אפשר א גוטע געלענהייט? (קריפטאו קארענסי)

פינאנציעלע הילף און בודזשעטינג

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יחיאל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 12:05 am

אפשר א גוטע געלענהייט? (קריפטאו קארענסי)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל »

תחילה לדבר, ווילן מיר מאכן דא עטליכע קורצע הקדמות, ביטע ליינט עס אדורך מיט ישוב הדעת איידער איר גייט צו צום עצם ענין.

א. מיר וועלן אנהייבן מיט א תפילה להשם יתברך, שלא יצא מתחת ידינו שום מכשול, מיר זענען נישט דא ח"ו אריינצו'נער'ן אידן אין א סכנה'דיגע (risky) אינוועסמענט, נאר אדרבה בתוך עמי אנוכי יושבת, און אזוי ווי רוב חלק פון כלל ישראל מוטשעט מען זיך על המחי' ועל הכלכלה צו קענען ברענגען פרנסה און שטוב, צו שפייזן די משפחה און קענען מקיים זיין מצוות השם, ווי דער הייליגער נועם אלימלך שרייבט אז א איד דארף פרנסה בלויז אויף עבדות השם, ווייל רוב מצוות קאסטן געלט. אשר ע"כ אזוי ווי אין די לעצטערע חדשים זענען מיר געווארן באקאנט איבער אן אופן וואס קען אפשר זיין בייהילפיג צו קענען ברענגען געלט אין שטוב, און מיר זענען אריינגעשפרינגען דערין – טראץ די גרויסע ריזיקעס וואס זענען דא דערין- און מיר זעען ב"ה די הצלחה דערין, האבן מיר געקלערט אז פארוואס זאלן מיר האלטן ביי זיך די אינפארמאציע און עס נישט פארציילן ברבים אז נאך אידישע קינדער זאלן אפשר קענען הנאה האבן דערפון.

ב. באמת האבן מיר אסאך שפעקולירט אין די לעצטערע טעג צו מיר זאלן דאס מפרסם זיין אדער נישט, פון איין זייט אזוי ווי מיר זעען די הצלחה דערין זאלן נאך אידן קענען נהנה זיין דערפון, אבער מצד שני קען דאך זיין אז די גאנצע זאך איז נישט מער ווי א באבל (אפי' עס האלט שוין אן אריבער א יאר) און אז דאס וועט פלאצן בעפאר איינער וועט האבן כאטש ארויסגענומען זיין גאצע אינוועסמנט וועלן מיר זיין אן אימדירעקטע גורם צום פארלוסט במילא אפשר איז מילי בסלע ושתיקא בתרין, אבער נאך אסאך שוקל זיין האבן מיר באשלאסן דאס יא מפרסם צו זיין, און טאקע ווארענען אז וואס מען טוט זאל מען אליין מאכן די ריסערטש בעפאר און אלעס טון בלויז אויף די אייגענע אחריות.

ג. עס וועט טאקע אסאך מאל אויסקוקן בתוך הדברים ווי מיר זענען דא צו פארטיידיגן אז עס איז יא א גוטע אינוועסמענט, ווילן מיר קלארשטעלן אז מיר ווייסן נישט – און באמת קיינער ווייסט נישט - ווי קראנט די זאכן זענען, עס איז נישטא קיין שום גאראנטי דערויף, מיר זענען בלויז דא צו פארציילן די פאקטן וואס מיר ווייסן פון אונזער ריסערטש די לעצטע שטיק צייט, און מסביר זיין די גוטע זייט דערפון, און די ריווח וואס מען קען דערפון פארדינען. די חסרונות אין ריזיקע דארף מען נישט אויסשמועסן ווייל דאס זאגט זיך פון זיך אליין.

ד. בעפאר איר הייבט אפילו אן צו קלערן צו די ארטיקל איז געמאכט פאר אייך, לערנט אייך גוט אפ, פאפט אייך נישט, די זאך איז בלויז געמאכט פאר א מענטש וואס קען זיך ערלויבן צו דערלייגן די געלט וואס ער האט אינוועסטירט, - ער איז גרייט צו נעמען א ריזיקע וויבאלד די פארדינסטן קענען זיין גרויס – און אויב ח"ו וועט די אינוועסמענט גיין לטמיון וועט ער נישט זיך ארומדרייען אן א קאפ די קומענדיגע וואכן אדער חדשים ווייל ער קען נישט נעמען אויף זיך קיין פארלוסט, מען דארף זיין א מענטש וואס איז אויסגערעכנט אז דאס געלט וואס ער לייגט אריין אויב וועט ער ח"ו דאס פארלירן וועט ער זיך קענען א עצה געבן און זיך דעקן די לאך - יא בערך די זעלבע נאטור פון א מענטש וואס איז גרייט צו אינוועסטירן אין א נייע ביזנעס, פארהאן מענטשן וואס זיי וועלן אריינשפרינגען און פארהאן אזעלכע וואס ווען אייביג שטיין ווייט דערפון ווייל וואס וועט זיין ח"ו אויב עס וועט אדורכפאלן.

ה. געדענקט! מיר עצה'ן קיינעם נישט יא אדער ניין אריינצושפרינגן דערין, מיר פארציילן נאר פאקטן, דער באשלוס איז אייערס!

----

נאכן אדורכליינען אונזער הקדמה, אויב האט איר שוין גוט צוגעטראפן, יא מיר רעדן פון "קריפטאו קארענסי" אדער ווי בעסער באקאנט מיטן שם המושאל "ביטקוין" (בעצם איז ביטקוין בלויז איינס פון הונדערטער ערליי קוינס, - בעסערע און שוואכערע – וואס זענען דא אויפן מארקעט), אבער נישט פון די פשוטע אינוועסמענט פון קויפן "קוינס" און דאס האלטן ווילאנג עס שטייגט און דערנאך עס פארקויפן פאר פראפיט.

מיר וועלן יעצט נישט אריינגיין אין די נושא פון אינוועסטירן אין קוינס, וועלכע קוין איז גוט צו קויפן, ווען איז גוט עס צו קויפן, וויאזוי און אויב איז בכלל מעגליך צו וויסן צו א קוין וועט ארויפגיין, וועלכע סארט קוינס איז גוט שנעל צו טרעדן און וועלכע סארט האלטן לאנג. עס איז א סוגיא באריכות וואס מיר זענען אויך נישט אינגאצן באהאווענט, אפשר עוד חזון למועד.

מיר וועלן אבער יא דא אויסשמועסן די שוועריקייט פון די סארט אינוועסמענט, קויפן ביליג און פארקויפן שפעטער פאר טייער הערט זיך זייער פשוט וואס יעדער פארשטייט, די פראבלעם איז נאר אז אזוי ווי מען ווייסט נישט ווען עס וועט ארויפגיין און ווען אראפ נעמט עס דער מענטש וואס אינוועסטירט דערין אויף א שרעקליכן ראלי-קאוסטער, יעדע מינוט אדער שעה מוז ער וויסן ווי האלט עס, איז עס ארויף אדער אראפ? אויב געלונגט אים יא און ער פארקויפט עס פאר טייערער ווי ער האט עס געקויפט אבער צומארגנס זעט ער עס נאך העכער האט ער חלישות הדעת פארוואס האב איך נישט געווארט נאך א טאג ביז איך האב עס פארקויפט, און ווי פארשטייט זיך להיפך אויך אויב איז עס געווען טייער און ער האט געוואלט ווארטן ביז עס גייט העכער און דערצווישן פאלט עס, האט ער חלישות הדעת פארוואס האב איך עס נישט פארקויפט ווען עס איז געווען טייער, און אזוי איז עס א גלגל החוזר פון חלישות הדעת, עס נעמט אוועק דעם מוח פון א מענטש, און עס איז שווער אזוי אנצוגיין צו לאנג.

אויב מאכט א מענטש אפ, איך קויף יעצט אין איך קוק נישט דערויף מער, איך וועל צוריקומען א יאר ארום און האפענטליך וועט עס זיין אסאך העכער ווי יעצט, אמת טאקע ער וועט נישט זיין אזוי צודרייט במשך די יאר, אבער פון די צווייטע זייט וועט ער נישט פארדינען אויך גארנישט במשך'ן יאר, ווייל ער נעמט דאך גארנישט ארויס, עס איז אפשר א גוטע לאנג טערם אינוועסמענט, אבער פאר מיר פשוטע עמך אידן דארפן היינט און מארגן אויך געלט.

די עצה צו דעם איז, עס איז פארהאן אין די וועלט פון "קריפטאו קארענסי" אז זאך וואס רופט זיך "לענדינג" (lending) אין פשוטע הסבר מיינט דאס אז די פארבארגסט א געוויסע סכום געלט (קירפטאו) פאר א קאמפאני וואס זיי שפילן מיט דיינע קוינס און טרעדינג און נאך אופנים (וואס מיר וועלן מסביר זיין אי"ה קומענדיגע מאל) און זיי באצאלן דיר צוריק טעגליך א געוויסע % געוואנדן אויף עטליכע פאקטארן פון די קאמפאני.

מיר וועלן אנהייבן מיט איין קאמפאני וואס איז שוין פון די לענגסטע אויף די מארקעט, זיי גייען שוין אן איבער א יאר ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זענען זיי (עכ"פ דערווייל) גאר קראנט, זיי האבן אויך אן אייגענע קוין מיטן נאמען ביטקאנעקט (bitconnect).

אנצוהייבן דארף מען האבן ביטקוינס, (דאס איז כמעט פון די איינציגסטע וואס מען קען קויפן מיטן דאלאר) און דערנאך דאס טוישן אויף זייער קוין, און זיי דאס איבערגעבן אויף בארג פאר א געויסע צייט, און יעדן טאג וועלן זיי צוריקגעבן א געוויסע פראצענט לויט וויפיל געלט ווערט מען האט אריינגעלייגט.

---

לאמיר אדורכגיין אביסל מער בפרטיות די גאנצע פראצעדור על הסדר: (מיר גייען רעדן פון $5,000 אבער מען קען גיין מיט אסאך ווייניגער, אנגעהויבן פון $100)

מען האט ביטקוינס אין די ווערט פון $5,000 (כהיום בערך א דריטל קוין) מען שיקט דאס אריין צו דיין ביטקאנעקט וואלעט, און דארטן קען מען דאס אויפטוישן אויף ביטקאנעקט קוינס, (כהיום בערך 13 קוינס) און מען בארגט אריין די קוינס אינעם פלעטפארם די קוינס ווערן איינגעשפארט פאר 180 טעג (פאר קלענער סכומים ווערט עס איינגעשפארט אויף א לענגערע זמן) אין יעדן טאג באקומט א געוויסע פראצענט לויט וויפיל מען האט אריינגעלייגט, פאראנגענע December איז די עוורידזש געווען 0.8% און פאר $5,000 האט מען באקומען נאך א באנוס פון 0.2% דאס מיינט אז און ס"ה איז דאס געווען אן עוורידזש פון 1% א טאג, דאס מיינט $50 א טאג, $350 א וואך.

די וועג וויאזוי מען באקומט די געלט פון דארטן גייט אויף אזא מהלך, זיי געבן נישט צוריק קיין גרינע דאלארן און נישט קיין ביטקוינס, זיי געבן צוריק זייער קוין אין די ווערט פון די פראצענט לויטן סכום דאלאר וואס מען האט אריינגעלייגט, וואס לויט אונזער משל איז דאס בערך $50 דאלאר א טאג (וואס כהיום איז דאס בערך א אכטל ביטקאנעקט קוין),

די סכום וואס זיי געבן ווערט אריינגעלייגט אין א קאסע וואס רופט זיך "לענדינג וואלעט" און איז גרייט צו ווערן ארויסגענומען תיכף ומיד, די סכום וועט דארטן בלייבן אויפן חשבון פון דאלאר ביז מען נעמט דאס ארויס, דהיינו אויב וועט מען עס לאזן דארטן ביז סוף וואך ווען עס האט זיך שוין אנגעזאמעלט $350 וועט די סכום בלייבן די זעלבע, נישט קיין חילוק צו די פרייז פון ביטקוין (BTC) אדער ביטקאנעקט קוין (BCC) איז ארויף אדער אראפ, ווען מען וויל עס ארויסנעמען וועט מען דעמאלט באקומען לויטן חשבון פונעם דאלאר אנטעקגן זייער ביטקאנעקט קוין, און מען קען דאס תיכף איננטוישן אויף ביטקוין און דאס אריבער שיקן צו די פלעצער ווי מען קען עס אייטוישן אויפן דאלאר.

לפי דעם חשבון קומט אויס אז די גאנצע ריזיקע איז בלויז אויף בערך 100 טעג (אביסל מער ווייל עס קען זיין א קלענער פראצענט, און אויך קאסטן געוויסע פיס די שיקן און טוישן) און דערנאך איז אלעס בלויז ריווח.

טרם כלה לדבר, ווילן מיר דעמאנען נאך א פלעטפארם וואס ארבעט אויפן זעלבן מהלך, דעוואר (Davor) דאס איז א גאר נייע, אנטקעגן ביטקאנעקט וואס איז שוין אריבער א יאר, איז ער בלויז 1 חודש, זיינע פראצענטן זענען דערווייל גרעסער, פאראנגענע December איז זיין עוורידזש געווען 1.7% און פאר $5,000 האט מען באקומען נאך א באנוס פון 0.2% דאס מיינט אז און ס"ה איז דאס געווען אן עוורידזש פון 1.9% א טאג, דאס מיינט $95 א טאג, $665 א וואך. – אבער ווי געזאגט איז ער נאך גאנץ ניי, אויב איינער וויל קען ער עס פרובירן.

באמת איז פארהאן נאך עטליכע, אבער דערפון זענען דא וואס האט זיך שוין ארויסגעשטעלט נישט קראנט, וכו', מער אינפארמאציע אי"ה אין א קומעדיגע געלעגנהייט.

---

עס איז באמת נאך דא אסאך וואס צו דעבאטירן דערין, אפשר איז עס א פאנזי שווינדל? Its to good to be true, ועוד ועוד, אזוי אויך איז נאך כדי אויסצושמועסן די נושא פון רי-אינוועסטן, וואס איז א שטארקע זאך ביי די לענדינגס, אבער מיר וועלן יעצט מסיים זיין, האפענטליך וועלן מיר צוריקומען אביסל פארברייטערן איבער די נושא. דערווייל איז עס בלויז אין א בחינה פון תן לחכם ויחכם עוד... און אדרבה זאל יעדער זאגן זייערע מיינונגען און ריסערטש.

נאר כדי נישט צו געבן בלויז האלבע אינפארמאציע, פאר ווער עס וויל וויסן ווי מען קען קויפן ביטקוינס, די גרינגסע איז ביז ביי coinbase אדער gdax, עס איז באמת איין קאמפאני, די חילוק וועלן מיר מסביר זיין אפשר קומענדיגע מאל, אויף coinbase איז פארהאן א לימוט וויפיל מען קען קויפן אויף אמאל, אבער דארטן קען מען קויפן מיט קרעדיט קארד און נישט נאר א בענק ווייער.

---

געדענקט, מיר רעקאמענדירן קיינעם נישט, מיר פארציילן בלויז אונזער עקספיריענס און ריסערטש, באשלוסט אייער אייגענע החלטה, און אויב זענט איר א מענטש וואס קען נישט נעמען קיין פארלוסט איז דאס נישט פאר אייך.
אל תמנע טוב מבעליו: אויב סיינט איר סיי ווי אויף אויף bitconnect אדעק davor נוצט די לינק, עס איז א בחינה פון זה נהנה וזה לא חסר.
https://bitconnect.co/?ref=yechiel
https://davor.io/Account/Registration?r=6EBB66
נ.ב. פאר די וואס האבן משומר קען זיך מאכן א פראבלעם ביים אריינלאגן צו דעוואר, איר דארפט זיי בעטן דאס מסדר צו זיין, אנדערע פילטערס ווייסן מיר נישט.
לעצט פארראכטן דורך יחיאל אום זונטאג יאנואר 07, 2018 4:09 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רופא נפשות
שר מאה
תגובות: 225
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 23, 2016 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רופא נפשות »

יישר כח פארן אפשרייבן, עס קוקט אויס ווי אינטערעסאנטע געפינסן!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1858
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באקסער בוים »

שיין באשריבן.

די אלע ריזיגע פראצענטן איז אויסער דעם קרן וואס מ'קען צוריק ארויסנעמען ווען מ'וויל?

וואסי טאקע פשט פון די ריזיגע פראצענטן וואס זיי טיילן? וואס איז זייער עמטליכע הסבר אויב נישט סתם א פאנזי?
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
יחיאל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל »

יא די אלע פראצענטן איז אויסער די קרן.
אבער ניין די קרן קען מען נישט ארויסנעמען ווען מ'וויל, ווי מיר האבן שוין אויבן געשריבן ווערט די קרן פארשפארט אויף א געוויסע סכום טעג, געוואנדן לויט וויפיל מען לייגט אריין, ביי אונזער משל פון $5000 איז דאס 180 טעג, וואס דעמאלט ווערט דאס אטאמאטיש אויפגעשפארט און מען קען עס ארויס נעמען, אדער צוריק לייגן און ווייטער נעמען פראצענטן.

פשט פון די פראצענטן איז פשוט פאר ווער עס האלט מיט וואס טוט זיך אין די וועלט פון קריפטאו קארענסי, ביטקוין אליין איז במשך דעם לעצטן יאר ארויף מיט איבער 2000 פראצענט, און זיי האבן נאר געגעבן בערך 360 פראצענט,
באמת איז דאס מער ווי דעם, ווייל ווער עס האלט אביסל מיט וואס קומט פאר, קען מען אין קורצע טעג פארדינען גאר אסאך דורך טרעדינג אין די קלענערע קוינס.

אזוי אויך וויבאלד מ'קען נאר אריינלייגן זייער קוין און מענטשן ווילן דאס קויפן כדי צו קענען אריינלייגן גייט זייער קוין גאר שטארק ארויף, ווי למשל דעוואר איז בלויז אין עטליכע וואכן געגאנגען פון $8 צו קרוב צו $100,
עס איז א גאר לאנגע אריכות, תן לחכם ויחכם עוד.
מיר ווילן באמת דאס מסביר זיין - עכ"פ וויפיל מיר פארשטייען - אבער דערוויל האבן מיר נאך נישט די צייט דערצו, אפשר בקרוב אי"ה

דערוויל געדענקט מיט וואס מיר האבן אנגעהויבן, עס קען זיין א גוטע געלענהייט, אבער נאר אויב איר קענט נעמען א דורכפאל ח"ו
מארמאראש
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 05, 2016 8:57 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מארמאראש »

ביטע מסביר זיין וואס מ'דארף טון נאכו זיך איינשרייבן ביי bitconnect.
וואס דארף מען טון ערשט, צווייט... אהינשיקן קעש אדער ביטקוין? וכדומה...
לעצט פארראכטן דורך מארמאראש אום מאנטאג יאנואר 08, 2018 1:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

יחיאל טייערער.

מ'דאקף "איינשפארן" דאס געלט פאר א לאנגע צייט, וואס איז די גאראנטי אז ער וועט נישט נעלם ווערן?

די אלע סייטס מיט די אומרעאליסטישע הבטחות, זענען בני בלי שם און צארגן צופרי קען די סייט זיין 'דאון' און משה זוך מיר
Yoely
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 27, 2011 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yoely »

ס׳שמעקט פון פאנזי שווינדל.

איך געדענק יארן ציריק ווען מ׳האט אנגעטראגן אז מ׳געט % 1-2 פער טאג. זיי האבן געזאגט אז די בענק אויווערנייטן געלט פאר אנדערע בענק פאר א טאג זיך צי קאווערן אויב ס׳פעלט אויס אין זיי בעטן 3-4% פער טאג. אין די מאכסט האלב. עפעס אזוי האבן זיי איינגערעדט.

כ׳האף קיין אידן האבן נישט אריינגעלייגט קיין געלט דארט.

אז איינער וויל שטארק ריסקען (מיר רעקאמענדירן קיינעם נישט) זאל ער ענדערש אינוועסטען אין די קוינס אליינס. וואס איז טאקע א שטארקע ריסק. אבער ס׳קען זיין גרעסערע ריטורנס. אין א טראפ קלענערע ריסק ווי דעס. (לע׳׳ד)
חלהדעקל
שר האלף
תגובות: 1247
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 09, 2015 4:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חלהדעקל »

פראביר צו מאכן א google search אויף bitconnect און קוק וואס ס'קומט אלץ ארויס..
1 + 1 = חלה דעקל...
גרויסע-גדולה
שר חמש מאות
תגובות: 564
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 02, 2017 12:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויסע-גדולה »

דאס נאכגעקוקט. אוודאי, א געהעריגע קלאסישע פאנזי!
mi a nagy ügy
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

ווארען באפעט אויף קריפטאו-קארענסיס: איך קען זאגן כמעט מיט א זיכערקייט אז עס גייט זיך שלעכט ענדיגן.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
אוועטאר
כסליו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2016 7:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כסליו »

פארוואס זאל מען נישא אינוועסטן אין mining?
די נס חנוכה איז געווען אין "כסליו"
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

BitConnect's planned initial coin offering (ICO) has attracted another cease-and-desist letter from U.S. state regulators, marking the second time this month.

In a release dated Jan. 9, the regulators from the North Carolina Securities Division outlined the temporary cease-and-desist, stating that BitConnect hadn't registered to deal or sell securities in the Tar Heel State.

According to the release, the division determined that BitConnect had planned to sell unregistered securities in their initial coin offering (ICO), which was scheduled to launch on Jan. 10.

The release continued:

“The Temporary Order to Cease and Desist found that BitConnect was not registered as a dealer or salesman of securities in North Carolina and offered investments called the BitConnect Lending Program and the BitConnect Staking Program. The Temporary Order to Cease and Desist also found that BitConnect had omitted to disclose material facts when offering these investments in North Carolina.”

BitConnect has 30 days to respond, according to the temporary cease-and-desist notice. If the company fails to do so, the temporary order will become permanent, according to the release.

Last week, the Texas State Securities Board issued a similar statement regarding BitConnect, which some critics have accused of constituting a Ponzi scheme.

Like their counterparts in North Carolina, the Securities Board issued a temporary cease and desist order, stating that cryptocurrencies are "risky investments."
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
יחיאל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 31, 2017 12:05 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחיאל »

רבותי מיר זענען דא מיט א (נישט גוטע) אפדעיט:
היינט דינסטאג פרשת בא האט ביטקאנעקט געמאלדן אז זיי פארמאכן זייער לענדינג, און געבן צוריק די אלע אינוועסמענטס וואס מען האט אריינגעלייגט, זיי געבן דאס אין ביטקאנעקט קוינס לויטן פרייז פון די עוורידזש פון די לעצטע 15 טעג וואס דאס איז $363.62 א קוין.
און זיי האבן טאקע תיכף ומיד אזוי געטון און פארמאכט אלע לענדינגס און צוריקגעגעבן די קוינס.

עס הערט זיך טאקע פשוט, אבער עס איז נישט אזוי ווייל תיכף ומיד האט ווי פארשטייט זיך זייער קוין גענומען פאלן, אז שרייבענדיג די שורות איז עס ווערט בלויז $30 א קוין, מיר האפן אז אידישע קינדער האבן נישט דערלייגט קיין סאך דארטן נאר שוין ארויסגענומען פון דארטן גענוג רווחים,

ווער עס האט יא נאך קוינס פון זיי: מ'קען עס מער נישט טוישן אויף זייער עקסטשענדזש וויבאלד דאס איז פארמאכט, אבער מ'קען עס טרענספערן צו אנדערע עקסטשטענדזשעס ווי מ'קען עס טוישן ווי למשל hitbtc.com.

למעשה איז די קוין נאך אלץ א קוין ווי אנדערע, און צווישן די עקספערטן איז דא א גרויסע וויכוח צו עס לוייט עס יעצט איינצוטוישן אדער נישט, מיר ווייסן נישט.

אט איז די אפיציעלע מעלדונג:
Changes coming for the Bitconnect system - Halt of lending and exchange platform
This is to inform all community members that we are closing the Bitconnect lending and exchange platform. We are closing the lending operation immediately with the release of all outstanding loans. With release of your entire active loan in the lending wallet we are transferring all your lending wallet balance to your BitConnect wallet balance at 363.62 USD. This rate has been calculated based on last 15 days averages of the closing price registered on coinmarketcap.com. You are free to withdraw your BitConnect coin currently in QT wallets that was used for staking as well. We are also closing BCC exchange platform in 5 days. In short, we are closing lending service and exchange service while BitConnect.co website will operate for wallet service, news and educational purposes.
The reason for halt of lending and exchange platform has many reasons as follow:
• The continuous bad press has made community members uneasy and created a lack of confidence in the platform.
• We have received two Cease and Desist letters, one from the Texas State Securities Board, and one from the North Carolina Secretary of State Securities Division. These actions have become a hindrance for the legal continuation of the platform.
• Outside forces have performed DDos attacks on platform several times and have made it clear that these will continue. These interruptions in service have made the platform unstable and have created more panic inside the community.
Closing the lending and exchange platform doesn’t mean that we will stop supporting BitConnect coin. Closing the lending platform will allow Bitconnect to be listed on outside exchanges giving more options for trading.
We will keep working to make BitConnect coin available to merchant websites providing them API access to accept BitConnect Coins on their platforms.
BitConnect X ICO is still functional and we are building an exchange platform on the BitConnect X website. With BitConnect X operating as an exchange platform, BitConnect Coin (BCC) will be listed there.
This is not the end of this community, but we are closing some of the services on the website platform and we will continue offering other cyptocurrency services in the future.
Best Regards,
The Team BitConnect



ווי אנגעהויבן פון אנפאנג ביים שרייבן, האט מען קיימאל נישט געקענט פאראויסזאגן ווילאנג דאס גייט אנהאלטן, די אנדערע האלטן דערווייל נאך אן, און מ'קען נישט וויסן וואס און ווען עס וועט פאסירן צו זיי, און מיר עצה'ן נישט קיינעם וואס צו טון, מיר האבן בלויז פארציילט פאקטן, פון אונזער אייגענע עקספיריענס און ריסטערטש, און מיר זענען יעצט דא צו אפדעיטן.

צו מען זאל יא אדער נישט פרובירן אנדערע, די באשלוס איז אייערס,
פאר אינטערסאנטקייט וועלן מיר ארויפלייגן די אפיציעלע מעלדונג פון דעוואר איבער דעם:
You must have heard that Bitconnect is stopping both his lending program and his exchange platform.
This doas not change anything for us except that now Davor is the number one lending platform in the world!!
We are now the new standard and we thank you all for having joined us since the beginning or since very recently.
Many people are going to join us, the price will increase and all of you already in the game with us will benefit from it.
We’ll keep offering you the best interest rates in the market and we’ll keep working hard to make our system safe.
We can you now that we have faced 2 days ago the same attack on our system as BCC received. They’ve been shut down almost 2 days and did not really come through it while our tech team did find the solution within 2 hours. This is only to show you that we are strong and prepared to be the new standard in the industry. We’re going to the moon, are you ready?


אבער ווי פארשטייט זיך קען מען אויף דעם נישט בויען, מאכט אייער אייגענע החלטה.
שרייב תגובה

צוריק צו “פינאנץ”