ האט געוואלט לייגן טאריפס האבן מאנכע געוויינט אז ס'לייגט זיי חרוב די ביזנעס... איך האב דעמאלטס געשריבן אז טשיינע נעמט סייווי איבער דיין ביזנעס... לייג ארויף אויף זיי טאריפס און גיי מאך דיין אייטעם דא אין אמעריקא...

די פראבלעם איז אז די טעריפ'ס שאטן נישט פאר די טשיינע סעללער'ס נאר פאר אמעריקאנער אימפארטערס, ווייל אינטער $200 איז דיוטי פרי, און אינטער $2500 איז אינפארמעל ענטרי, ממילא ווען די קויפסט פונם כינעזער סעלער ווערסטו נישט עפפעקטירט פון די טעריף, נאר די סעלער וואס אימפארט פון טשיינע ווערט באגראבן.



דער כינעזער ברענגט אויך אריין א שיפמענט, ער שיקטעס צו FBA... זייער ווייניג אירע וועלן קויפן פון טשיינע דיירעקט אויב סיניש FBA...

ועוד, מאך דיין פראדוקט אין USA וואו סיז דא שטרענגערע געזעהן, און קיינער וועט נישט גנב'נען דיין פעטענט וכד'...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

וואס עפעס? האט געשריבן:@ לייפציק
סקוקט אויס וואו די סעילס איז פיין געווען ביי דיר היינט..

ביטע פארגעס אביסעל פון דיין כח הדימיון (קאריע/קאסטקא/ וכדומה) און רעדט אביסעל פונעם מציאות
א אינגערמאן וואס טוט היינט פרייוועט לעבל אן האבן קיין patent וויאזוי אין דער וועלט גייט העלפן זיין מארקעטינג?!
וואו כהאב מסביר געווען איז נישטא קיין שום סודות וואס אונז ווייס מיר מער וואו זיי
די גרעסטע הוכחה איז , ווען מזעהט זיי נעמען איבער גאנצע קאטעגאריעס און ווערן און no time בעסטסעללער
איך קען דיר ווייזן הונדערטע דוגמאות
קיינער קען נישט competen מיט זייערע פרייזן. נקודה..



נו, זאל יעדער מאכן א patent.
לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

עס איז נישט דוקא די פעטענט, עס איז נעמען א פראדוקט און זען וואס מענטשן האבן נישט ליב דערמיט, און עס טוישן, דאס הייסט אויך מארקעטינג, זיך אריין לייגן אין די קלייענטס מיינד, און אפגרעדן די פראדוקט לויט די רעוויאס (די עכטע).

זיי פארשטייען עס נישט, זיי מאכן נאך דיין פראדוקט, בקיצור עס איז נישט ארויסצוברענגן אין צוויי שורות, אבער איך האב אן א שיעור פראדוקטן וואס די פראדאקט אליין קענסטו האבן 10 מאל ביליגער פון אנדערע, אבער מיט די קליינע אפגרעידס, און מיט די קליינע באנוסעס קען איך נעמען סאך טייערער, און מענטשן זענען גרייט צו צאלן.

און מיט פעיד אדווערטייזינג, לויט מיין עקספיריענס, איז דאס געמאכט פאר נארמאלע סעלערס נישט פאר טשייניז וואס שלאגן נאר מיט פרייז, און מ'קען האבן פרנסה פון דעם אליין.

און דו ביזט ביזי מיט נומבער 1 סעלער, וואס איז א גוטע זאך, אבער צו מאכן שיין פרנסה דארפסטו סאך הכל, 10 פראדוקטן, וואס דו פארקויפסט 10 א טאג, פאר 10 דאלער פראפיט איטש, דאס איז 1000 דאלער פראפיט א טאג, און איז א שיינע התחלה.

דאס צו קענען טון קענסטו האבן אסאך טשיינע קאמפעטישן, און דו דאפסט ווייט נישט זיין נומבער 1.

פארשטייט זיך אז דו וועסט אסאך פארקויפן מער ווי צען א טאג, און דו מעגסט האבן 50 פראדוקטן אויך...
שרייב תגובה

צוריק צו “ביזנעס”