שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט נישט ליב (אדער פיינט)
די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,עמעזאן
שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט נישט ליב (אדער פיינט)
איז געבן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס כולי עלמא מודי אז ער איז וואס ער איז....איז עס אין כלל פין נארמאלקייט אדער גאר א מצוה ? אדער גאר פארקערט, אפשר איז א עוולה צי געבן פאר אזא מענטש
- ראפאט קראמפלי
- שר האלפיים
- תגובות: 2341
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 07, 2013 12:16 pm
- לאקאציע: אין טעלער.
טישא באקס האט געשריבן:מיר זענען בערך 13 ארבעטערס כולי עלמא מודי אז עס העלפט נישט פאר די דזשאב נאר עס איז דא געוויסע וואס האלטן אלס נארמלקייט דארף מען טראגן
שווער צו זאגן אז ס'העלפט גארנישט אדער כאטש העלפט עס אויף אזוי אז כאטש העט ער נישט ווערן ערגער,
אויב וועט אויס טאקע גארנישט אויפטוהן איז די שאלה צו ס'לוינט דיר די צוואנציג דרייסיג דאלאר צו זיין נארמאל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.
שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט זייער ליב
איינער האט עפעס אן איידיע וואס מען קען שיקן פאר א גיטע בעל הבית?
(איך האפ אז ער ליינט נישט דא אויף אייוועלט!)
(איך האפ אז ער ליינט נישט דא אויף אייוועלט!)
יישר כח! פאר @את פתח לו @עלינו @ישראל_הלוי @אזוי גאר! @שנעלער @יידישע קהילות און @אלטרא וואס האלטן שטענדיג די בלויז נייעס א"י אשכול אקטיוו!
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3635
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
פאר א יאר האט איך זיי געניצט
https://www.chocolatedecor.com/purim.html
און אויפן וויין באטעל האט איך אריין געקריצט א לאגא מיט אפאר ווערטער
https://www.chocolatedecor.com/purim.html
און אויפן וויין באטעל האט איך אריין געקריצט א לאגא מיט אפאר ווערטער
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 705
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm
שעיפעלע, מיין פוינט איז, זאלסט שיקן, און שיקן א שיינעם משלוח מנות, און ארויפגיין, און אים מכבד זיין, קענסט גארנישט פארלירן, און נאר געווינען. הער אויס דער באשעפער האט ספעשל צוגעשטעלט פורים פאר א זמן פון קענען ארויסווייזן אהבה וידידות, און עס איז גוט עס אויסצונוצן. עס איז נאריש אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן, צי עס איז חנופה און ווי שטארק דו מיינסט עס יא אמת'דיג און נישט, און אויב ווילסטו אריינגיין טיף טיף טיף, איז ביסודיות מיינט יעדער מענטש זיך אליינס מיט אלעס וואס ער טוט. סאו טעכניקלי וואס מען טוט מיינט מען זיך אליינס.
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:שעיפעלע, מיין פוינט איז, זאלסט שיקן, און שיקן א שיינעם משלוח מנות, און ארויפגיין, און אים מכבד זיין, קענסט גארנישט פארלירן, און נאר געווינען. הער אויס דער באשעפער האט ספעשל צוגעשטעלט פורים פאר א זמן פון קענען ארויסווייזן אהבה וידידות, און עס איז גוט עס אויסצונוצן. עס איז נאריש אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן, צי עס איז חנופה און ווי שטארק דו מיינסט עס יא אמת'דיג און נישט, און אויב ווילסטו אריינגיין טיף טיף טיף, איז ביסודיות מיינט יעדער מענטש זיך אליינס מיט אלעס וואס ער טוט. סאו טעכניקלי וואס מען טוט מיינט מען זיך אליינס.
אה יעס
לאמיר זאגן אז כולי עלמא מודי ער איז וואס ער איז,
אבער, "דו" האנדלסט מיט אים
מיט וועם "דו" האנדלסט זאלסטו "פון דיין זייט" מענטעינען א געזונטע עטידאד
איינער פון די וואס ליידן פון נישט א געזונטע, איז,
דו אליין!!
איך האלט מען דארף טראגן אפגעזען ווי נארמאל די בעה"ב איז, ער איז דיין בעה"ב אין פשוט ספאסט ס'ווייזט א רעספעקט, ווען ער קומט צו דיין שמחה בוסטו איהם מכבד מער ווי זיי ווער עס קומט צו דיין שמחה, פארוואס ווייל ער איז דיין בעה"ב אזוי אויך מיט דעם ווייזט איהם רעספעקט. חוץ פון דעם קען דיר דאס צוניץ קומען, דער בעה"ב זעט ווער עס רעספעקטירט איהם און ווער נישט, און הארץ קענסטו ווייטער האלטן וואס דו ווילסט.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......