וויאזוי צו עפענען אן אייגענע ביזנעס בעזר השם.

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

פערדע פאזע פון אונזערע עקספיריענס שמוסן,

תגובהדורך בארואיגט-אייך » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:02 pm

פארן אריין גיין אין די פערדע פאזע פון אונזערע עקספיריענס שמוסן, וויל איך מיר באדאנקן פאר אלע חושבע קאמענטערע'ס וואס לאזן זיך הערן, דאס איז א חיזוק צו קענען ווייטער אונגיין, אפילו עס נעמט מיר אויף אזוי פול צייט, וויסענדיג אז א שטארקע באזע פון ליינער'ס קיקן אריין, אין האבן הנאה.
למען אמת: איך האב געפלאנט צו שמוסן אביסל פון ברענדינג, וויסענדיג ווי וויכטיג דאס איז פאר א נייע ביזנעס, אין ווי שטארקט דאס העלפט א נייע ביזנעס בעגינער זיך צו זען לייוו מיט זיינע שטארקייטן.
אבער אין אישי האבן מיר געבעטן צו ציגיין צו די ענין פון "קאסטומער סערוויס", אנערקענדיג די וויכטיקייט דערפון, האב איך באשלאסן צו שרייבן יעצט פון קאסטומער סערוויס אין שפעטער ציריקומען צו ברענדינג.
הקדמה: איך בין א אינגערמאן וואס איז שוין דורך די סטרע'ס פון עפנען אן אייגענע ביזנעס, אסאך וואסער איז שוין דורך ברוך השם אז איך קען מיר צוזאם נעמען אין ארויס העלפן אחינו בני ישראל מיט די דאזיגע העלפ פון עפענען א ביזנעס,
אבער איך בין נישט קיין קונסולטען, איך וואלט מער געגליכנט ווען מען טוט דעבאטירן מיינע פוינט'ס ווי איידער מיר שענקן א גרינע אדער צוויי... לאזט הערן אייער מיינונג!
יעצט אזוי:
"אין מלך בלא עם" גייט זיכער ארויף אויף א ביזנעס מאן ביי זיין לאקאציע/אופיס, וואס אן קיין ציפרידענע אין לאיולטי קאסטומער האט ער נישט קיין שום פויטשער, ער קען האבן די בעסטע פרייז, אין די שענסטע ספאט לייט, אבער אן קיין צופרידענע קליינט'ס ביסטו ווערד א רעטעך בלע"ז, פארוואס?
אונז אלע קענען זיך דאס איבערצייגן, אונז זענען אגאנצן טאג קליענטן פון די גראסערי, קלודינג, קלינער'ס, טעקסי, באסעס, שטופיר, עסן, אין וואס נישט, אונזער ווייבער זענען מער קליענטן ווי אונז וויבאלד זיי לויפן ארום א גאנצן טאג איינקויפן.
וויפל מאל אין טאג אדער אין וואך מאכט זיך ביי אייך אז ווען איר גייט אריין עפעס איינקויפן אדער נאכן זיך באניצן מיט סיי וואספארע סערוויס דורך די עמך פאלק, קומט אייך אויף די סטעיטמענט: דאס איז די לעצטע מאל וואס איך בין דא אריין אדער געניצט די קאמפאני, ממש לצנות געמאכט פון מיר, אז נישט לצנות איז דאס מיר געמאכט פילן אזוי סטופיט, די ארבעטער דארטן, נישט קיין טראפ געפיל צו א קאסטומער, אין נאך אזאנעכע ענדליכע סטעיטמענט'ס.
אין איר וואקט ארויס טראכטענדיג, אה דאס איז וויבאלד ער האט נישט קיין קאמפעטישן, וועגן דעם קען ער מיר אזוי סערווען, א שאד אז איך לייג מיר נישט אריין אין..., אין די טאג וואס א קאמפוטישן עפענט זיך לויפט איך געשווינד צו יענעם, מיט נאך א האלבע יאר אריבער, אודך די זעלבע געשעניש.
אויב איר האט עס נישט אזא סיטואציע מאיזה סיבה שהו, דאן פרעגט אן אייער חושעבע אשת חיל, אוי וועט זי האבן געשיכטע'ס צו דערציילן געמישט מיט א רעצפעט פון; רעגענישט, בייז בלוט, אויפברויז, סטראשערייען, העצט, אין עגמת נפש באגלייט מיט קומישע סעמאטוכעדיגע צענע'ס אויף די אידישע לאקאלע עקאנעמי.
עס איז ממש א ווייטוג צו זען ווי אינגעלייט עפענען ביזנעסער מיט די טייערסטע מעבל אדער די שענסטע ספאט לייט'ס, טייערע גרעפיק'ס, גרעסטע ווענ'ס, אין א שטארקע קאפי מאשין אין די זייט ווען די ארבעטער איז אויסגעמיטשעט, אבער מען לייגט נישט צו קיין איין פראסענט פון צייט צו שענקן אנטענשן פאר דיינע פויטשער קאסטומער'ס, וואס זיי גייען דיר מאכן פאר א מיליונער אי"ה.
איך האב אמאל געהערט פון א גרויסע ביזנעס מאן: צענדליגע אינגעלייט ספענדן ריזיגע שווערע געלטער פאר מארקעטינג אדער ברענדינג אין אמאל אויך פאר די העכסטע פארמאט פון קאמפויטער'ס/פרוגעמינג אדער א שיינע סיין ביים אריין גיין וואס איך מייך עס נישט אוועק, אבער זיי פארגעסן צו שענקן אנטענשן פאר א קליענט וואס וואקט אריין אין וויל עפעס קויפן אין די נארוואס נייע סטאר אדער סערוויס, צו איז עס אופן פאון אדער לייוו, וואס דאס ברענגט די נייע קאסטומער צו געבן א קרומע בליק אויף די נייע געשפעטל אדער סערוויס.
"זיי פארגעסן אז דאס מאכט די קליענט נישט וועלן אריין וואקן נאכאמאל אדער אריין קאלן נאכאמאל וויסענדיג אז מען טוט דיר א גאנע טובה ווען מען ענפער דיר די פאון קאלל".
לעצטנ'ס געהאט מיט א חבר וואס האט געפענט א שיינע סערוויס מיט גוטע פרייזן, איך האב עם געוואלט שטיצן, האב איך אריין געקאלט אין אופיס, וואס זאל איך אייך זאגן, ווען דאס איז נישט מיין חבר וואלט איך אוועק געאנגען פון עם, אזוי דערשלאגן די ווייבל וואס האט אויפגעהויבן די טעלעפאן, ממש א ווייטוג, עס האט מיר זייער פארדרוסען, אבער די אינגערמאן איז פושט נישט געווען וויסען.
איך זאג נישט, ווען איך בין אריין אין ביזנעס האב איך אויך נישט אזוי געפעמפערט מיינע קאסטומער'ס, אין סע' האט געקאסט א פרייז, אבער יעצט איז דאס מיין ערשטע פיארעטי ב"ה.
דאס איז א חוץ א מעשה ווען מען שטעל זיך ארויס אין גאס מיט א פראדוקט אין מען ספענד שווערע געלטער פאר מארקעטינג, פאר עדווערטייזמענט, אין די רעזאולט'ס גייט צו אייער קאמפוטישען! אויב איר זענט נישט דא אופן קאלל אדער דא צו סערווען יענעם גוט מיינט דאס אז איר האט געמאכט א ניעד פון אייער סערוויס/פראדעקט, אבע איינקויפן גייט ער צו א צווייטן וואס שטעלט אפשר צו בעסערע סערוויס, אדער הייבט אויף די טעלפאון.
בדידי הוה, פארגע וואך געזען עדווערטייזט אן הערליכען עד, ממש געמאכט אין מיר א ניעד פאר יענע פראדוקט, אריין געקאלט באשטעלן אבער קיינער האט נישט אויפגעהויבן, געקאלט 5 מאל 10:47am פעסט אינמיטן ביזנעס צייט, וואס מיינט איר איך בין גראד געגאנגען צו זיין קאמפוטישען קויפן די אייטעם, ממש געווארפן געלד אין גארבעדזש מיט די עד, יענער איז אויך א ביזנעס בעגינער, (איך האף אז ער ליינט אייוועלט...).
אלזא ווען איר טראכט פון אריין גיין אין א נייע בינעס, אין איר פרעגט זיך וואס מיין ריספאנסעבילטעי זאל זיין, איז די תירוץ "צו האבן צופרידענע קאסטומער'ס, ווייל דאס גייט אייך מאכן מצליח זיין אי"ה, קייער קוק נישט אויף פרייז, קוואליטי, לאקאציע, איין זייך ערווארט מען פון דיר די שטערקסטע אין קאסטומער סערוויס".
איר זאלט אלצט געדענקן אז אסאך מאל זענט איר די קאסטומער אין איר באקומט שלעכטע סערוויס.
עס איז ממש א ווייטוג צו זען ווי אינגעלייט האבן גוטע לאקאציע'ס, פיינע אייטעמ'ס, געשמאקע סטאר'ס, פיינע פרייזן, אבער איין זייך פעלט וואס אן דעם איז מען ווערד א רעטעך וואס דאס איז קאסטומער סערוויס,
וויפל קאסטומער'ס וואלטן זיך געהאלטן צו זייער ערשטע סערוויס פראוויידער אויב מען פעמפערט זיי גוט?
ווי מער וואלט א נייע קליענט אריין געקומען צו אייך אדער זי מיט אירע פרענד'ס, ווען זיי וייסן אז דא איז די פלאצט וואס איז א פארגעניגן אריין צו קומען, קיינער קוק נישט מיט קרומע אויגן ווען אונז קומען אריין, מען שטופט נישט קיין סעיל, מען הייסט אפ די טעלעפון אייביג, אנדערע ווערטער "א פאזעטיווע אנטענשן פאר אונז"
"עס איז א שאלה פון צייט ווען די אידישע עקנאמיע קען אונטער גיין ח"ו" האט זיך אויסגעדריקט א גרויסע אידישע עקונומיסט צו מיר, גוטע ליינ'ס, גוטע אייטעמ'ס, אין גאר שוואכע סערוויס.
איר קענט מיר מסביר זיין פארוואס ביי די גרויסע מאלל'ס איז נישט דא קיין איין טעלעפון ביים קעשיר?
די תירוץ איז איין זייך "דאס איז פאר אייער טובה", דאס האט מיר גענטפערט די סופערוויזער פון קארטער'ס קונדער סטאר, ליינט פארוואס.
מען זאגט א ווערטעל אז ביי די יודען אויב ווילסטו ווערן געסערוועט פאר די גאצע ליין וואס שטייט אין ווארט, דאן קאלל אריין אין די קעשיר, אין ער גייט דיר סערווען, איי עס איז דא נאך 7 מענטשן וואס ווארטן אין די ליין, מיט פרודוקטן אין די הענט, פארוואס ווערט יענער געסערווט פאר מיר? אה וועגן ער האט אריין געקאלט, די קאסטומער באקומט אזא שלעכטע אימעדזש אופן סטאר ממש ער גייט מער נישט אריין קומען נאר אויב עס איז זייער וויכטיג אין פאר די מינימום וואס ער דארף אין אויך דעמאלצט וועט עס ווערן באגלייט מיט אן א שיעור תענות, פארוואס? וועגן זיין שלעכטע עקספיריענ'ס.
נאך מער, דער אויף די אנדערע זייט באקומט אויך נישט זיין סערוויס וואס עס קומט עם וויבאלד די קעשיר איז ביזי מיט נאך 7 קאסטומער'ס אויף די אנדערע ליין , עס קומט אויס אז יעדער רעדט זיך אפ סיי די מענטשן וואס ווארטן אין די ליין צו רעכענען אין סיי די מענטש אויף די אנדערע זייט ליין.
אין די גרויסע מאלל'ס איז טאקע נישט דא קיין אפשען צו אריין קאלן די קעשיר אזוי אז ער זאל נישט ווערן פארנומען אינמיטן דיר סעווען, אין צו זיך קענען אופגעבן מיט דיר בכבוד גדול, וועגן דעם גייסטו כסדר צירוק, אין די ספענ'ס אזוי פול געלד!.

רבתי געדענקט'ס אז א קאסטומער טוט מיר א טובה ווען ער וואקט אריין דא, נישט איך טו עם א טובה אז איך פארקויפ עם א פראדוקט!
“אין מלך בלא עם”
יעצט אזוי: פארוואס געט די איד טאקע נישט קיין גוטע קאסטומער סערוויס? דאס אין נאך וועט מען לאזן אויף א שפעטערע ארטיקל אי"ה.
ביטע קומט אריין מיט אייגענע עקספיריענ'ס אין לאמיר צוזאמען דעבעטן.
א דאנק
הרב בארואיגט-אייך

אוועטאר
א גראם מיט טעם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3693
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 23, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אויף א שפאציר, פונעם מח צום פאפיר

תגובהדורך א גראם מיט טעם » מיטוואך אפריל 25, 2018 5:55 pm

Wow
דער שטעלט צו פיינע סחורה !

בנוגע די לעצטע ארטיקל פון קאסטומער סערוויס, אלס פיין און וואויל ביי א סטאר אדער א סערוויס, אבער וואס טוט מען למשל אויב מ'איז א האלסעילער? ווי איז שייך צו פעמפערן דיינע קליענטן? קויפען משלוח מנות ווען זיי האבן קוים באשטעלט ביי דיר איין מאל און נאכנישט באצאלט?
אין אנדערע ווערטער , וויאזוי שטעלט מען צו קאסטומער סערוויס ווען מ'איז ווי פראדוקט פראוויידער?
א דאנק נאכאמאל, אייערע ווערטער ווערן געשלונגן מיט דורשט!
ווילט איהר אויסגראמען אייער טאטע ביי מצוה טאנץ?
זיכט איר א פאסיגע פאום מיט צו שיקען מיט א מתנה?
מיר קענען עס צושטעלען פאר אייך,
ווי אויך שרייבען מיר גראמען פאר דיננערס, זינגערס ועוד,
שיקט אן אישי אדער אימעיל צו gram.mit.tam@gmail.com

משהלע
שר חמש מאות
תגובות: 654
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 02, 2017 2:01 pm

תגובהדורך משהלע » מיטוואך אפריל 25, 2018 7:06 pm

זייער זייער שיין. יישר כח.

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:23 pm

די פרייז איז מיר סאך וויכטיגער ווי סערוויס א שטייגער ווי וואל מארט אדער בינגאו וואס די קריגסט 0 סערוויס
אבער יעדער לויפט צו זיי ווייל סאיז ביליג ודוק כי קצרתי

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:27 pm

דברים אלו האט געשריבן:די פרייז איז מיר סאך וויכטיגער ווי סערוויס א שטייגער ווי וואל מארט אדער בינגאו וואס די קריגסט 0 סערוויס
אבער יעדער לויפט צו זיי ווייל סאיז ביליג ודוק כי קצרתי

דו רעדסט פון א גאר גרויסע חילוק אין פרייז וואס דאן איז עס אביסל אנדערש (און אפי' אזוי איז אויך דא מענטשן וואס גייען נישט דארט ווייל ס'נישט געשמאק),
קען זיין ס'ווענדט זיך אויך וועלכע סארט ביזנעס.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

פארטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 802
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 03, 2016 2:57 pm

תגובהדורך פארטראכטער » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:48 pm

דברים אלו האט געשריבן:די פרייז איז מיר סאך וויכטיגער ווי סערוויס א שטייגער ווי וואל מארט אדער בינגאו וואס די קריגסט 0 סערוויס
אבער יעדער לויפט צו זיי ווייל סאיז ביליג ודוק כי קצרתי

אמת, א מענטש איז אמאל גרייט צו באצאלען ביליגער אפילו ער באקומט נישט קיין סערוויס, און מען פעמפערט אים נישט אבער פארדעם מיז ער זיין גענוג ביליג אז יענער זאל מסכים זיין אויפצוגעבן אויפן סערוויס לכבוד די פרייז.

עס איז אבער דא נאך א בחינה פון געבן "נישט סערוויס"...
אסאך מאל גייט מען אריין צו א סטאר און יענער גיבט דיר ממש עטיטוט, כאילו שוין ווייטער קומסטו דא מיר באדערן...
איך רעד נישט ווען א געשעפט איז זייער ביזי אינמיטן א סיעזען און מען פארדרייט אים א קאפ מיט שטותים, צומאל קען מען סתם אריינגיין צו איינעם און באקומען עטיטוט, ספעציעל אויב דו ווילסט למשל צוריקגעבן עפעס, און די סטאר פאליסי לאזט אפילו נאך עס צוריקגעבן, אבער דו כאפסט א פנים זועפות...

דברים אלו
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 16, 2015 2:30 pm

תגובהדורך דברים אלו » מיטוואך אפריל 25, 2018 8:56 pm

איך פלעג למשל אלץ גיין צו העלטמארט גראסערי און מאנרא כאטש סאיז דא שענער און באקוועמערע גראסעריס מיט בעסער סערוויס אבער וויבאלד ער איז געווען עטוואס ביליגער איז דער עולם געלאפן צו אים

מטעמים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

תגובהדורך מטעמים » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:04 pm

נישט געהאט עכט קיין צייט צו קאמענטירען אויף אייוועלט בכלליות און אין דעם אשכול בפרטיות, איך מיז זיך באדאנקען פאר בארואיגט אייך פאר זיין שווערער און גאר געלונגענע ארבייט.

איך רילעיט זייער א סך צו די עקספיריענס וואס דו האסט דיר געלערענט אין ביזנעס און איך שטעל זיך פאר אז דער עולם האט הנאה.

עס איז דא אין יעדע הינזיכט פון א ביזנעס צוויי שטאפלען 1. די זשאב זאל ווערן געטוהן 2. די זשאב ווערט געטוהן עקסעפשענעל גוט.

אין די סערוויס ליין פארשטייט זיך עס סך בעסער און אין די פראדוקט ליין איז עס א דעסיזשען וואס מען דארף מאכען יעדן טאג און א סך מאל הינדערט מאל א טאג, למשל מען האט יעצט גערעדט פון קאסטומער סערוויס, איך רעד נישט פון א אפשען פון געבן שלעכטע סערוויס - פון דעם רעד איך נישט - דאס זענען מענטעל קעיסעס וואס די ארגענעזאציעס האבען נישט געוואלט אננעמען.

פון קאסטומער סערוויס אליינס קענסט אויסוועלן צוויי אפשענס גוט אדער גאר גוט א סך מאל קומט עס אראפ צו א דעסיזשען, וויפיעל געלט ביזטו גרייט צו ספענדען צו סערוויסען יעדע קאסטומער?

—-

איל וויל בלי נדר שרייבען נאך ווען איך האב צייט. טענקס עגעין.
I REALLY - DON’T - CARE, DO YOU?

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מיטוואך אפריל 25, 2018 10:21 pm

זייער אינפארמירנד

העמיר דא רעדן פון א בדידי הוה עובדא. מיין ביזנעס איז א 100 פראצענט סערוויס בעיסד ביזנעס, אןו עס זיינען דא עטליכע אין די מארקעט. איינמאל איז אונטערקומען אז מיין קאנקורענטס א קליענט האט געהאט א פראבלעם, און מיין קאנקורענט האט געשיקט מיך אנפרעגן כדת מה לעשות. די טעלעפאן קלינגט און איך ענטפער, ער לייגט מיר אראפ דעם פראבלעם און מ'האמיר עס ערקונדיגט אויפן בעסטן שטייגער.
דער מענטש האט מיך געפרעגט וויפיל איך נעם פאר די יערליכע סערוויס. האביך אים געזאגט אז ער איז נישט מיין קליענט און ער זאל בלייבן ביים אלטן, ווייל איך נעם נישט אוועק יענעם'ס געשעפטן, טראץ וואס כ'האב אים ארויסגעהאלפן. אבער ווען איינער וואס האט אים געפרעגט ווער עס סערוויסט אים, האט ער אים געזאגט אז ער ווערט געסערוויסט ביי.... אבער ער שלאגט אים פאר צו גיין צו מיר.

וואס מיר מיינען ארויסברענגען דערמיט. אז סערוויס איז צומאל א שטערקערע ארטיקל ווי פרייז אדער פראדוקט
בוי זיך זעלבסט

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:19 am

לאנג טערם איז סערוויס בעסער ווי פרייז

אז דער קונה איז צופרידן איז ער דאך צופרידן. וואסי שייך צו זאגן מער? און מיטן אייבישטען'ס בלייבטער דיינס
אבער איינער וואס גייט נאר פארן ביליגסטן פרייז וועסטו מארגן פארלירן

ודוק כי קצרתי

דיסקלעימער: איך רעד פון סערוויס בעיסד
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:30 am

פרייז איז א עקסטערע זאך, מענטשן גייען מיט'ן ביליגסטען, נאר ווען ס'יז נישטא קיין סיבה צו גיין מיטן טייערן.

קיינער קויפט נישט ענדערש א ביליגע קאר, אויב די טייערע איז בעסער, א ביליגערע וואש מאשין, ווען די טייערע איז בעסער, אא"וו. א ביליגערע שטריימל, בלויז ווייל ס'איז ביליגער, און אויך קויפט מען נישט א פליפ פאן קעגן א אייפאן ווייל ס'איז ביליגער.

ווען סטארבאקס וויל רעכענען 5 מאל די פרייז, טוען זיי עפעס ס'זאל זיין געשמאק פאר א מענטש אריין צוקומען, און אינטערסאנט, זיי פארקויפן מער ווי די געז סטעשנס ואוס פארקויפן פאר ביליג, אזוי כ'האב געמיינט יעדער דארף ביליג?

ווען איינער צאלט 1800 פאר א קאטש, און דער סטאר געט אים סערוויס 5 יאר, וועט ער נישט גיין צו א צווייטן פאר 50 דאלער ביליגער, וואס מאכט אים פילן ווי א שמאטע, די זעלבע איז מיט זילבער, און מיט דשאלערי, און מיט וואס נישט.

רויב מענטשן גייען נישט אוועק פון א אקאנטענט, מאווינג טראק סערוויס, אינשוראנס אגענט, ווייל ער האט געהערט א עד אז מ'קען האבן ביליגער.

דו רעדסט ספעסיפיש פון א פראדוקט בעיסט ביזנעס ווי א גראסערי, וואס מ'שלאגט זיך אויף די פרייז, און מ'דארף טאקע זיין קאמפעטיטיוו, און דארט איז אויך פלעצער ווי מ'מאכט אפ דאס געלט, ווי די טעיק אוט אייטעם'ס, בעסקעטס און טייערע סיזען אייטע'םס און אנדערע ספעשעלטי'ס וואס דארט מעסט מען נישט מיט די קאמפעטישן, מיט דעם אלעם, די אלע וואס געבן משוגענע קוסטומער סערוויס, אפילו זיי זענען אביסל טייערער, האבן פון וואס שבת צו מאכן, און מענטשן בלייבן קאסטומער'ס פאר לאנגע יארן.

אבער איין פון די זאכן פון קאסטומער סערוויסעס איז טאקע צו זיין קאמפעטיטוו, אויף די דעילי אייטע'םס וואס יעדער פארקויפט, אז דיין קלייענט זאל וויסן אז ער צאלט נישט איבער סוף כל סוף, נאך אלע סעלס און זאכן וואס דו ביזט ביליגער, אבער די כלל טוישט זיך נישט.

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:00 am

א גראם מיט טעם האט געשריבן:Wow
דער שטעלט צו פיינע סחורה !

בנוגע די לעצטע ארטיקל פון קאסטומער סערוויס, אלס פיין און וואויל ביי א סטאר אדער א סערוויס, אבער וואס טוט מען למשל אויב מ'איז א האלסעילער? ווי איז שייך צו פעמפערן דיינע קליענטן? קויפען משלוח מנות ווען זיי האבן קוים באשטעלט ביי דיר איין מאל און נאכנישט באצאלט?
אין אנדערע ווערטער , וויאזוי שטעלט מען צו קאסטומער סערוויס ווען מ'איז ווי פראדוקט פראוויידער?
א דאנק נאכאמאל, אייערע ווערטער ווערן געשלונגן מיט דורשט!

גוט מארגן "א גראם מיט טעם"
קודם יישר כוח פאר דיין קאמפלעמענט, יעצט אזוי בנוגע דאס וואס די זאגסט איבער האלסעילער וואס איז שווער צו פעמפערן זיינע קליענטן,
איך מיין אז א האלסעילעל קען אויך טרעפן וועגן ווי צו שאר צו מאכן אז דיין קליענט וואס האט נאר איינמאל געקויפט ביי דיר אין איז דיר שולדיג געלד, זאל אויך קענען באקומען די פילינג אז איינער קערט דא פאר מיר, די וועסט זען ווי נאר די גייסט אריין סטאפן צו יענעם מער אופטער נאר שאר צו מאכן אז דיין פראדוקט איז עם ווערדפול, אין אלעס איז אוקעי, וועט ער שנעל נעמען ביי דיר נאך פרודאקטן, מיין מיינוג, אבער:
איך בין קיינמאל נישט געווען אין די האלסעיל אינדעסטרי, אפשר זאל מען אונפרעגן ביי די עליטע דא אופן וועלטעל וואס זענען מער עוסק אין די האלסעיל אינדעסטרי,
אדרבה איך בין אויך נייגעריג צו וויסן אין צו הערן,

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:58 pm

איינער פרעגט, ווען מען מוז צוקומען צו מיין פראדוקט אין איך בין די איינציגסטע אין געגענט, צו די דארף איך אויך ארויס גיין פון וועג פאר א קאסטומער?
ער האט מיר געבעטן צו ענטפערן אין פופבליק:
צוויי תירוצים זייער פשוט,
1-די רגע וואס זיי האבן א ברירה צו גיין צו א צווייטן וואס שטעלט צו איין סערוויס מער ווי דיר, דאן ביסטו אויף צרות, זיי פילן ווי זיי קומען דיר נישט גארנישט.
2- זיי גייען סאך ענדערש'ער ספענדן געלד ביי דיר ווי ביי א צווייטן, זיי גייען דיר בעקן מיט דיין געשעפטעד/סערוויס עד יום מותו, וויסענדיג אז די ביסט ארויס פון דיין וועג ספעציעל פאר זיי, דארפט דיר נישט לאזן טרעיטן אבער מאך שאר עס איינצוקעשן ביזן לעצטן טראפ.
(קוק די געשעפטן אין בארא פארק נאך וואס בינגו האט זיך געפענט, זיי האבן צירוק באקומען אלע קאסטומער'ס, א חוץ ווער עס האט געגבן עטיטוד)

חשמונאי
שר מאה
תגובות: 209
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 14, 2017 5:46 pm

תגובהדורך חשמונאי » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 3:28 pm

דברים אלו האט געשריבן:די פרייז איז מיר סאך וויכטיגער ווי סערוויס א שטייגער ווי וואל מארט אדער בינגאו וואס די קריגסט 0 סערוויס
אבער יעדער לויפט צו זיי ווייל סאיז ביליג ודוק כי קצרתי


דאס איז אן אלטער כלל אין ביזנעס מאך זיכער צו אויספירן כאטש צוויי ווייל אלע דריי קענסטו נישט אויספירן, והמבין יבין

אוועטאר
זבולון ווייס
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 10, 2018 2:06 pm

תגובהדורך זבולון ווייס » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 6:13 pm

איך מיין אז דאס איז טאקע א שטארקע פוינט, א גרויס חלק פון דאס געלויפעכטס צו וואלמארט, און אנדערע גוי'אישע סטארס, איז דער מקור דערפון די נישט גוטע סערוויס וואס איז פארהאן אין די היימישע מארקעט.

און קויפן אנליין האט אויך אסאך מיט דעם, מיר זענען שוין צוגעוואוינט יארן לאנג צו באקומען שלעכטע סערוויס, אונז כאפ מיר בכלל נישט וואס עס מיינט גוטע סערוויס, טראכט זיך אליינס אדורך, ביים שטיין אין א ספרים סטאר, הארדוועיר סטאר, א קליידער געשעפט, א גראסערי און סיי וועלכע געשעפט, מען שטייט אין די ליין, און עס איז א דבר פשוט אז אויב דער טעלעפאן קלינגט, קען א קעשיר אויפהייבן א טעלעפאן, עס איז אזוי נארמאל ביי אונז, אז מען טראכט אפי' נישט זיך צו רעגן... און וויפיל מאל קען מען שפירן אז מען האט ממש געטוהן א עוולה מיטן אריינשפאצירן אין א סטאר, און מען שטערט דעם בעה"ב פון זיין מנוחה.

א באזונדערע פרשה איז ווען עס קומט צו טעלעפאן קאלס, רובא דרובא היימישע ביזנעסער ענטפערן נישט געהעריג קיין קאלס, פשוט און פראסט, אסאך מאל הייבט מען נישט אויף, אסאך מאל קאלט מען נישט צוריק, און אסאך מאל ווען מען הייבט יא אויף שפירט מען אז יענער איז נישט מיר מיר, ער איז ביזי מיט עפעס אנדערש.

עס איז קלאר, אז א סטאר וואס גיבט גוטע סערוויס גייט מען צוריק נאכאמאל, א סטאר וואס מען האט געהאט א געשמאקע עקספיריענס ביים אריינקאלן, קאלט מען נאכאמאל, גוטע סערוויס בינדט צו א מענטש צו א קאמפאני, און מען זוכט נישט עפעס בעסער.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 8:47 pm

פרעג זיך אליינס. פארוואס זאל דער קאסטומער קומען צו דיר? טאמער די ענטפער איז נאר אז ער האט נישט קיין צווייטן מיינטעס אין אנדערע ווערטער אז אין די מינוט ער האט א צווייטן האסטו אים פארלוירן

נאך א פוינט. יו נעווער (ק)נאו וואס דער מארגן גייט ברענגען. קוק וואסי געשעהן צו אזויפיל אינדעסטריס וואס די גאנצע וועג פון טוהן ביזנעס האצעך געטוישט. אויב זענען די קאסטומערס "דיינע" קאסטומערס דעמאלטס קענסטו זיי מיטנעמען צו סיי וועלכע ליין

כ'געדענק א אינגערמאן וואס האט געארבעט אין א סטאר און געגעבן זייער גוטע סערוויס. ווען ער איז ארויסגעגאנגען פון דארט און געעפנט זיין אייגענע ביזנעס (אגב. נישט קיין קאמפאטישן מיט זיין פריערדיגע ארבייטספלאץ) האבעך אים געשיקט אסאך קאסטומערס ווייל כ'גלייב באמת אז ער סערווירט זיי גוט
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

ר' יום טוב
שר האלף
תגובות: 1119
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

תגובהדורך ר' יום טוב » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 9:38 pm

זייענדיג אין די היימישע ריטעיל אינדעסטרי יארן לאנג, קען איך עדות זאגן אז רובא דרובא קאסטומער קוקן נישט אויף קיין פרייזן ווילאנג עס מאכט סענץ.

אין אנדערע ווערטער, די קענסט זיין 10-15 פראצענט טייערער פונעם קאמפעטישן, אויב שטעלסטו אהער גוטע סערוויס בעסער ווי די קאמפעטישן, וועט מען לויפן צו דיר.

און גוטע סערוויס מיינט לאו דוקא ארויסצוגיין פון דיין וועג פארן קאסטומער. גוטע סערוויס מיינט, אהערצושטעלן אויף 100 פראצענט דעם מינימום סערוויס וויפיל דער סטאנדארט אין דיין אינדוסטרי פארלאנגט. איך טו דאס באטאנען ווייל אין אסאך פעלער וועלן זיך ביזנעסער מער קאנצעטרירן אויף צו געפעלן די 10 פראצענט קאסטומער אויף וועם מען דערלייגט און עס איז גאר שווער זיי צופרידנשטעלן, און עס קומט אויפן חשבון פון די געווענליכע קאסטומער.
הק' יום טוב חדב"ן הרה"ג קלונימוס אבימלך הלוי טייטלבוים שליט"א דומ"ץ דק"ק שעלפענעפיץ והגלילות ומלפנים אב"ד קראמפלארנא יצ"ו.

לייפציק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

תגובהדורך לייפציק » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 9:51 pm

א גרויס חלק פון לעק אין קאסטומער סערוויס, בעיקר אין די סערוויס ביזנעס, קומט פון גוט'סקייט, אזוי ווי דו הערסט,
ווען איינער בעט נאר עפעס זאגט מען "יא" זיכער וועל איך דיר עס טון, געב מיר א קאל...

די פאקט איז, מ'האט נישט קיין צייט, און אסאך מאל מאכט מען נישט קיין געלט דערפון, און מ'פאלירט אין די טובה די גאנצע פראפיט, און אויך דעם קאסטומער, ווייל סוף כל סוף קען מען נישט דעליווערן, אדער דארף מען צובעטן געלט, און דעמאלטס איז דאך שוין די קאסטומער רייט, וואס הייסט? האסט מיר צוגעזאגט.

הערט מען אויף אויפהייבן טעלעפאנס, און די רעסט איז היסטארי...

קענען זאגן ניין, אדער זיכער, דאס קאסט 250 טאלער און ס'איז געמאכט, כ'האב עס נישט געגעבן אין די פרייז, די ערשטע רוגזה איז די בעסטע רוגזה.

אדער אין גראסערי.
קאסטומער: איר קענט מיר אריבער שיקן "יעצט" א ארדער, כ'מאך א מסיבה אינדערהיים?
סוחר" כ'ווען זען וואס איך קען טון.

און ער קען נישט צום סוף, און די פאון הערט נישט אויף קלינגען, איר הארגעט מיר, פארוואס האט איר מיר נישט געזאגט ניין, איר מיינט איך קען נישט גיין צו א צווייטן.

ווען א סוחר האלט זיך צו דעם וואס ער קען יא טון, און זאגט אפ די איבריגע, האט ער צופרידענע קאסטומערס, ער דארף עס נישט זאגן רשעות'דיג, נאר שיין ערקלערן, די זעלבע ביי די זאכן וואס מ'בעט צו, העכסטענס געב "נאכדעם" א דיסקאנט.

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אפריל 27, 2018 12:08 am

מענין לענין לאו דוקא באותו ענין

איינס פון די גאר באקאנטע סיבות פארוואס מ'קויפט אין דעפארטמענט סטארס איז וועגן די ריטורן פאליסי
דאס איז זייער א קאמפליצירטע און ווייטאגליכע נושא פאר זייער אסאך מוכרים אין די היימישע געגנטער

כאגעהערט פון איינעם וואס האט פארקויפט ספעציעלע פרויען קליידער, אבנארמאלע מעשיות וואס (אומ)מענטשן טוהן אלץ אפ. איין פרוי האט געקויפט א קלייד און גענוצט אויף א חתונה און גע'טענה'ט אז ס'איז נאך אין די ריטורן פיריעד. קאמענטארן זענען איבריג


למעשה. איז דא אזא סעיאינג. זיי נישט גערעכט, זיי קלוג
סיז אייביג געווען און סעט אייביג זיין אוממענטשן. שיס דיך אבער נישט אין די פיס
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

הענדימען
שר האלף
תגובות: 1508
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 27, 2017 11:14 am

תגובהדורך הענדימען » פרייטאג אפריל 27, 2018 12:31 am

לייפציק האט געשריבן:קענען זאגן ניין, אדער זיכער, דאס קאסט 250 טאלער און ס'איז געמאכט, כ'האב עס נישט געגעבן אין די פרייז, די ערשטע רוגזה איז די בעסטע רוגזה.
קענסט נישט זאגן בעסער!
אסאך מאל שטופט מען אפ קליינע פראבלעמען ביז ס'ווערט א גרויסע פראבלעם און מ'קען שויניש שטופן אן דאן שיסט עס אין פנים

ס'גארניש ראנג צו זאגן פאר א קאסטומער איך קען דעיס נישט טוהן. אויב שפירט מען אז מ'קען נישט זאגן ניין קען מען זאגן דעם אמת. ס'לוינצעכמער נישט פאר ווייניגער ווי $250

אויב ווייסט מען נישט וויאזוי צו רעכענען פאר די טובה. למשל איינער בעט א פלאמבער צו טוהן הענדימען ארבעט, קעמען גיין אויף די שעה
כ'ווייס נישט אלעס

The truth is the truth, even if no one believes it.
A lie is a lie, even if everyone believes it.

קרעדיט: ממש אזוי אינספערעישאנאל quotes

בארואיגט-אייך
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 15, 2017 11:53 am

תגובהדורך בארואיגט-אייך » פרייטאג אפריל 27, 2018 10:12 am

זבולון ווייס האט געשריבן:איך מיין אז דאס איז טאקע א שטארקע פוינט, א גרויס חלק פון דאס געלויפעכטס צו וואלמארט, און אנדערע גוי'אישע סטארס, איז דער מקור דערפון די נישט גוטע סערוויס וואס איז פארהאן אין די היימישע מארקעט.

און קויפן אנליין האט אויך אסאך מיט דעם, מיר זענען שוין צוגעוואוינט יארן לאנג צו באקומען שלעכטע סערוויס, אונז כאפ מיר בכלל נישט וואס עס מיינט גוטע סערוויס, טראכט זיך אליינס אדורך, ביים שטיין אין א ספרים סטאר, הארדוועיר סטאר, א קליידער געשעפט, א גראסערי און סיי וועלכע געשעפט, מען שטייט אין די ליין, און עס איז א דבר פשוט אז אויב דער טעלעפאן קלינגט, קען א קעשיר אויפהייבן א טעלעפאן, עס איז אזוי נארמאל ביי אונז, אז מען טראכט אפי' נישט זיך צו רעגן... און וויפיל מאל קען מען שפירן אז מען האט ממש געטוהן א עוולה מיטן אריינשפאצירן אין א סטאר, און מען שטערט דעם בעה"ב פון זיין מנוחה.

א באזונדערע פרשה איז ווען עס קומט צו טעלעפאן קאלס, רובא דרובא היימישע ביזנעסער ענטפערן נישט געהעריג קיין קאלס, פשוט און פראסט, אסאך מאל הייבט מען נישט אויף, אסאך מאל קאלט מען נישט צוריק, און אסאך מאל ווען מען הייבט יא אויף שפירט מען אז יענער איז נישט מיר מיר, ער איז ביזי מיט עפעס אנדערש.

עס איז קלאר, אז א סטאר וואס גיבט גוטע סערוויס גייט מען צוריק נאכאמאל, א סטאר וואס מען האט געהאט א געשמאקע עקספיריענס ביים אריינקאלן, קאלט מען נאכאמאל, גוטע סערוויס בינדט צו א מענטש צו א קאמפאני, און מען זוכט נישט עפעס בעסער.

wow
זבולון ווייס האט אזוי שטארק ארויס געברענגט די אמת'ע פראבלעם וואס פלאגט רוב היימישע ביזנעסער, צו איז עס א ריטעל סטאר אדער א סערוויס קאמפאני,
מען כאפט נישט וויאזוי מען געבט זיך אפ מיט די קאסטומער'ס אויף די אנדערע זייט פאון.
צו איז עס ווילאנג מען הייבט אויף, אין נאכדעם האט מען נישט די שטארקייט צו געבן א פרייז, מען ווייסט נישט ווען צו זאגן "אמסארי גייט צו א צווייטן", די קאוסטומער נודזשעט נאר ווייל ער איז נישט באקוועם צו רעדן, אלעס וועגן די גאנצע קאפ איז ציגעבינדן צו די ארבעט אין מען פארגעסט פון די עיקר.
נישט פארגעסן אז אונז היימישע אידעלעך האבן זייער ליב צו סעטלען זאכן אופן פאון.
סע' איז א ברענעדיגע פראבלעם. מע' טוט אריין שטעקן די קאפ ווי א בת היענה אין די ערד, אין די outcomes שפירט נאר די געשעפט אייגענטומער.
על כן זעט צו נעמען עקשען ווי שנעלער, פאר עס איז צו שפעט, אדער פאר אייערע קאוסטומער'ס זענען שוין ביי אייערע קומפעטישען.
thanks פאר אייערע פאזעטיווע קאמענד'ס.

נחשון באנדא
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 18, 2017 10:43 am

תגובהדורך נחשון באנדא » מאנטאג אפריל 30, 2018 11:02 am

מען האט דא בארירט א נושא וואס טוט מיר זייער וויי, וועגן קאסטומער סערוויס. איך האב א סערוויס ביזנעס, און איך האב נישט קיין ארבייטער, ווייל איך האב נאכנישט אזויפיל ארבעט און אזויפיהל געלט צו קענען צאלן א ארבייטער, און איך ארבעט קאפ ארבעט, איך דארף זיך אריינלייגן מיט מחשבה דערין, און אויב וועל איך אויפהייבן פאר א קאסטומער דעם טעלעפאן בשעת די ארבעט פארליר איך זייער אסאך צייט, ווייל עס איז מיר נישט מעגליך צו ארבעטן און זיין אוועיליבל פאר די קאסטומער אין די זעלבע צייט, איך האב שוין אסאך קאסטומערס פארלוירן וועגן דעם, און זענען געגאנגען צו מיינע קאמפעטישאן, און עס איז זייער שיין צו רעדן ווי וויכטיג קאסטומער סערוויס איז, אבער אויספירן אויף למעשה איז זייער א שווערע זאך, און איך האב נישט קיין אפיס ספעיס פאר א סעקרעטערי, און איך קען מיר נישט ערלויבן צו צאלן א וועידזש פאר א ארבייטער

וואס איז די עצה פאר דעם, איז דא עפעס א וועג צו מאכן פילן א קאסטומער צופרידן אפי' אויב איך בין נישט אוועיליבעל אויפצוהייבן דעם טעלעפאן, אדער א פאון סיסטעם מיט גענוג א פראפעשינעל גריטינג וואס זאל מאכן פילן די קאסטומער אז איך גיי אים צוריקרופן.

איך וויל זייער הערן אויב איינער האט מיר א עצה דערויף, מען קען מיר אויך שיקן אין אישי

יישר כח

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלפיים
תגובות: 2299
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » מאנטאג אפריל 30, 2018 11:17 am

נחשון באנדא האט געשריבן:מען האט דא בארירט א נושא וואס טוט מיר זייער וויי, וועגן קאסטומער סערוויס. איך האב א סערוויס ביזנעס, און איך האב נישט קיין ארבייטער, ווייל איך האב נאכנישט אזויפיל ארבעט און אזויפיהל געלט צו קענען צאלן א ארבייטער, און איך ארבעט קאפ ארבעט, איך דארף זיך אריינלייגן מיט מחשבה דערין, און אויב וועל איך אויפהייבן פאר א קאסטומער דעם טעלעפאן בשעת די ארבעט פארליר איך זייער אסאך צייט, ווייל עס איז מיר נישט מעגליך צו ארבעטן און זיין אוועיליבל פאר די קאסטומער אין די זעלבע צייט, איך האב שוין אסאך קאסטומערס פארלוירן וועגן דעם, און זענען געגאנגען צו מיינע קאמפעטישאן, און עס איז זייער שיין צו רעדן ווי וויכטיג קאסטומער סערוויס איז, אבער אויספירן אויף למעשה איז זייער א שווערע זאך, און איך האב נישט קיין אפיס ספעיס פאר א סעקרעטערי, און איך קען מיר נישט ערלויבן צו צאלן א וועידזש פאר א ארבייטער

וואס איז די עצה פאר דעם, איז דא עפעס א וועג צו מאכן פילן א קאסטומער צופרידן אפי' אויב איך בין נישט אוועיליבעל אויפצוהייבן דעם טעלעפאן, אדער א פאון סיסטעם מיט גענוג א פראפעשינעל גריטינג וואס זאל מאכן פילן די קאסטומער אז איך גיי אים צוריקרופן.

איך וויל זייער הערן אויב איינער האט מיר א עצה דערויף, מען קען מיר אויך שיקן אין אישי

יישר כח

אויב איז עס טאקע אזוי איז אפשר דארפסטו יא נעמען אן ארבייטער, אנדערש איז שווער אז דיין ביזנעס זאל וואקסן, דאס איינע פון די אינוועסטמענטס וואס א ביזנעס דארף אינוועסטען אויב זעהט מען אז ס'פארט אויף די ריכטיגע רעלסן,

איך האב סאך הכל געשריבן וואס איך טראכט, איך האף אז אנדערע (מיט מער עקספעריענס) וועלן דיר געבן די ריכטיגע עצה.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

אוועטאר
צו געזונט
שר האלפיים
תגובות: 2713
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:00 pm

נחשון באנדא האט געשריבן:מען האט דא בארירט א נושא וואס טוט מיר זייער וויי, וועגן קאסטומער סערוויס. איך האב א סערוויס ביזנעס, און איך האב נישט קיין ארבייטער, ווייל איך האב נאכנישט אזויפיל ארבעט און אזויפיהל געלט צו קענען צאלן א ארבייטער, און איך ארבעט קאפ ארבעט, איך דארף זיך אריינלייגן מיט מחשבה דערין, און אויב וועל איך אויפהייבן פאר א קאסטומער דעם טעלעפאן בשעת די ארבעט פארליר איך זייער אסאך צייט, ווייל עס איז מיר נישט מעגליך צו ארבעטן און זיין אוועיליבל פאר די קאסטומער אין די זעלבע צייט, איך האב שוין אסאך קאסטומערס פארלוירן וועגן דעם, און זענען געגאנגען צו מיינע קאמפעטישאן, און עס איז זייער שיין צו רעדן ווי וויכטיג קאסטומער סערוויס איז, אבער אויספירן אויף למעשה איז זייער א שווערע זאך, און איך האב נישט קיין אפיס ספעיס פאר א סעקרעטערי, און איך קען מיר נישט ערלויבן צו צאלן א וועידזש פאר א ארבייטער

וואס איז די עצה פאר דעם, איז דא עפעס א וועג צו מאכן פילן א קאסטומער צופרידן אפי' אויב איך בין נישט אוועיליבעל אויפצוהייבן דעם טעלעפאן, אדער א פאון סיסטעם מיט גענוג א פראפעשינעל גריטינג וואס זאל מאכן פילן די קאסטומער אז איך גיי אים צוריקרופן.

איך וויל זייער הערן אויב איינער האט מיר א עצה דערויף, מען קען מיר אויך שיקן אין אישי

יישר כח

די זעלבע ביי מיר. איך ענטפער דעם קליענט, איצט בין איך פארנומען און אימעיל מיך, און איך וועל ענטפערן ווען איך וועל ליינען די אימעיל מיט וואס דו שרייבסט דארט אז דו ווילסט וויסען
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
Spokesman
שר מאה
תגובות: 206
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 08, 2018 4:00 pm
לאקאציע: ביים בלעק בארד

תגובהדורך Spokesman » מאנטאג אפריל 30, 2018 12:19 pm

@נחשון
היינט איז דא אזויפיל סערוויס קאל סענטערס, וואס זיי הייבן אויף די פאון פאר קליינע ביזנעסער.

נישט אויפהייבן איז קיין מהלך נישט אזוי ווי די ביזנעס קעפ דא האבן שוין פריער אויסגעקלארט.
"יעדע סוקסעס פאנגט זיך אן מיט די באשלוס צי פרובירן"


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 13 געסט