אדווערטייזמענט: איך מאך שוין בר מצוה, ס'איז נישט קיין דזשאוקס...

ביזנעסלייט העלפן זיך ארויס

די אחראים: זייער נייגעריג, אחראי

ivelt אדווערטייזמענט
שר העשר
תגובות: 41
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 30, 2017 7:59 am

אדווערטייזמענט: איך מאך שוין בר מצוה, ס'איז נישט קיין דזשאוקס...

תגובהדורך ivelt אדווערטייזמענט » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 2:20 pm

"איך מאך שוין בר מצוה, ס'איז נישט קיין דזשאוקס..."

יא! די דורות פאלן!

אמאליגע צייטן פלעגן נאר "גרויסע" אינגעלייט בר מצוה מאכן, היינט-צו-טאגס מאכט יעדער אינגערמאנטשיק בר מצוה...

אנטשולדיגט פאר'ן אייך רופן אינגערמאנטשיק, אבער איך האב גערעדט צו מיר אליינס. איך האב מיר אנגעהויבן צו כאפן ביים קאפ, אז אט אט מאך איך שוין בר מצוה. איך דארף צוגרייטן מיין אינגל צו אזא ערנסטן מאמענט, און איך קוק מיר אין שפיגל, און פרוביר צו מאכן אן ערנסטן געזיכט, וואס זאל זיך פאסן פאר א טאטע פון א בר מצוה בחור.

בקיצור, באשטעלן תפילין, קלאודינג, שיינע היטן, פארקער-פען, דזשילעט, וואס נאך?

וויאזוי נעם איך מיין "אינגל" און איך מאך אים פאר א "בחור"??!

איר פארשטייט מיין פראגע?! איך האב עפעס א פילינג אז א בר מצוה איז דעם טאטענ'ס שמחה. דער טאטע רופט זיינע חברים, ארבעט-קאלעגעס, שוואגערס, א.א.וו., מען לאדענט יעדן צו דער בר מצוה, מען גיבט אפ מזל טוב, מען וואונטשט זיך און מען פריידט זיך, אבער וואו קומט דא דער בר מצוה בחור אריין אין בילד?

אה! שיער פארגעסן... פאר די האלבע מינוט וואס ער זאגט דעם פשעטיל ביז מען זינגט אריין?...

וואס איך מיין צו זאגן איז, איך וויל מאכן אז מיין בחור'ל זאל מער שפירן "אין" מיט די גאנצע שמחה. ער זאל טאקע שפירן וואו ער איז דער חתן, דער מחותן און דער צענטער פון די שמחה. אלעס איז דאך נאר וועגן אים! לדעתי, וועט אים דאס געבן א שטערקערן געפיל און חשק אריינצוטרעטן לעול התורה והמצות מיט'ן גאנצן געשמאק.

די גוטע נייעס איז אז כ'האב ברוך השם געפונען א לעזונג!

פונקט אין די ריכטיגע צייט האב איך מיר באגעגנט מיט א ספעציעלע פארשלאג פון Call Pro, וואס איך טוה אצינד מיטטיילן מיט אלע אנשים כערכי.

ווי באקאנט פארמאגט די פירמע Call Pro א העכסט-פראקטישע סיסטעם וואס ערמעגליכט פאר יחידים, משפחות, גרופעס, וכד', ארויסצושיקן מעסעדזשעס פאר א גאנצע קאנטאקט-ליסטע. דער קאסטומער קען אליינס מענעדזשן זיין אקאונט. מען קען אפלאודן קאנטעקטס; אליינס רעקארדירן א מעסעדזש, און עס אליינס ארויסשיקן פאר אלע קאנטעקטס, פון די אייגענע פאון-נומבער.

אין די יעצטיגע וואכן גיבט Call Pro א ספעציעלע פראמאושן פאר בר מצוה אינגלעך, צו קענען ארויסשיקן אומזיסט זיין אייגענע "וואויס-מעסעדזש" איינלאדענונג צו זיין בר מצוה, פאר אלע זיינע פעטערס, קרובים, שכנים און חברים.

דאס האט מיר געהאלפן צו עררייכן מיין ציל פון "אינוואלוון" מיין בר מצוה צדיק'ל אין די הכנות צו דעם גרויסן טאג, און די בענפעיטן זענען געווען פילפאכיג:

1) עס האט אים געמאכט שפירן א חלק פון די שמחה

2) און עס האט געהאלפן אויפבויען ביי אים א געזונטע זעלבסטזיכערקייט אריינטרעטענדיג לעול התורה והמצות

די "בר מצוה מתנה" גיבט קאל-פרא פאר יעדן בר מצוה בחור, און מען קען עס אפנעמען אין אלע ספרים און דזשודעיקא געשעפטן, אין פארעם פון א קארטל, וואס איז פרעזענטירט געווארן דורך Call Pro, און עס שטייט פונקטליך, טריט-ביי-טריט וויאזוי אויפצוסעטן דעם אקאונט. איינמאל די אקאונט איז צוגעגרייט, וועט Call Pro אריינלייגן קרעדיט אינעם אקאונט צו קענען ארויסשיקן די אומזיסטע מעסעדזש איינלאדענונג צום בר מצוה.


מען קען דעם אקאונט אויפסעטן דורכ'ן טעלעפאן. מ'דארף נישט קיין קאמפיוטער דערפאר. אויב איז גרינגער פאר די עלטערן דורך א קאמפיוטער, קען עס דער טאטע אליינס אויפסעטן ביי http://www.thecallpro.com.

אלזא, ר' איד! האלט אייך נישט אזוי קליין! יא! איר מאכט שוין בר מצוה, און איר דארפט טון דאס מערסטע אריינצוברענגען א חיות דקדושה, א שמחה און פרישקייט ווען ער גרייט זיך צו דערגרייכן אזא מילשטיין אין זיין לעבן.

איר וועט דאך אודאי זאגן פאר אייער בחור'ל אז דאס ערשטע מצוה וואס מען ווערט מחיוב אינעם נאכט וואס מ'ווערט 13 יאר, איז די מצוה פון שמחה. טא, ווילט איר אז די שמחה זאל זיין נאך גרעסערע און שטערקער, ברענגט אים דעם "קאל-פרא-מתנה"!




אכטונג: ביטע נעמט אינאכט, דאס איז אן אדווערטייזמענט, מיר נעמען נישט קיין פאראנטווארטליכקייט אויף די פראדוקטען און סערוויסעס וואס ווערן אדווערטייזט.

מיט דאנק.

די פערוואלטונג.

אוועטאר
אדער יא
שר האלף
תגובות: 1425
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am
לאקאציע: ביים סערטש ענדזשן

תגובהדורך אדער יא » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:18 pm

המעיין אין שאצמאצעס שיעור איז דאס א געוואלדיגע הכנה
(דרך אגב מ'קוקט זיך נישט אין שפיגעל)

דניאל בוימענגארטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 428
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 12:44 pm

תגובהדורך דניאל בוימענגארטן » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:30 pm

א מחי' בר מצוה צו האבן היינטיגע צייטן...

קודם דבר יום מיט זייערע מתנות יעצט קאל פרא...

green sunday
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

תגובהדורך green sunday » דאנארשטאג ינואר 25, 2018 3:32 pm

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:א מחי' בר מצוה צו האבן היינטיגע צייטן...

קודם דבר יום מיט זייערע מתנות יעצט קאל פרא...

;l;p-

אוועטאר
מקווה איד
שר האלף
תגובות: 1899
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 4:53 pm
לאקאציע: Next door

תגובהדורך מקווה איד » פרייטאג ינואר 26, 2018 7:51 am

דניאל בוימענגארטן האט געשריבן:א מחי' בר מצוה צו האבן היינטיגע צייטן...

קודם דבר יום מיט זייערע מתנות יעצט קאל פרא...

וואס טיילט דבר יום ביומו?
אין אדם שלא יכול יש אדם שלא רוצה
קרעדיט רולי דיקמאן, כח הרצון

אוועטאר
דונש
שר האלף
תגובות: 1427
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 25, 2017 3:23 pm
לאקאציע: שבתדיגע זמירות

תגובהדורך דונש » פרייטאג ינואר 26, 2018 8:26 am

מקווה איד האט געשריבן:וואס טיילט דבר יום ביומו?

viewtopic.php?p=1562695#p1562695
זוכט איר דוי?


צוריק צו “ביזנעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט