שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט נישט ליב (אדער פיינט)

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

טישא באקס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 6:16 pm

שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט נישט ליב (אדער פיינט)

תגובהדורך טישא באקס » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:49 am

איז געבן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס כולי עלמא מודי אז ער איז וואס ער איז....איז עס אין כלל פין נארמאלקייט אדער גאר א מצוה ? אדער גאר פארקערט, אפשר איז א עוולה צי געבן פאר אזא מענטש

דריידל
שר האלף
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובהדורך דריידל » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:53 am

איך פארשטיי נישט די פראגע. טאמער האלטסטי אז גיבן שלח מנות וועט דיר העלפן אויף דיין זשאב, דאן פארוואס זאלסטי עס נישט טון. טאמער איז עס לא מעלה ולא מוריד, איז דאך סתם א שאד די געלט

טישא באקס
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 6:16 pm

תגובהדורך טישא באקס » דינסטאג פאברואר 13, 2018 10:57 am

מיר זענען בערך 13 ארבעטערס כולי עלמא מודי אז עס העלפט נישט פאר די דזשאב נאר עס איז דא געוויסע וואס האלטן אלס נארמלקייט דארף מען טראגן

אוועטאר
ראפאט קראמפלי
שר האלף
תגובות: 1494
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 07, 2013 12:16 pm
לאקאציע: אין טעלער.

תגובהדורך ראפאט קראמפלי » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:10 am

טישא באקס האט געשריבן:מיר זענען בערך 13 ארבעטערס כולי עלמא מודי אז עס העלפט נישט פאר די דזשאב נאר עס איז דא געוויסע וואס האלטן אלס נארמלקייט דארף מען טראגן

שווער צו זאגן אז ס'העלפט גארנישט אדער כאטש העלפט עס אויף אזוי אז כאטש העט ער נישט ווערן ערגער,

אויב וועט אויס טאקע גארנישט אויפטוהן איז די שאלה צו ס'לוינט דיר די צוואנציג דרייסיג דאלאר צו זיין נארמאל.
די ריכטיגע ווארט איז ראקאט קראמפלי, איך וויל פשוט מ'זאל נישט כאפן ווער איך בין ממילא רוף איך זיך ראפאט.

משה בעלז
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2017 2:26 pm

שיקן משלוח מנות פאר א בעל הבית וואס מ'האט זייער ליב

תגובהדורך משה בעלז » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:32 am

איינער האט עפעס אן איידיע וואס מען קען שיקן פאר א גיטע בעל הבית?
(איך האפ אז ער ליינט נישט דא אויף אייוועלט!)

אוועטאר
שמעלקא זאפטיגער
שר האלפיים
תגובות: 2621
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
לאקאציע: איינגעטינקען

תגובהדורך שמעלקא זאפטיגער » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:34 am

משה בעלז האט געשריבן:איינער האט עפעס אן איידיע וואס מען קען שיקן פאר א גיטע בעל הבית?
(איך האפ אז ער ליינט נישט דא אויף אייוועלט!)


שיק אים צוריק ס'טשעקל פון פאריגן מאנאט...
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
אלט מאנרא
שר האלף
תגובות: 1139
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
לאקאציע: צווישן גראז און ביימער

תגובהדורך אלט מאנרא » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:40 am

פאר א יאר האט איך זיי געניצט
https://www.chocolatedecor.com/purim.html
און אויפן וויין באטעל האט איך אריין געקריצט א לאגא מיט אפאר ווערטער
איר זאלט לעבן ווי לאנג איר ווילט, מיט נאך פופצן מינוט, נישט אלעס דארף גיין פונקטליך וויאזוי דו ווילסט!‎

אוועטאר
ווישוואש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3779
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג פאברואר 13, 2018 11:52 am

אלט מאנרא האט געשריבן:פאר א יאר האט איך זיי געניצט
https://www.chocolatedecor.com/purim.html

זיי גענוצט אפאר פורים'ס שוין, מיט גרויס צופרידנהייט.

די איינציגסטע וואס איך האב געזען וואס מאכט באמת דיפרענט און יוניק מיט א theme, נישט סתם טראדישענעל אריינווארפן וואס ס'פיט אין עפעס א שיינע פיעס.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » דינסטאג פאברואר 13, 2018 12:07 pm

שעיפעלע, מיין פוינט איז, זאלסט שיקן, און שיקן א שיינעם משלוח מנות, און ארויפגיין, און אים מכבד זיין, קענסט גארנישט פארלירן, און נאר געווינען. הער אויס דער באשעפער האט ספעשל צוגעשטעלט פורים פאר א זמן פון קענען ארויסווייזן אהבה וידידות, און עס איז גוט עס אויסצונוצן. עס איז נאריש אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן, צי עס איז חנופה און ווי שטארק דו מיינסט עס יא אמת'דיג און נישט, און אויב ווילסטו אריינגיין טיף טיף טיף, איז ביסודיות מיינט יעדער מענטש זיך אליינס מיט אלעס וואס ער טוט. סאו טעכניקלי וואס מען טוט מיינט מען זיך אליינס.

אוועטאר
יוד אלף
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 12, 2015 9:34 pm

תגובהדורך יוד אלף » דינסטאג פאברואר 13, 2018 1:04 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:שעיפעלע, מיין פוינט איז, זאלסט שיקן, און שיקן א שיינעם משלוח מנות, און ארויפגיין, און אים מכבד זיין, קענסט גארנישט פארלירן, און נאר געווינען. הער אויס דער באשעפער האט ספעשל צוגעשטעלט פורים פאר א זמן פון קענען ארויסווייזן אהבה וידידות, און עס איז גוט עס אויסצונוצן. עס איז נאריש אריינצוגיין אין די טעכנישע דעטאלן, צי עס איז חנופה און ווי שטארק דו מיינסט עס יא אמת'דיג און נישט, און אויב ווילסטו אריינגיין טיף טיף טיף, איז ביסודיות מיינט יעדער מענטש זיך אליינס מיט אלעס וואס ער טוט. סאו טעכניקלי וואס מען טוט מיינט מען זיך אליינס.


אה יעס

לאמיר זאגן אז כולי עלמא מודי ער איז וואס ער איז,
אבער, "דו" האנדלסט מיט אים
מיט וועם "דו" האנדלסט זאלסטו "פון דיין זייט" מענטעינען א געזונטע עטידאד
איינער פון די וואס ליידן פון נישט א געזונטע, איז,
דו אליין!!

יוסיף דעת
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

תגובהדורך יוסיף דעת » דינסטאג פאברואר 13, 2018 2:05 pm

איך האלט מען דארף טראגן אפגעזען ווי נארמאל די בעה"ב איז, ער איז דיין בעה"ב אין פשוט ספאסט ס'ווייזט א רעספעקט, ווען ער קומט צו דיין שמחה בוסטו איהם מכבד מער ווי זיי ווער עס קומט צו דיין שמחה, פארוואס ווייל ער איז דיין בעה"ב אזוי אויך מיט דעם ווייזט איהם רעספעקט. חוץ פון דעם קען דיר דאס צוניץ קומען, דער בעה"ב זעט ווער עס רעספעקטירט איהם און ווער נישט, און הארץ קענסטו ווייטער האלטן וואס דו ווילסט.
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן משנה יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט