בלאט 2 פון 2

טרעוועל אינשורענס: איז דאס וויכטיג?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 2:45 pm
דורך פיבער מעסטער
איז וויכטיג צו קויפן טרעוול אינשורענס? איינער זאגט אז יא און איינער זאגט אז ניין.

טרעוועל אינשורענס דעקט צענדליגער טויזענטער דאלער אין מעדיקל קאוועריזש (50 ביז 100 טויזענט, ווענדט זיך וואס מען קויפט), אנדערע זאגן אבער אז אלע דאקטוירים נעמען אן מענטשן אפילו פון דער פרעמד (אין מיין פאל: לאנדאן ענגלאנד) אן קיין אינשורענס. אפשר ווייסט איינער מער דיטעיל'ס אויב עס איז טאקע אומנויטיג אין געווענליכע פעלער.

עס דעקט אויך פארלוירענע פעקלעך. ד.ה. אויב עס ווערט פארלוירן דעקט דאס ביז ארום 2 טויזענט, און אויב עס ווערט דילעיד א טאג וכדו' דעקט דאס ארום 500 דאלער כדי מען זאל דערווייל קענען איינקויפן די נויטיגע חפצים.

פלייט דילעי'ס אדער קענסעלעישאנ'ס: לענ"ד איז דאס די ווייניגסטע וויכטיג ווייל אין נערמאלע אומשטענדן קענסלט מען נישט קיין פלייט'ס. און עס קאווערט נישט אויב מען איז אנגעקומען צו די עירפארט שפעט וועגן טרעפיק וכדומה

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 3:08 pm
דורך קהת
ווי איז די ביליגסטע פלאץ צו דינגען א קאר העכער 25 יאר?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 3:42 pm
דורך שויתי'ניק
וויפיל וועט קאסטן א טיקעט דעם סוף זומער אינמיטן אלול פאר א גרופ פון אר"י קיין אמעריקע און צוריק נאך פאר ר"ה?
ב.ד.וו. ווי קען מען קויפן א באקוועמע קישעלע ארום די האלדז, נישט די אומבאקוועמע וואס מען קען קויפן אין עירפארט?

פארעפענטליכט: זונטאג יולי 03, 2011 4:13 pm
דורך מומחה עצום
פאר אלע אייערע טרעוול געברויכן קליקט דא

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 20, 2011 11:31 pm
דורך געדאנקן
קהת האט געשריבן:ווי איז די ביליגסטע פלאץ צו דינגען א קאר העכער 25 יאר?

וויפיל איך האב געטון אין קאר רענטלס, איז מיר אויסגעקומען אז "ענטערפרייז" איז געווען די ביליגסטע (איך רעדט פון אפסטעיט), די שיטה פון ענטערפרייז איז: געב די ביליגסטע פרייז אן קיין קיופאנס, און דער צייט וואס רוב גרויסע רענטל ווי "אוויס" הערטץ" און "בודזשעט" געבן כסדר דיסקאונטס מיט קיופאנס אדער עירליין פוינטס, וועט עטנטעפרייז כמעט נישט ארויסגעבן קיין קיופאנס, דאס איז לכאורה די סוד פארוואס זיי זענען כתחילה ביליגער, ווייל אלע זענען כתחילה טייערער כדי אנצונעמען די אלע דיסקואנטס.
איך האב שוין אמאל געהאט גאר א גוטע דיסקאונט ביי אנדערע קאמפעני און איך האב עס געבוקט גענוג פרי דעמאלט איז עס מיר אויסגעקומען ביליגער ווי ענטערפרייז, איך האב למשל לעצטע וואך גענומען א קאר פון ענטערפרייז עס איז אויסגעקומען פיל ביליגער ווי אלע אנדערע טראץ וואס איך האב געהאט גוטע קיופאנס פון אנדערע זענען זיי געווען ביליגער.
נאך א פונקט, וואס ווייטער די לאקאציע איז פון די הויפט שטאט איז עס ביליגער דעריבער וועט געווענליך עטנערפרייז ניו דזושרסי זיין ביליגער ווי די פון מאנסי לדוגמא.