בלאט 1 פון 1
שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט נישט ליב (אדער פיינט)
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:49 am
דורך טישא באקס
איז געבן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס כולי עלמא מודי אז ער איז וואס ער איז....איז עס אין כלל פין נארמאלקייט אדער גאר א מצוה ? אדער גאר פארקערט, אפשר איז א עוולה צי געבן פאר אזא מענטש
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:53 am
דורך דריידל
איך פארשטיי נישט די פראגע. טאמער האלטסטי אז גיבן שלח מנות וועט דיר העלפן אויף דיין זשאב, דאן פארוואס זאלסטי עס נישט טון. טאמער איז עס לא מעלה ולא מוריד, איז דאך סתם א שאד די געלט
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 10:57 am
דורך טישא באקס
מיר זענען בערך 13 ארבעטערס כולי עלמא מודי אז עס העלפט נישט פאר די דזשאב נאר עס איז דא געוויסע וואס האלטן אלס נארמלקייט דארף מען טראגן
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:10 am
דורך ראפאט קראמפלי
טישא באקס האט געשריבן:מיר זענען בערך 13 ארבעטערס כולי עלמא מודי אז עס העלפט נישט פאר די דזשאב נאר עס איז דא געוויסע וואס האלטן אלס נארמלקייט דארף מען טראגן
שווער צו זאגן אז ס'העלפט גארנישט אדער כאטש העלפט עס אויף אזוי אז כאטש העט ער נישט ווערן ערגער,
אויב וועט אויס טאקע גארנישט אויפטוהן איז די שאלה צו ס'לוינט דיר די צוואנציג דרייסיג דאלאר צו זיין
נארמאל.
שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט זייער ליב
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:32 am
דורך משה בעלז
איינער האט עפעס אן איידיע וואס מען קען שיקן פאר א גיטע בעל הבית?
(איך האפ אז ער ליינט נישט דא אויף אייוועלט!)
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:34 am
דורך שמעלקא זאפטיגער
משה בעלז האט געשריבן:איינער האט עפעס אן איידיע וואס מען קען שיקן פאר א גיטע בעל הבית?
(איך האפ אז ער ליינט נישט דא אויף אייוועלט!)
שיק אים צוריק ס'טשעקל פון פאריגן מאנאט...
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:40 am
דורך אלט מאנרא
פאר א יאר האט איך זיי געניצט
https://www.chocolatedecor.com/purim.htmlאון אויפן וויין באטעל האט איך אריין געקריצט א לאגא מיט אפאר ווערטער
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 11:52 am
דורך ווישוואש
זיי גענוצט אפאר פורים'ס שוין, מיט גרויס צופרידנהייט.
די איינציגסטע וואס איך האב געזען וואס מאכט באמת דיפרענט און יוניק מיט א theme, נישט סתם טראדישענעל אריינווארפן וואס ס'פיט אין עפעס א שיינע פיעס.
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 12:07 pm
דורך יעקב צוקערמאן
שעיפעלע, מיין פוינט איז, זאלסט שיקן, און שיקן א שיינעם משלוח מנות, און ארויפגיין, און אים מכבד זיין, קענסט גארנישט פארלירן, און נאר געווינען. הער אויס דער באשעפער האט ספעשל צוגעשטעלט פורים פאר א זמן פון קענען ארויסווייזן אהבה וידידות, און עס איז גוט עס אויסצונוצן. עס איז נאריש אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן, צי עס איז חנופה און ווי שטארק דו מיינסט עס יא אמת'דיג און נישט, און אויב ווילסטו אריינגיין טיף טיף טיף, איז ביסודיות מיינט יעדער מענטש זיך אליינס מיט אלעס וואס ער טוט. סאו טעכניקלי וואס מען טוט מיינט מען זיך אליינס.
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 1:04 pm
דורך יוד אלף
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:שעיפעלע, מיין פוינט איז, זאלסט שיקן, און שיקן א שיינעם משלוח מנות, און ארויפגיין, און אים מכבד זיין, קענסט גארנישט פארלירן, און נאר געווינען. הער אויס דער באשעפער האט ספעשל צוגעשטעלט פורים פאר א זמן פון קענען ארויסווייזן אהבה וידידות, און עס איז גוט עס אויסצונוצן. עס איז נאריש אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן, צי עס איז חנופה און ווי שטארק דו מיינסט עס יא אמת'דיג און נישט, און אויב ווילסטו אריינגיין טיף טיף טיף, איז ביסודיות מיינט יעדער מענטש זיך אליינס מיט אלעס וואס ער טוט. סאו טעכניקלי וואס מען טוט מיינט מען זיך אליינס.
אה יעס
לאמיר זאגן אז כולי עלמא מודי ער איז וואס ער איז,
אבער, "דו" האנדלסט מיט אים
מיט וועם "דו" האנדלסט זאלסטו "פון דיין זייט" מענטעינען א געזונטע עטידאד
איינער פון די וואס ליידן פון נישט א געזונטע, איז,
דו אליין!!
געשריבן: דינסטאג פעברואר 13, 2018 2:05 pm
דורך יוסיף דעת
איך האלט מען דארף טראגן אפגעזען ווי נארמאל די בעה"ב איז, ער איז דיין בעה"ב אין פשוט ספאסט ס'ווייזט א רעספעקט, ווען ער קומט צו דיין שמחה בוסטו איהם מכבד מער ווי זיי ווער עס קומט צו דיין שמחה, פארוואס ווייל ער איז דיין בעה"ב אזוי אויך מיט דעם ווייזט איהם רעספעקט. חוץ פון דעם קען דיר דאס צוניץ קומען, דער בעה"ב זעט ווער עס רעספעקטירט איהם און ווער נישט, און הארץ קענסטו ווייטער האלטן וואס דו ווילסט.