ביזנעס שותף

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

יליד אונגארן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

ביזנעס שותף

תגובהדורך יליד אונגארן » זונטאג מאי 06, 2018 1:17 pm

א גוטן טייערע חבירים
מאכט זיך אמאל א אינגערמאן האט א ביזנעס (מאכט זיך אפטער ביי אנליין ביזנעסער) וואס קען ווען מאכן שיין אינקאם נאר היות ער ביזי מיט עפעס אנדערש וואס איז זיין עיקר מקור הפרנסה, ווי למשל ער איז א סעילס מאן, אדער האט א צווייטע מעין ביזנעס וכדו' ווערט די בזינעס וואס קען ווען מאכן שענער, אביסל אדער מער ווי אביסל נאכגעלאזט, און אפטמאל גייט עס אפי' צוגרינד פשוט ווייל ס'איז נישטא ווער ס'זאל פירן די טעגליכע ווירטשאפט אין די ביזנעס, אויפנעמען אן ארבעטער קען ער אויך נישט ווייל די ביזנעס ברענגט אים נישט גענוג צו קענען באצאלן א וועידזש פאר אן ארבעטער, מאכט זיך אמאל וואס ער טראכט אויב העט איך ווען געהאט א שותף וואס זאל פירן די ביזנעס וואלט עס אסאך שענער מצליח געווען,
איז איך זוך אזא איינעם, איך בין גרייט צו פירן אייער ביזנעס, (לאו דוקא אנליין) אויב אז עס אינטערסאנט פאר אייך ביטע קומט אין אישי כ'וועל אייך געבן מער דעטאלן איבער מיר פערזענליך, אין וואס איך Offer פאר די ביזנעס.
ש'כח

צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יסוד ארי און 5 געסט